עולם, עס איז ביטער ווי גאַל. עס האָט מיר אַ לייענער געשריבן צו פרעגן צי איך האָב פענסיאָנירט? שיין זע איך אויס, מען גייט שוין מקבל זײַן דער תורה ואני אנה אני בא? זײַט די פורים גראַמן האָב איך קיין דבר שבקדושה נישט אַרויס געזאָגט פון מויל. די צוויי ציגעלעך וואָס איך האָב פורים אָפּגעשפּעט האָבן אין מיר נקמה גענומן און זיי זענען ביידע געוואָרן רשכּבה"גן, אַלעס אין דער זכות ווײַל זיי זענען געווען פון די נעלבים ואינם עולבים, און מיר זענען מקיים שתיקין באדישתא, מיר האָבן זיך גענומן שווײַגן מיט אַ שטומעניש.
דער אמת איז, מורי ורבותי, אַז עס איז גאָרנישט אזוי פשוט. ראשית כּל, איז שתיקין באדישתא טײַטש אַז מען קען שווײַגן מיט אַ שטימע. צייטונגן געפונען נישט קיין ווערטער אויפן גרויסן פאַרלוסט און זענען צען מאָל אַזוי דיק ווי געווענדלעך, און אויף וועלכע הספד איך בין נאָר נישט געגאַנגן האָט מען אָנגעהויבן ווי עס לאָזט זיך נישט רעדן און מען געפונט זיך נישט דער צינג און דערנאָך האָט מען אויפגעהאַלטן דעם עולם ביז די שפעטע שעות.
וגם אני בתוך הבאים, אונז האָט מען אויך מכבד געווען צו זאָגן אַפאָר ווערטער און מיר האָבן מיר זיך שטאַרק געשטעלט אַז מי אני לבא בדברים אויף אַזאַ אדם גדול, ולא איש דברים אנוכי, ובמקום גדולים אל תעמוד. וועגן כבוד הציבור האָבן מיר נישט מסרב געווען ואין מסרבין לגדול און בעל כרחו האָבן מיר זיך אײַנגעוויקלט אין אַ טלית שאולה און מיט קוימישע טריט אַרויף די שטיגן צום ארון קודש, געגעבן אַ קיש אין דער פרוכת און טשעפטשענדיק אַ תפלה האָבן מיר אָנגעכאַפט דעם עמוד מיט ביידע הענט. מיר קענען זיך פאַרענטפערן אַז עס איז געווען נאָך די שלושים וואָס בײַ משה דער עבד ה´ שטייט ויבכו בני ישראל את משה שלשים יום, ממילא נאָך די שלשים מעג מען שוין זאָגן אַפאָר ווערטער.
האָבן מיר אָנגעהויבן אַז למעשה איז דער נספד געווען פיל גרעסער ווי משה רבינו. ווײַל בײַ משה שטייט וימת משה. דער גמרא אין בבא בתרא זאָגט אַז בײַ יואב שטייט וימת און בײַ דוד שטייט וישכב, ווײַל דוד שהניח בן כמותו נאמרה בו שכיבה, יואב שלא הניח בן כמותו נאמרה בו מיתה. הייסט עס אַז בײַ משה רבינו וואָס ער האָט נישט איבערגעלאָסט אַ זין ווי אים שטייט בײַ אים וימת משה, אָבער בײַ אונזער משה וואָס ער האָט איבערגעלאָזט נישט איין זין כמותו נאָר צוויי זינען, איינס דער מטה אהרן און דער צווייטער דער שבט יהודה, איז דאָך קל וחומר אַז מען קען בײַ אים נישט זאָגן וימת.
איך האָב קוים אַרויסגעזאָגט דער געדאַנק און איך האָב באַלד געשפירט דער וואַרעמקייט פון דער סײַ דער מטה און סײַ דער שבט. ממש שבטך ומשענתך המה ינחמוני. איך האָב נאָר געוואָלט צוענדיקן, האָב איך געשריגן, אַז ווען רחבעם איז געוואָרן קעניג נאָך שלמה המלך האָבן זײַנע רײַטגעבערס אים געראָטן אַז ער מיז פירן מיט אַ שטאַרקע פויסט. האָט רחבעם געזאָגט, ´מײַן פאָטער האָט אײַך געשמיסן מיט בײַטשן און איך וועל אײַך שמײַסן מיט עקדישן´. ולענינו, 'מײַן פאָטער האָט זיך אָנגעכאַפּט זײַן דיוקנא קדישא בײַ כּל-נדרי צו אסרן רייצענדיקע פריזעטן, און איך וועל אײַך פאַרשטאָפּן די מעלער מיט גלאַט-כשרע סעלס'. מיר האָבן מיר באַלד געשפירט אַז דער מטה אהרן האָט פון די ווערטער געשעפט אַ קורת רוח ותשקוט הארץ ארבעים סעקונדעס.
