יום חמישי, יולי 12, 2012

אנה אלך מרוחך

וווּ אַהין זאָל איך גיין
אויסגעקוועטשט יעדן קליק
געזען אַלע פריינד
וועם מיין פנים איז זיי פרעמד
זיך באַגרוסט
מיטן פּאָסטקעסטל
און דער חידוש פון אין כּל חדש
וווּ זאָל איך גיין
אַז אין מיר איז פּוסטער
מיטן אפשר פון גאָרנישט געפונען
גיי ווער נתגלה
אויף אַ מכובדיקן מעת לעת
און כּרת ביזן קבר
שרייבן וועסטו אַ מכה
חוץ אַ פאַרשטויבטן פּשט
אויף
וווּ אַהין זאָל איך גיין

אין תגובות: