איך האָב פון דבורה טאַמבאָר ע"ה צום ערשטן מאָל געהערט ווען זי איז שוין נישט געווען בין החיים. איך האָב איר נישט געקענט און איך ווייס פון איר גאָרנישט און נאָך ווייניקער איבער די סכסוכים צוליב אירע קינדער. נאָר נאמנים עלי די ווערטער פון עטלעכע מיט וועם איך בין באַקענטיקט און וואָס האָבן איר יאָ געקענט. זיי דערציילן אַז זי האָט זיך אָפּגעלאָזט פון איר געבוירטס פּלאַץ און דער לעבנסשטייגער פון אירע עלטערן, זיך געגט פון איר מאַן און איבערגעלאָזט איר פאַמיליע. און אויף דעם איז איר עונש געווען איין מאָל כּרת פון אירע קינדער אויף דער וועלט און ווידער אַמאָל כּרת אין אירע יונגע יאָרן פון דער וועלט.
פאַר די בלוט־דאָרשטיקע נוקמים ונוטרים איז דאָס אַלץ נישט גענוג געווען. ווען די וועלט האָט שוין געזאָגט עליה השלום האָבן זיי דאָס איר אויך נישט פאַרגינט. מיטאַמאָל זענען זיי געוואָרן אפוטרופסים אויף איר גוף און מתעסקים אויף איר קבורה. נישט אויף כבוד המת איר באַלד צו באַערדיקן נאָר אויף אויפצוהאַלטן איר קבורה, נישט אַז אירע באַליבטע זאָלן איר נאָכגיין אויפן לעצטן וועג נאָר אַז זיי זאָלן פאַרפרוירן ווערן אַבי זיי צו ווייזן אַ פייג, און נישט איר צו לייגן אויף אייביקער רוה מיט איר פאַמיליע נאָר איר צו באַהאַנדלן ווי אַ נבילה און איר באַגראָבן מחוץ למחנה. קינדער האָבן זיי ביי איר צוגענומען ביי איר לעבן און פאַרשוועכט איר כבוד ביי איר שטאַרבן.
פרעגט איר אוודאי וווּ האָט אַזאַ אכזריותדיקייט פּאַסירט און ווער זענען זי די אירע וואָס טיילן אויס אַזוינע ברוטאַלע עונשים. אויף דעם איז די תשובה: קום לך לך אל עיר ההרגה ובאת אל החצר, צום צדיקס הויף.
מיר רעדן דאָ פון דער עיר הנדחת וווּ אונזער אַלטער באַקאַנטער דוד טווערסקי און זיינע מלאכי חבלה זיצן בראש. דער שר הטבחים וואָס האָט פאַרזיכט אומצוברענגן אַ פאַמיליע מיט קינדער און האָט מיאוס פאַרברענט דער ראש המשפחה, דער מלומד במכות צוליב וועם מען האָט פאַרמשפט אין טורמע זיינע חסידים אויף גניבות און גזילות, דער זעלבער עדיין מרקד בינינו און האָט ווידער דערלאַנגט כדרכו בקודש.
און דאָס מאָל איז עס פיין געלונגן. קיין אות קען ער נישט אָבער די מופתים וואַלגערן זיך אונטערן טיש. די תורה זאָגט ולנערה לא תעשה דבר אָבער פאַר אים איז הנערה הזו שתי פעמים. איינמאָל איר געקוילעט מיט באַראַבעווען איר די קינדער און אַ צווייט מאָל געשחטן מיט איר אויסרייסן די נשמה. דעם רבינס ווייטער בליק האָט אוודאי אינזיענען געהאַט צו פאַרשפּאָרן די קינדער אַ שבעה מיט אַ קדיש ווייל אַז די מאַמע איז קיין מאַמע נישט זענען די קינדער אויך נישט די קדישימלעך.
אין תורה שטייט געשריבן אַז מען געפונט אַ טויטן אויפן וועג זאָל מען אויסמעסטן דאָס ווייטקייט פון די אַרומיקע שטעט און די שטאָט וואָס איז דער נאָנסטער זאָל ברענגן אַ קעלבל, די זקנים פונעם שטאָט זאָלן זיך וואַשן די הענט און זאָגן, אונזערע הענט האָבן נישט פאַרגאָסן דער בלוט און אונזערע אויגן האָבן נישט געזען. די נפטרת האָט געוווינט אַרומגערינגלט מיט פאַרשידענע געאָגראַפישע, גייסטערישע און אידיאַלאָגישע שטעט. זי האָט זיך אויסגעוועלט איבערצולאָזן איר אַלטע היים און דורכברעכן די הויכע מויערן און זיך איבערקלייבן צו ברייטערע פעלדער און פרייערע אומשטענדן. אירע פריינד און באַקאַנטע וועלן אוודאי מאַכן אַ חשבון הנפש אַז זי איז געווען אין די לעצטע יאָרן דאָס נענסטער צו זיי און צי זיי האָבן נישט געקענט מער טון איר צו העלפן.
זיי מעגן זאָגן בקול רם, ידינו לא שפכו את הדם הזה אָבער אונזערע אויגן האָבן יאָ געזען. זיי דאַרפן צייגן אויף יענעם יישוב און שרייען מיט אַ געוואַלד: ידיכם דמים מלאו.
דבורהס בלוט האָבן פאַרגאָסן די געמיינע הענט פון די מגלה עריות וואָס האָבן איר געלעסטערט און פאַרשטיקט איר געוויין און אַצינד טאַנצן זיי אויף איר פרישער קבר אָבער נישט איידער זיי האָבן אָפּגעהאַלטן דער קבורה. זי איז די נערה אשר צעקה ואין מושיע לה. זייערע מאור עינימדיקע אויגן האָבן אַלעס געזען, זייערע אוירן האָבן געהערט יעדער זיפץ און זייערע הענט זענען אַזוי פאַרשמירט אַז אַלע זייערע מקוואות וועלן עס נישט ריין וואַשן. דער נענסטער שטאָט צו איר זענען דאָרט וווּ אירע קינדער געפונען זיך און דאָרט גייט זוכט די רוצחים מיט קנייטשן אויפן שטערן און דער טייוול אין זייער האַרץ.
דבורה, אויף דיין נאָמען שטייט שקמתי דבורה, שקמתי אם בישראל און זיי האָבן דיר געמאַכט אויס מאַמע. זיי האָבן פאַרדרייט דער פסוק עס זאָל לייענען, שיכלתי דבורה, שיכלתי אם בישראל. דער נביא זאָגט, התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה, קען אַ פרוי פאַרגעסן איר עופעלע און קען זי פאַרמיידן רחמנות אויף דער זין פון איר טראַכט? די אכזרים און באַרבאַרן האָבן עקספּלויטירט די אָ רחמנות און דערבאַרמקייט דיר צו לערנען לעקעך פאַר דיין ווידערשפּעניקייט און למען ישמעו ויראו פאַר אַנדערע וואָס קלערן צו גיין איר דיינע טריט.
די שאלה איז שוין היינט נישט אויף אַזוינע ווי דבורה וואָס ווי אברהם אבינו קאָפּן זיי אין דעם אַלטן תרח נאָר די קשיא איז אויף די וואָס בלייבן נאָך דאָרט. די וואָס ציען אויף זייערע קינדער אין אַזאַ פאַרדאָרבנקייט און דעקאַדענץ און פרעגן זיך נישט יעדן אינדערפרי ביי מודה אני צי אויף אַזאַ סדום האָט מען זיי צוריקגעקערט זייערע נשמה. וואָס קלערן נישט אויב ונהיה אנחנו וצאצאינו מיינט אַז זייערע קינדער און קינדס קינדער מיזן זיין קנעכט פאַר דעם פרעה אין סקווער.
מיט דער ווייטאָג פון דבורהס צופריע פטירה מיזן מיר אויך שפּירן אַ כעס און אַ גרויל איבער דעם סיסטעם וואָס מיר האָבן זיך געשאַפט. בכדי צו לעבן אַנדערש זענען מיר מקריב משפחות און פירן אומשולדיקע קינדער אויפן מולך פון אונזערע אָפּגעטער און אַצינד איז מען מקיים שילוח הקן אויף אַ מאַמע צו קענען כאַפּן אירע קינדער. אַ סיסטעם וואָס כלאָמפּערשט שטייט ביי דעם טעמו וראו כי טוב ה' און כי לקח טוב נתתי לכם ציטערט טאָמער וועט אונז געפעלן עפעס אַנדערש. לכו בנים שמעו לי זאָגט דער פּסוק אָבער אונזערע שאַרלאַטאַנען האָבן עס געמאַכט פאַר אַ בית האסירים פון וווּ מען אַנטלויפט און מען איז אַלעס מקריב אַבי צו זיין אינדערויסן.
הוי האמרים לרע טוב ולטוב רע שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר. זיי האָבן גענומען דעם סם החיים און עס געמאַכט פאַר אַ סם המוות. דאָס איז נישט מענטשליכקייט, אוודאי נישט יידישקייט און כל שכן נישט תורה. פון לא תרצח מאַכן זיי אַ מצווה צו פאַרברענען מענטשן, זאַמלען צדקה אויף מקיים צו זיין לא תנאף, לא תגנוב לייענען זיי לו תגנוב און ווי רש"י זאָגט בגונב נפשות הכתוב מדבר. אַן אייביקע שאַנדע אויפן חדר וווּ מען פאַרדרייט כבד את אביך ואת אמך צו צווינגן קינדער צו רופן די מאַמען ביים ערשטן נאָמן ווייל 'מאַמי' איז שוין אַ צווייטער. דאָס זענען נישט מער ווי מערדער פאַרשטעלט ווי רביס, פּאַסקוטניאַקעס מיט שטריימלעך, לסטים איינגעוויקלט אין בעקיטשעס און כוליגאַנעס וואָס קאָפּן מיט זייערע פאַרשטיוולטע לאַבעס.
דבורה, תהא מיתתך כפרתך און דיין שטאַרבן טאָר נישט זיין לאיבוד. דו האָסט נעבעך געצאָלט מיטן לעבן צו דערציילן דער וועלט דער גריב אין וואָס מיר געפונען זיך אָבער די חצי נחמה פון דיין אַוועקגיין איז צו זען אַז ס'יז אַ צרת רבים. צום באַדויערן מיז עס נעמען אַזאַ טראַגעדיע אַז דער וועלט זאָל זען ווער אונזערע פירער זענען און וואָס פאַראַ מאָנקאַלב מיר האָבן זיך באַשאַפן. קושטא קאי שיקרא לא קאי און כי לא תשכח מפי זרעו וועט נישט מקויים ווערן ביי די קינדער כאַפּערס און מאַמע מערדער.
זאָל פון דיין קבר אַרויסגיין אַ געוויין און אַ געטומעל, אַ שטורעם און אַ צאָרן צו רבנים און פירער איבער דער גאָרער וועלט: איר זעט און איר ווייסט וואָס דאָ גייט פאָר. ווען עס לוינט אייך זענט איר די ערשטע וואָס שרייען אויס איז וווּ איז נעלם געוואָרן אייער צינג? ווען מען נעמט ביי אייך צו אַ פּאָר אומפאַרדינטע גראָשן גיסט איר פּעך אין שוועבל און דער באַנדיט וואָס פאַרברענט מענטשן זעצט איר אויבן אָן און רופט אים הרב הקדוש. קיין אויסגריבענע פרוטה קומט אייך נישט אויף חרוב צו מאַכן גאַנצע דורות.
מאָדערנערע רבנים, וואוּ איז אייערע קול? אַז איר גלייבט אין גערעכטיקייט, אַז אַ חילול השם גייט אייך אין לעבן פאַרוואָס שווייגט איר? וווּ איז אייער מחאה? קול דמי אחיך ואחותך צועקים אליכם מן האדמה. אַז נישט פאַר די ערוואַקסענע שרייט אל תשלח ידך אל הנער פאַר די עוללים ויונקים וועם מען מאַכט פאַר פּיאָנען אין די שמוציקע קריגן. אַז נישט פאַר די לעבעדיקע נעמט אייך אָן פאַרן קריוודע פון די טויטע.
און צו אונז, מיר וואָס געפונען זיך נאָך דאָ, פרעג איך וויפיל נאָך עלטערן און קינדער דאַרפן דאָס דורכגיין איידער מיר וועלן האָבן דער גייסט און קוראַז צו לויפן אין די גאַסן און שרייען הויך רק אין יראת אלקים במקום הזה?
תנצב"ה