מורי ורבותי, האָב איך ווידער אָנגעהויבן, מיר זענען דאָך נישט געקומן זאָגן אַ הספד אויף וועם דער צדיק האָט איבער געלאָזט ווײַל יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, זיי קענען פיל מער ווי מיר קענען וועגן זיי רעדן. נאָר וואָס דען, ימים ידברו, די טעג וואָס קומן וועלן אונז אַלע צייגן סאַראַ רשכבה"גן אונזערע דור האָט זוכה געווען. מיר שטיין אָבער דאָ מספיד צו זײַן אַן אדם גדול און דער פסוק מיט וואָס מיר ווילן אָנהייבן איז ´בימיו נפלגה הארץ.´ ווי אַ גאָר גרויסער בעל דרשן האָב איך דערנאָך איבערגעלאָזט אַ שוואַנגעדיקער הפסק ווי אַ תשעה ירחי לידהניק. איך זאָג תשעה ירחי לידה לגוזמא בעלמא. ווי תשעה? ווען ירחי? אין מלה בלשוני, איך האָב קוים צוריקגעצויגן דער צינג און עס זענען געבוירן געוואָרן ממזרים, הערט איר, ששה בכרס אחד. דער באָרד האָט מען בײַ מיר אויסגעפליקט און די פיאות אויסגעריסן. דער טלית האָט מען מיר אַראָפּגעצויגן, דער יאַרמולקע איז געפלויגן אין די לופטן, און פון די ברילן האָט מען מיר געמאַכט שברי שברים.
צו מײַן מזל איז געשטאַנען אין דער זײַט אַ כלב בן יפונה און ווי דער פסוק זאָגט ויהס כלב את העם. ער האָט געשריגן ´שאַ, שטיל, לאָטס אים אויסרעדן,´ און איך האָב ווידער אָנגעהויבן. איך האָב אָנגעהויבן מיט לכו נרננה´ס אַז מײַן גאָרגל איז פאַרלאַעזירט, מײַן צינג פאַרפרוירן, מײַן שפּײַעכץ אויסגעטרוקענט, מײַנע ווערטער אויסגעלאָפן, מײַנע טרערן זאַלצלאָז, און אַלעס צוליב מײַן דעשראָקנקייט פון דער פטירה פונעם רבין. ווער האָט געגלייבט אַז עס קען אַזוינס פאַסירן בּײַ אַ ייִד פון די עטלעכע אַכציקער? עולם, האָב איך געשטורעמט, עלה המוות בחלונינו, דער טויט איז אונז אַרויף אין די פענצטערס און מען דאַרף קויפן דאָבל גלייזינג. אונז האָבן מיר געהאָפט אַקעגן צו גיין מיטן רבין משיחן, און דערווײַל איז שוין דורך די שלשים, די איבערנאַכטיקע צדיק יסוד עולם´ס האָבן שוין דעביוטירט מיט זייערע זילבערנע קאַנטשיקעס ועדיין בן דוד לא בא.
כדי צו פאַרמײַדן שלעגערײַ אַז עס זאָל חלילה נישט זײַן יכה יוסי את יוסי האָב איך באַלד מלמד זכות געווען אַז די שטעקענעס זענען אוודאי געווען מוכן מבעוד יום ווען דער טאַטע הריני כפרת זײַן דאָכענע האָט נאָך געלעבט ווײַל קען מען דען זאָגן אַז זיי האָבן עס חלילה באַנײַט אין דער שבעה אָדער אפילו אין די שלשים? אלא מאי, איזהו חכם הרואה את הנולד, און מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת. אַז אַן עירוב תבשילין לאָזט צוגרייטן פון יום טוב צו שבת, איז דאָך אוודאי אַז מען מעג צוגרייטן אויפן יום שכולו שבת ווען מען טרעט אויף אין ווײַסע שטרימפ אויף אַ גרינעם דינסטיק. אײַ, פאַר דעם עולם גולם האָט מען געהייסן זאָגן תהילים און אײַנרײַסן וועלטן אַז מען זאָל קענען קעגן גיין משיחן מיטן רבין אין שפיץ? נו, תפלה עושה מחצה און הײַנטצוטאָג זענען דאָך דאָ נישט איינס נאָר צוויי רביס. האָב איך אויסגעפירט אַז טובים השנים מן האחד און משיח וועט אוודאי יעצט נעמן האַלב דער צייט צו קומן ווי ווען עס זאָל נאָר געוועזן זײַן איינער.
איך זאָג אײַך אַז איך האָב געזען אַז די ווערטער זענען עושה רושם, אַז די נאָזלעכער ברייטערן זיך אויס און די אויגן הייבן אָן צו גלאַנצן, בין איך אַריבער צום תוכן. אויף דעם אָבער אַ צווייט מאָל ווײַל מען האַלט שוין בײַם וקדשתם היום ומחר, און הוסיף משה יום אחד מדעתו, כלומר מען דאַרף עפעס איבערלאָזן אויף אַ צווייטן טאָג.
יום שלישי, מאי 30, 2006
הירשם ל-
רשומות (Atom)