יום שישי, דצמבר 13, 2013

אנה אני בא?

איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל, אין הויז איז שטיל, דער עולם האָט זיך שוין געלייגט, אין נאָז גייט מיר אויף דער געשמאַקער ריח פון די שבתדיקע מאכלים וואָס מען האָט מיר געבעטן נישט פאַרגעסן אַראָפּדרייען/פאַרלעשן/צודעקן/אַריינלייגן אין פריזידער. אינדערויסן איז אַ קעלט, מאָרגן איז דער אתחלתא דפרענותא פון עשרה בטבת און איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל און פאַרזיך אויסקלאַפּן ווערטער זאָלן רעדן צו מיר אַליין.

דער עולם פרעגט זה קטלא האיש לא ידענו מה היה לו, ער האָט אַמאָל געשריבן אָבער עס האָט אים אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש. נאָך אַ קורבן פון אַ געזעלשאַפט וווּ אַז מען קומט שוין יאָ אַרויס לאוויר העולם, וויינט מען זיך אויס די לונגען, אַ בדוחקדיקן קייכל מיט אַ בדיעבדיקן שמייכל און מען פגרט אָפּ. אַ נפל וואָס, ווי קהלת זאָגט, קומט אין נאַרישקייט, גייט אין פינצטער, האָט קיין זון נישט געזען און פון קיין נחת נישט געוווּסט.

זייט וויסן אַז קטלא לעבט, קטלא ברענט און קטלא פלאַקערט. נאָר וואָס דען, קטלא איז אויך פויל, קטלא דאַרף ציען חיונה, דאַרף צאָלן שכר למדות, דאַרף זיין אַ מאַן און אַ פאָטער, פון מאָל צו מאָל ווערט ער פאַרפּלאָנטערט, און דערווייל געדאַנקן און מחשבות פליען ביי, פון טעג ווערן חודשים און יאָרן און קיין וואָרט ווערט נישט געשאַפן. פון צייט צו צייט כאַפּט זיך אָבער דער קאָטער אַריין, דער מאָס פליסט איבער ביז עס ווערן דברים שאין להם שיעור און אין אַזאַ פאַל האָט אַ בר־נש נישט קיין ברירה נאָר אָפּצוזאָגן זיינס. וואָס איז דען דער סך הכּל פון אַ לעבן אויסער דאָס וואָס איז אָפּגעשריבן, און וואָס טויג זיך דאָ צו דרייען אויפן עולם התוהו אַז ניטאַמאָל קען מען זאָגן וואָס שווימט זיך אין מוח?

מיר ענדיקן אַצינד די סדרות פון יוסף הצדיק, אַ יונג וואָס האָט זיך געלאָזט חלומען, דער נער האָט דערציילט זיינע חלומות פאַר זיינע ברידער און האָט ביטער באַצאָלט. גלייבט נישט די אַלע מעשות פון ווערן אַ מלך אין מצרים, דאָס זענען די דברים בטלים פונעם חלום. דער איינציקסטער אמת איז אַז דער וואָס וואַגט זיך צו חלומען וועט מען פאַרקויפן, פאַרציקן, באַשולדיקן, איינשפּאַרן און פון אַלעס וועט בלייבן אַ וינס ויצא החוצה. גאָרנישט מער.

און אַז פאַר יוספן איז יאָ געלונגן איז דערפאַר ווייל ער האָט געהאַט דער שכל צו חלומען ווען בן שבע עשרה שנה והוא נער. אַז איר זענט עטוואָס עלטער איז לייגט אייך בעסער נישט שלאָפן ווייל עס קען זיך אייך חלילה חלומען. פון זונען און לבנות און שטערן, אפשר. פון אַ שוואַרצער, קאַלטער, פאַרנעפּלטער נאַכט זיכער. און אַז איר וועט דערציילן פאַר איירע ברודער און פריינד וועט פון אייך בלייבן אַ חיה רעה אכלתהו. קויפט אייך נישט אַ כּתונת פּסים ווייל עס וועט אייך אַריינפירן אין גריב. איר מעגט שפּעטן המה וחמוריהם אָבער פון אייך וועט בלייבן טרוף טורף יוסף.

און אָט דאָ זיץ איך מיר. די קינדער וואַקסן אונטער, די חבירים טון שידוכים, זייערע קינדער גיין אין ישיבות און סעמינאַרן און מיך אינטערסירט עס אַלץ אין דער לינקע פאה. איך קען אויסוואַרטן זיך צוקושן מיט מחותנים, איך בין מוותר אויף דער נחת פון שלום זכרס און קידושים יעדער פינפטער וואָך און פאַר מיר איז דאָ נאָך אַ תכלית צום לעבן אויסער פירן די קינדער אונטער דער חופה. איך שפּיר אַן אחריות צו מיינע קינדער נישט ווייניקער ווי אַ צווייטער און טאַקע פאַרדעם מעג איך און עס ליגט אויף מיר אַ פליכט פאַר זיי אויפצומאַכן אַ פענצטער צו דער וועלט. אַז אַנדערע האָבן אַ רעכט אַרויפצולייגן זייערע קינדער אויפן ים פון לעבן נישט נאָר אָן זיי אויסצולערנען צו שווימען נאָר אויך אָנגעלאָדנט מיט שטיינער מעג איך צום מינדערסטן אָנזאָגן מיינע קינדער, געט אובאַכט איר זאָלט אייך נישט דערטרענקן. און אַז דאָס וועט זיי געבן אַ פּחד און זיי חס וחלילה קאָנפיוזן זאָג איך יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

קיין מענטש איז אַן אינזעל, האָט געזאָגט דער משורר, און דער עבד עברי זאָגט אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי. מיינע קינדער זענען יונג און זיי וועלן זיך מוזן אַן עצה געבן. דער וועלט איז גרויס, דער וועלט איז ברייט און עס איז דאָ פּלאַץ פאַר יעדן. וואָס טוט מען אָבער מיט דער אשת נעורים, אהבת כלולותי? מיט איר האָב איך חתונה געהאַט מיט קוים אַ האָר צום גאָמבע, זיך ענטוויקלט אונטער איר פליגל, זיך אויסגעבילדערט ווען זי האָט געאַרבעט, געשלאָפן ווען זי איז אויפגעשטאַנען צו די קינדער, געשריבן ווען זי האָט געקאָכט. זי האָט מיך געפיטערט, געשטיצט, געוואַרעמט דער בעט, אויפגעלאָכטן דער שטוב, ערצויגן אונזערע קינדער און שווער אינוועסטירט אין אונזער געביידע. טאָ, פאַרוואָס מוז זי צאָלן דער פּרייז ווייל איך גלייך נישט וואָס געפונט זיך אויפן מעניו? ווי קען איך חרוב מאַכן אַ בנין אַז דער דאַך זאָל איינפאַלן אויף איר קאָפּ?

איך בין דאָך אָבער אויך אַ מענטש און קיינעמס אַ קנעכט. עס גלוסטן זיך מיר נישט פון דאָ צו אַנטלויפן טאַקע ווייל אַ דאַנק מיין אשת חיל קען איך גיין און קומען ווי עס וווּנטשט זיך מיר. איך קען באַשטיין צו בלייבן דאָ ווי און וווּ איך געפון מיך, איך בעט נאָר צו מעגן זאָגן און שרייבן לויט מיין באַגער. במסתרים תבכה נפשי אָבער אין דער אָפן לאָמיך דונערן און בליצן. מיינער ווערטער האָבן מיט קיינעם נישט חתונה געהאַט און זענען פריי און מותרים לכל אדם איז סאַראַ רעכט איז דאָ מיר צו זאָגן דאָס טויג נישט, דאָס פּאַסט נישט, דאָס קען מען נישט און דאָס טאָר מען נישט?

מורי ורבותי, מען קען און טאָר אַלעס. איך בין פאַרפליכטעט אָבער מיין זעל קען מען נישט איינקייטלן. קיין איינער נישט און קיין מאָל נישט. און דאָך זאָגן זיך די ווערטער מיט אַ ווידערקול פון דער קלאַנג פון מעטאַל. מען שיקט די קינדער אין שולעס און דערנאָך ווילן זיי אַהין און פאַרלאַנגן אַהער. מיר לעבן אין אַ געמיינדע צאַמגעהאַלטן דורך פּחד און בושה, בושה וואָס וועט מען זאָגן און פּחד וווּ אַהין וועט מען אָנקומען. איך בין מוחל די בושות אָבער דער פּחד ברענט. וווּ אַהין פיר איך מיר אַליין און מיינע אַרומיקע? וואָס וועט פּאַסירן מיט אַנדערע? טאָר מען מאבד זיין בידים וואָס אַ צווייטער האָט געבויט מיט שווייס און בלוט?

איך האָב נישט קיין ענטפער און איך ערוואַרט נישט קיין עצות. גלייבט מיר נאָר אַז איך בין דאָ, אַז איך אָטעם און אַז איך לעב. און וווּ עס איז דאָ לעבן איז דאָ פּיין, איז דאָ צער, איז דאָ ספיקות און איז דאָ סכנות. מיינע קינדער וועלן מוזן ירשנען מיינע ספיקות און איך האָף זיי וועלן מיר מוחל זיין אַז מער האָב איך זיי נישט געקענט געבן. עס פאָרכט מיר צו טראַכטן וואָס נאָך מען וועט מיר מוזן, אָדער נישט קענען, מוחל זיין.

אויף דערווייל לאָמיך גיין מסדר זיין די מאכלים. מאָרגן וועט מען פאַסטן אָבער דערנאָך וועט מען עסן. וואָס וועט זיין שפּעטער ווייס איך נישט.

6 תגובות:

וזרח השמש אמר/ה...

יום בשורה היא לנו. מען דארף זיך נישט מער באהאלטן במסתרים און מורא האבן וואס צו שרייבן מפחד הצענזור. גאט האט אונז געשיקט א ישועה דעם נייעם פארום פרימארגן איז אפן פאר יעדן אן קיין דיסקרימינאציע. קומטס און געבטס אויס אייער ווייטאג אדער וואס איר ווילט נאר וצרת רבים חצי נחמה. עס הערשט א פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק. ולה' הישועה.

אנונימי אמר/ה...

She is probably your greatest enemy, you just don't realize it. She is the one who keeps you in jail and ruins your children's future. Sorry

קטלא קניא אמר/ה...

אויף מיר מעגסטו זאָגן וואָס דו ווילסט אָבער זאָג דאָס נישט ווייל כּמעט יעדער וואָרט וואָס דו שרייבסט איז לחלוטין נישט אמת.

אנונימי אמר/ה...

קטלא?!
ווי פלעגט מיין מנהל זאגן נאכן פארהערן די רש"י אין כתה ב'
"געוואלדיג"
איך שפיר אין מיין זעהל יעדע ווארט וואס די זאגסט
דיינע ווערטער זענען ספעציעל היימיש

אנונימי אמר/ה...

דעם נייעם פארום פרימארגן? Whats the address?

yankel אמר/ה...

הייסט'עס רבי קטלא, קיינער מעג דיר נישט צענזורירען אבער דו מעגסט צענזורירען רבי אנונימי?!
דער אמת איז, אז דיין אנגסט איז גאנץ נארמאל. האסט ליב אפאר זאכען, און צומאל שלאגען זיי זיך איינער מיט די צווייטען, און דו דארפסט טרעפען א וועג דורכצוקומען דער ענין. דאס איז נישט קיין אידישע פראבלעם, און אויך נישט קיין חסידיש'ער פראבלעם, דאס איז אן עקזיסטענטיאליש'יר פראבלעם. א מענטש איז געמאכט פון סתירות און נ ישט אייביג איז לייכט צו לעזען די סתירות.
דער עיקר איז אז דיין געפילען מאכען נישט און הרגנ'ען נישט קיין באשעפער'ס, און זיין עקזיסטענץ און זיין תורה זענען פאקטען צו דיין געפילען טאפען זיי אן, און ס'איז מעגליך, מיט הארעוואניע, צו טרעפען א וועג דורך די טראפען.