הייבן הייבט זיך עס אָן ראש חודש אלול ווען די בחורים זענען שוין אַלע אונטערווועגנס אין ישיבה, די צדיקים פאַוויילן נאָך אין די בערג און ר' קטלא כאַפּט זיך אויף אין זייגער אַכט. אייגנטליך האָט ער זיך שוין אויפגעכאַפּט ביים אשמורה שלישית, געמאַכט אַ ויקץ ויחלום שנית במחשבה אויפצושטיין צום ערשטן תקיעת שופר פונעם סעזאָן. איז עס אָבער אַכט אַזייגער און איך ליג און קלער וואָס איך האָב פאַרפעלט.
איך זע פאַר מיר ווי מיין בעלהביתישן מנין פון זיבן אַזייגער ווער איינגעהילט אין אלול. ווי דער ייד וואָס קושט שוין די מזוזה ביים סוף פון אשרי ובא לציון וואַרט אויס ביז נאָך עלינו. ראש חודש בלייבט ער געווענלעך ביז נאָך כתר בלייבט ער אָבער היינט ביז נאָכן דאַווענען. דער וואָס לייגט צאַם דער טלית ביים שיר של יום בלייבט היינט אָנגטון מיטן טלית עטלעכע מינוט לענגער. די וואָס דעקן זיך אויף דעם קאָפּ ביים הויכע שמונה עשרה וויקלן זיך היינט ווידער איין ביי עלינו. איך זע אַ יינגל וואָס האָט היינט באַגלייט זיין טאַטן צום דאַווענען און האַלט אין איין פרעגן ווען עס קומט שוין. דער חזן זאָגט ה' אחד ושמו אחד, אַ יתום זאָגט קדיש און יעדער קוקט זיך אום זען ווער וועט זיין דער בלאָזער, ווער וועט דערלאַנגן דעם ערשטן שאַל פון די הייליקע טעג.
דער יתום טרעט אויס עושה שלום, דער עולם זאָגט נאָך אמן און עמעצער גייט אַרויף אויפן בימה און דערלאַנגט אַ תקיעה און אַ שברים און תרועה און ווידער אַ תקיעה און לדוד ה' אורי קלינגט אויס אין דער פרימאָרגנדיקע זונשיין. אחת שאלתי מאת ה', שבתי בבית ה' כל ימי חיי, זאָגט דער עולם און דער חזן לאָזט אויס קוה אל ה' חזק ויאמץ לבבך וקוה אל ה'. דער בעל הבית קושט דער מזוזה און לויפט צום אַרבעט, דער וואָס איז געבליבן איינגעהילט אינעם טלית געבט דער סידור אַ קיש און שאַרט זיך אַראָפּ דער טלית פון קאָפּ און דער עולם בלייבט לענגער און מישט זיך אויף די תהלימלעך צו דער יהי רצון פאַר די טעגליכע צען קאַפּיטלעך.
איך בין אָבער דערווייל אין בעט און איך באַוויין מיין גורל פון לעכצן נאָך זאַכן וואָס איך געפון אַזוי שווער אויסצופירן למעשה. זאָל זיין דף היומי, אַ שבת סעודה מיט זמירות און דברי תורה, מעביר סדרה זיין ערב שבת, זאָגן ויתן לך מוצאי שבת, אַלגעמיין דאַווענען אין ביהמ"ד פון אדון עולם ביז עלינו, דרייט זיך מיר דער קאָפּ מיט חלומות פון אַ וועלט וווּ איך בין ווידער דער וווילער יינגל, דער פיינער בחור, דער זיידענער יונגערמאַן, דער חשובער בעל הבית. אַמאָל האָב איך נאָך געחלומט אַז עס וועט טאַקע קומען אַ טאָג און איך וועל דאָס זיין. היינט ווייס איך אַז אין דעם גלגול וועט דאָס שוין נישט פּאַסירן און דאָך גלוסט זיך מיר אַ דאַווענען ביים צייט, אַ שטיקל גמרא, אַ קפיטל נ"ך. און צום דאַווענען ווערט מיר דער בעל דבר אַ שותף. ווי להכעיס שלעפט ער מיר אַריין אין שיל ביי כולם אהובים און הרגט מיר מיט דעם אַוועק סיי דעם תענוג פון אַ תפילה בציבור און סיי דער האַלבער שעה וואָס איך פאַרברענג אין שיל. נישט עולם הזה און נישט עולם הבא.
