יום רביעי, מאי 23, 2012

אל תחטאו בילד

לעניות דעתי איז געווען ביי דער קעגן־אסיפה צו ווייניק צעטלעך אויף יידיש. איך זאג דאס נישט אַלץ אַ יידיש ליבהאָבער כאָטש אפשר פאַרדעם אויך. אַז דער ציל איז צו ברענגן אויפמערקזאַמקייט צום היימישן עולם און בפרט קינדער מיז מען צו זיי רעדן אויף זייערע שפּראַך. דאָס איז אַלגעמיין אמת אָבער פיל מער פאַר אַ געמיינדע וווּ אינערליכער קריטיק קען קומען בלויז פון אינערווענדיק און כּמעט אַלע מאָל בעל פה און וואָס פאָרכט קריטיק פון דערויסן ווי דער טויט.

דער עיקר ציל פון אַזאַ פּראָטעסט איז צו ברענגן באַוווּסטקייט צו ערוואַקסענע, סיי עלטערן אַז זיי זאָלן נישט מורא האָבן צו באַקעמפן אביוזערס פון זייערע קינדער און סיי פּאָטענציאַלע אַביוזערס אַז אית דין ואית פּאָליציי. נאָך וויכטיקער איז אָבער צו זאָגן קינדער דערפון אַז זיי זאָלן אַכטונג געבן עס זאָל מיט זיי נישט געשען און טאָמער פּאַסירט עס זאָלן זיי וויסן אַז זיי קענען עמעצן דערציילן. רעדן צו קינדער איז פיל וויכטיקערער ווייל ערוואַקסענע זענען שוין מוחלט אין זייערע דעות און עס איז שווערער זיי אויפצוקלערן, כאָטש זיכער נישט אוממעגלעך, און אויך ווייל אַז זיי זענען בעלי דעת האָבן זיי שוין וווּ געווויר צו ווערן. נאָך מער אָבער ווייל דבר הכתוב בהווה. רעדן צו ערוואַקסענע איז איבער פאַרגאַנגענע עוולות, רעדן צו קינדער איז איבערן צוקונפט און דאָס קומט אוודאי ערשט.

מיר האַלטן ליידער זייער זייער ווייט פון ווען חדרים, מתמידים, קעמפּס וכדומה וועלן אַליין רעדן צי לאָזן בעלי דרשנים קומען רעדן צו קינדער דירעקט אויף זייערע פּערזענלעכער זיכערהייט. אויף סעקסועלע אַביוז האָבן זיי מורא פונעם גאַנצן נושא און אויף פיזישע אַביוז איז דאָך נישט שייך כּל זמן מען שלאָגט נאָך קינדער אין רוב חדרים.

אויף זינטיק איז געווען אַ געלעגנהייט זיך צו באַווייזן פאַר די קינדער ווי אויך די טאַטעס. איז אַ פּלאַקאַט 'דער אינטערנעט נישט דער פּראָבלעם' דער בעסטער מיטל? איך זאָג אַז נישט. די לחכּימא ברמיזא אָבער מיר האַנדלען נישט מיט צו גרויסע חכמים. דאָס אַליין אַז נישט היימיש אָנגעטונע מענטשן האַלטן אַ צעטל אויף ענגליש שאַפט אַ רעפלעקס ווי ווען באַאַמטע רוקן זיך אָן אין חדר אָדער קעמפּ. קינדער ווייסן אינסטינקטיוויש אַז ווען גויים מישן זיך אַריין אין אונזער געשעפטן דאַרף מען זיי אויסנאַרן, שפּעטן, ענטפערן מיט 'אשרי יושבי ביתך' און דערמיט ווערן דער גבור פון כתה. איז ווען זיי זען אַ קבוצה פון אַזוינע מענטשן מיט אַזוינע צעטלעך ווערן זיי אפשר נייגעריק אָבער עס רעדט נישט צו זיי. אַז זיי פרעגן זייערע טאַטע אָדער עלטערער ברידער וואָס דאָס מיינט איז לייכט זיך אַרויסצודרייען ווען זיי ווייסן אפילו נישט וואָס דער וואָרט מיינט. יאָ, איך האָב געזען אַ קריפּטישער מאמר חז"ל און איך האָב געזען אַ צעטל אויף נישט אידיאָמאַטישער חסידיש יידיש. דער רוב איז אָבער געווען ענגליש און געצילט פאַר ערוואַקסענע וואָס ווייסן סייווי אָדער פאַר דער פּרעסע וואָס אונזערע ישועה וועט פון זיי נישט קומען.

אם אין אני לי מי לי און אַז מיר ווילן קעמפן מיז מען רעדן דירעקט צו די קינדער. גרסא דינקותא איז מער ווערד ווי שפעטער לערנען און מען מיז פירן דער קאַמף בעיקר ביי זיי. און קאָנצענטרירן נישט נאָר אויף סעקסועלע אַביוז וואָס ווי שלעכט עס איז איז אַלץ אַ מיעוט שבמיעוט. שלאָגן קינדער אפילו ברוטאַליש איז מעשים בכל יום און כּמעט יעדער קינד האָט עס אַליין צוגעזען אָדער געהערט דערפון כּלי ראשון. אויך, דער מלמד וואָס קען שלאָגן וויפיל ער וויל איז שוין אַ פּאָטענציאַלער אַביוזער אָבער ביים שלאָגן איז אים לייכטער אָפּצושטעלן וויבאַלד ער טוט עס בגלוי.

איך בין נישט געווען ביים פּראָטעסט און אפשר זאָל איך נישט רעדן. איך האָב אָבער געהאָפט צו זען פּלאַקאַטן ווי 'מלמדים דאַרפן לערנען נישט שלאָגן', 'עשה למען תנוקות של בית רבן', און נאָך גראָדע דירקעטע אָנזאָגונגן. דרוקט צעטלעך מיט בילדער וואָס רעדט צו קינדער ווי אַן אלף בינה און לייגט עס וווּ עס וועט צו זיי אָנקומען. אַז איר ווילט זיין געשפּיצלט זאָל זיין 'מסכת מכּות איז צו לערנען נישט מקיים זיין'. נאָך מער פון אַלעס דאַרף מען געבן עצות פאַר קינדער. ‘דיין רבי טאָר דיר נישט שלאָגן’, ‘רשע למה תכה רעך איז פאַר קינדער אויך’, 'אַז דיין רבי שלאָגט דיך רוף 1-800-4-A-CHILD' וכדומה. אַזעלכע פּלאַקאַטן קען אַ טאַטע נישט אַוועקמאַכן און עס מאַכט אויף אַ קינדס קאָפּ. אַז ער פרעגט מיז מען אים ענטפערן.

עס האָט אָבער אויפגעטון ווייל כאָטש זיי זענען געשטאַנען מחוץ למחנה אין מער פון איין זינען האָבן זיי זיך באַוויזן. זאָלן די פירער וויסן אַז וווּ זיי וועלן גיין פון אינטערנעט אסיפות ביז סיום הש"ס וועלן אַזעלכע פלאַקאַטן זיי נאָכגיין ווי אַ צייכן פון קין. זאָלן זיי זיך שעמען אַז מען דאַרף אויפגעבן תורה און מצוות כּדי צו שיצן אויף אַ קינד. פאַרברייטערט עס און פּראָטעסטירט אינדערויסן פון ישיבות און תלמוד תורהס, קעמפּס און מקוואות. באַקומט אַן ערלויבעניש און מאַרשירט דורך 13טע אַוועניו און לי אַוועניו. ביי תקיעת שופר און כּל נדרי זאָלן מיר נישט פאַרגעסן פון די געשרייען פון אומשולדיקע קינדער. די נומערן מעגן זיין קליין אָבער ווערטער זענען ווי וואַסער אויף אַ שטיין. צוביסלעך לעכערן זיי דורך.

12 תגובות:

Shpitzle Shtrimpkind אמר/ה...

Very well said. The organizers accepted sign ideas in advance. It's a shame you didn't share your ideas because I think they would have been most effective.

קטלא קניא אמר/ה...

איך בין אויך שולדיק ווייל איך האָב געלייגט אידייען אויף פייסבוק אָבער זיי זענען געווען צו אויבערחכמיש פאַרן צוועק.

Ari Mandel אמר/ה...

Very good piece, thank you.
We plan on doing a lot more in the future, and we will definitely take your advice.

אנונימי אמר/ה...

Katle, I've watched you evolve from Posting "SIPIREI TZADIKIM" to giving advice to Oifgeklerteh Chevreh, Remeber the EMINES TZADIKIM article?

אנונימי אמר/ה...

http://mamalushen.blogspot.com/

אנונימי אמר/ה...

הונדערט פערצענט גערעכט. די קינדער האבן געדארפט זעהן צעטלעך געשריבן אין אידיש און צום פינטל, ברחל בתך הקטנה, און דאן וואלטן זיי אויך געשפירט מער מיטגעפיהל צו די דעמאנסטרירער - אז זיי זענען דא זיי צו באשיצן.  

אפשר איז יעצט די צייט אנצוגרייטן א קאמפרעהענסיווע ליסטע פון אויסדריקן געצילט פאר קינדער - עס זאל זיין גרייט פאר די נעקסטע געלעגנהייט. 

yankel אמר/ה...

As long as there is nobody of this opinion who does not throw out the baby with the bathwater, nothing can be done. We need frum, chassidish peopl, who go to mikva every day and whose wives shave their heads to be the ones protesting. Religion does not promote child abuse, and as long as cassidim only see otd people protesting, they will think the issue is connected to those bums.

קטלא קניא אמר/ה...

ר' יענקל, אמת ויציב און פארדעם איז געקומען דער צייט איבערצושפרינגן אויף די עלטערן און רעדן דירעקט צו די קינדער. דערצייל זיי זייערע רעכטן, זאג זיי ווו זיך צו ווענדן און וועט איר שוין זען וואס דאס הייסט ונער קטן נוהג בם.

אנונימי אמר/ה...

מר.קטלא, די סיבה פארוואס איר זענט געווארען אזוי פאפיולער איז "נאר" ווייל מענטשען- אווי איך- גלייכען די ארט פון שריפט,איר האט א געוואלדיגע פעדער און מענטשען הונגערען נאך טאלאנט, אבער די רגע וואס איר ווערט אן אקטיוויסט(נישט אריינגייענדיג,צו די אישו איז גערעכט צו נישט) ווערט דאס שריפט שוין אנגעקוקט מיט גאר אן אנדערען קאנטעקסט,עס פארלירט דאס גאנצע חן און דאס גאנצע געשרייבאכץ ווערט פארוואסערט(און לויט געוויסע פאר'חזר'ט) מיטען אקטיוויזם איבערנעמענדיג די ארט.

yankel אמר/ה...

ר' קטלא, איהר האט נישט אין גאנצען פארשטאנען מיין רעדע. אויב דער איינציגסטע וועג פון אויסראטען אלע אביוסע"ס למיניהם, כולל רעבע'ס, שלעגעריי, עמהארצישע רבנים פסקענען פון בויך (אינ'ם בעסטען פאל), טשייל"ד אביו"ס, אא"וו, איז דורך אונטערברעכען קהלות און אידישקייט, איז אוממעגליך ס'זאל האבען הצלחה. פון קינדער ועט מען נישט קענען אויפבויען אידישקייט אויפ'ן ריכטיגע'ן וועג, וואס לאזט נישט די אלע פאסירונגען ווייל זיי זענען קעגען אידישקייט, ווייל קינדער קענען נישט קיין תורה. ווען מ'קען בייטען די ערוואקסענע מענטשען, און זיי אויסלערנען אז דער תורה וואס אסר,ט גייען אין בחירות(!) פאדערט מ'זאל ארעסטירען די אביוסער"ס, און דער זעלבע תורה וואס שטעלט פאר א צניעותדיגע לבוש הייסט אויך אז מ'מוז רעכענען מיט יענעם פונקט ווי זיך, דעמאלב איז דא א טשאנ"ס אז מ'וועלין קענען ערקלערען די נושא, און אויך דער ריכטיגקייט פון די טענות איז אסאך מער באפעסטיגט ווען ס'איז געבויט אויף תורה און נישט סתם אייגענע מענטשליכע סברות. צו דערצו ווען זיי זע'ען איין אז אפילו זייערע שיטה האלט אז דער היינטיגע א"ג חסידיש'ע מהלך איז קעגען דער גאט וואס זיי טענ'ן זיי דינען, וועלען זיי מוז'ן טוישען זייערע מיינונג. אבער ווען דבורה פעלדמאן, וואס האט געשפיגען אויף גאט און זיין תורה, ווייל איינער (נישט גאט'ס א מענטש) האט איהר עפעס געטוהן, האט זי קיין שום רעכטיגקייט נישט, און אין מענטשענ'ס הרגש ווערט עס אנגעקוקט אז אויב איהר שיטה איז דער וואס קעמפט אביוסער"ס, אפשר ווילען מיר זיין אויף די זייט פון די אביוסער"ס. זיי זיינען נישט גערעכט don't shoot the messenger אבער אזוי גייען מענטשענ'ס הרגשים.

קטלא קניא אמר/ה...

ר' יענקל, מיר האלטן ביי עת לעשות. אויף די פילאזאפישע און סאציאלאגישע ענינים און הרגשים איז דא צייט אויף שפעטער. אונזערע עולם גולם זענען פחדנים און פארשטיין נישט שכל נאר שלש סעודות תורות. דעוויילט שמייסט מען און לא עת לחשות.

ממילא געב די קינדער די כלים און זיי וועלן מאכן סדר. זיי גייט נישט אן שידוכים, זיי פארשטיין נישט אז מסירה שטייגט איבער אלע עבירות, זיי האבן ליב אונטערשטעלן א שטיקל און מען דארף זיי לאזן וויסן אז דער רבי האט אויך פאר עפעס מורא.

בלויז איינס אדער צוויי מלמדים דארף מען אוועקפירן פארקייטלט וישמעו העם ויראו ולא יזידון עוד.

yankel אמר/ה...

איך פארשטיי נישט ווי קען מען פארגעסען פון די סאציאלאגישע עניינים בשעת מ'וויל אויפטוהן אין א סאציאלע'ן נושא. א רעוואלוציע וואס האט נישט קיין סוף מעשה במחשבה תחלה וואס מ'גייט טוהן דער טאג נאך דער נצחון וועט אויסקוקען ווי די פראנצעזישע רעוואלוציע אדער דער רוסישע'ן אדער דער אראבישע'ן פרילינג.
איך בין מסכים אז אסאך מלמדים, רבנים און ראשי הקהלה זענען רשעים, אבער וואס א פלאן האט איהר במקומם? ווען דו קענסט א פלאן (וואס דאס איז מעגליך: אסאך נישט חסידישע קהלות זענען אסאך מער פריי ווי וויליאמסבורג) דעמאלס קענסטו שמייסען.