אין בעט זע איך מיך ווידער מיטן פאַרגאַפטן יינגל וואָס קען נישט אויסוואַרטן ביז נאָך עלינו, האַלט אין איין מוטשערן דעם טאַטן ווען מען גייט שוין בלאָזן, קוקט אַרום אַ גאַנצן דאַווענען פאַר אַ זכר פון אַ שופר, נאָך עלינו לויפט ער זיך שטעלן לעבן דער מענטש וואָס וועט בלאָזן און ווען דער תקיעה קומט אַרויס ברעכט אויף אים אויס אַ שמייכל אַז ער וועט קענען דערציילן די מאַמע אַז היינט האָט ער געהערט אַ שופר.
נאָך אַזאַ אלולדיקן מודה אני האָב איך אויפן צווייטן טאָג פונעם חודש שוין מקיים געווען יראוך עם שמש. זיך אויפגעכאַפּט אין פינף און ווידער אין זעקס און ענדלעך פאַר זיבן פלייסיק מקיים געווען דעם מחברס ערשטען סימן פון יתגבר כארי. און אַז נישט ווי אַ לייב איז אָבער אויך נישט ווי א טשערעפּאַכע. אריה שאג מי לא יירא, אין שיל גייט מען באַלד ווידער טראָמפּייטערן און דער היתקע שופר בעיר לאָזט מיר קוים שלאָפן דעם לעצטן מעת לעת. אָנגעקומען בין איך צו ויברך דוד וואָס איז פרי לויט מיינע מושגים ערוואַרטנדיק אַ שיל וואָס האָט פושט צורה ולובש צורה געווען לכבוד חודש אלול.
קום איך אָן און די טעפּעכער זענען אָנגשטויבט ווי דער געהעריקער שטייגער, די טישן אָנגעמושבט פון דער ראש חודש סעודה פון אַ נאַכט פריער, טליתים אַרויפגעוואָרפן אויף בענקלעך, דער משנכנס הענגט נאָך איבערן טיר, דער לאָמפּ וואָס האָט געכאַפּט אַ שאָס פון אַ שמחת תורה פּעקל איז אַלץ נישט פאַרראָכטן און אין שיל איז נישט מער דאָ ווי א קאַרגער מנין. אלול אַהין און אלול אַהער אָבער ביי דער וועלט איז נאָך אָגוסט און מען האלט נאָך טיף אין מיטן זינדיקן. דער איינציקסטער שינוי איז אַ לדוד ה' אורי איבערגעדעקט מיט אַ פּלאַסטיק ווי אַ בענטשער אין אַ ביליקע פיצה סטאָר, צוגעקלעבט צום וואַנט מיט אַ שטיקל ווייסע סקאָטשטייפּ און הענגט צווישן דער מודים דרבנן און אַ חרם נישט אַרויסצוטראָגן ספרים פון ביהמ"ד מיט איינגעדרייטע עקן ווי א פיפצן מאָל איבערגענוצטער נוי סוכה אונטער אַ לעכערדיקער שלאַק. קיין יינגל איז נישט דאָ און די מתפללים זענען רוב רובם זקנים צו וועם אלול און פורים מאַכן אַן ענלעכן איינדרוק. שוין זעכציק יאר טון זיי גאָטס ווילן און זענען צו אַלעס מסכים אַבי עס זאָל נישט צו לאַנג געדויערן.
קומט תקיעת שופר און אַ בוכהאַלטער ציט ארויס א קורצע העל־ברוינע שופרל פון זיין טלית באַרטל, ער דרייט זיך אויס צום וואנט מיטן רוקן צום עולם און די שופר לייגט ער ביי איין עק פון זיין מויל נאָך זיך אָפּווישן די ליפּן פון שפּייאַכץ. ער הייבט אויף דער פויסט פון זיין אַנדערע האַנט און דער קנעכל פון זיין צווייטן פינגער שטעלט ער אויפן אַנדערן עק פון זיין מויל, קרומט זיך אויס דעם קאָפּ און דערלאַנגט אַ בלאָז. עס הערן זיך די תקיעות אָבער אויסגעמישט מיט א היפש ביסל לופטץ. די לעצטע תקיעה שטאַרבט אויס און דער עולם ברימט לדוד ה' אורי. קיינער איז נישט פאַרגאַפט, נישט דא קיין קינדער אויף נתפעל צו ווערן, די ערשטע שורה פון לדוד ה' אורי אויפן וואַנט איז איבערגעקלעבט און סך־הכּל האָבן זיך געהערט אַ פּאָר בלאָזן.
און איך פרעג מיך פון וווּ נעמט זיך דאָס ביי מיר די סתירה. אין מיין קאָפּ לעבט אַ יידישקייט וואָס לאָזט מיר נישט לעבן, וואָס בליט אָבער וויל ביי מיר נישט שפּראָצן, וואָס לייכט און מאַכט מיר אָן אַ פינצטערניש, וואָס רופט צו מיר בלויז צו ווייזן ווי ווייט איך בין פאַרפאָרן. אָבער ווען איך שטויס זיך אָן דערמיט איז עס אין אַ שיל וואָס וויינט אויף אַ בעזעם, אויף היימישע געסער אָנגעלייגט מיט מיסט, ביי פרעס מאלצייטן פון תנאימס און רעסעפשענס, אין מחלוקהלעך פון געוואלד, געריכטן און מכות רצח, אין אַ חינוך וואָס ערציט אָן קיין צוועק, אין אַ רשות הרבים וווּ אית דיין ולית דין און אין אַ יידישקייט ווי הלכהיסטן צושמעטרען די טעמי המצוות.
איז יידישקייט ווי אַ ווערק פון קונסט וואָס קען געפונען שיינקייט סיי אין געמיינהייט און סיי אין פּראָסטקייט? וואָס קען נעמען אַ גרויזאַמער אַקט און שאַפן דערפון אַ מייסטערישער ווערק פון פלאי פלאים? וואָס קען שילדערן אַ דינסט אין אַ קאָך גיסן אַ קריגל מילך און טרעפן דערין אַ זעלטענער רוהיקייט און האַרמאָניע? איז אונזער גלויבן בלויז פאר די ספרי קודש וואס נעמט אַ באַרבאַרישער דערציילונג ווי עקידת יצחק און דרייט עס סובטיל איבער מיט אַ צאַרטיקע שאלה פון איה השה לעולה און אַ דערבאַרעמדיקער באַפעל פון אל תשלח ידך אל הנער? איז עס ווי אַ געזאַנג וואס קען מאַכן פון יעלס טשוואָק און סיסראס מערדער אַ שירה פון העלדישקייט און זיג?
און אַז יידישקייט ליגט בלויז אין די ביכער און איז אויף ללמוד וללמד אָבער לאו דווקא אויף לשמור ולעשות איז צו וואָס לעכצערט מיין זעל? פאַרוואָס איז פאָרט שמחתי באומרים לי בית ה' נלך?
יעדער יאָר דער צייט איז זיך מקיים אין מיינע געדערעם עורו ישינים מתרדמתכם אָבער דער וואָס שלאָפט שלאָפט ווייטער. הייסט עס דאָס איז אַ שפּיל וואָס דער לעצטער פירהאַנג פאַרמאַכט זיך איבערן קבר? דער ציל איז פשוט זיך פרעגן אַ סאַך שאלות כאַטש די תשובות זענען מונח עד שיבא? מאַכן אַ חשבון הנפש אָן אָנצוקומען צו אַ סכום.
כי אבי ואמי עזבוני, די זיכערקייטן וואָס מען ירשנט ביי די עלטערן וואַקלען זיך אָבער מען וואַרט נאָך אויפן וה' יאספני. ער איז קרוב לכל אשר יקראוהו באמת און צו די רעשט איז ער קוים בנמצא. דער גאונות פון אַ גאָט וואָס בכדי צו עקזיסטירן ביי זיינע מאמינים מיז ער לחלוטין נישט עקזעסטירן ביי אַלע אַנדערע. אַ סאָרט שראָדינגערס קאַץ וווּ אַ יש און אַן אַיִן זענען משתמשים בערבוביא.
און מיט דעם אַלעם לאָז איך אַלץ אויס, קוה אל ה', קוה וחוזר וקוה.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה