וואָס איך גיי דאָ שרייבן איז למעשה ווערט אַן אסיפה, און נישט סתם אַן אסיפהלע אין אַ חתונה זאַל וווּ מען שלעפּט די נשים צדקניות אַרויס פון קאָך און זיי מוזן געפונען בייביסיטערס און אַ היטש און זיך גאָר אָנטון און אַ חלק פון זיי וועלן זיך אפילו פאַרבן ר"ל. אַז איך קלער אַריין עס איז ווערט פיל מער ווי אַ פּראָסטע אסיפה וואָס פון די מענער פאַרלאַנגט מען אַז זיי זאָלן בלייבן אין דער היים אויפפּאַסן אויף די קינדער און דער קרעכצט אַז ער מוז גיין צום שיעור, דער צו מעריב און דער האָט אַ רעסעפּשן צי אַ בר־מצוה און אַלץ צו הערן דער זעלבער שרייער און קרעכצער און וויינער.
ניין, פאַר דער ענין אשר ישנו פה מוז מען האָבן נישט ווייניקער ווי אַן אסיפה רבתי. אַזוינס וווּ מען שירהט אויס בענקלעך צו קלאָצן אויף אַ גלאָז הינטער וואָס זיצן די אריות שבחבורה, די אמתע מנהיגים פון כּלל ישראל, די נראים ואינם רואים. די צדיקי הדור וואָס היינטצוטאָג איז זייערע גאַנצע קאָפּ פאַרטון מיטן אינטערנעט, און טעלעפאָנען און מיט פרויען קליידונג און אַנדערע דברים שבקדושה אַז קוים האָבן זיי צייט אויף אַ לא תגנוב אָדער אַ לא תחמוד. די רשכבה"גן וואָס באַווייזן זיך יעדער וואָך אין די צייטונגן, איטליך ביי זיין וואָרט, תנאים אָדער פדיון פטר חמור. די קדושים מרחם וואָס אַזוי אָפּגהיטן זענען זייערע אויגן אַז זיי זען נישט ווייטער ווי דער צעטל וואָס דער עסקן הייסט זיי אונטערשרייבן און דער שוואַרצע גלאָז וואָס נאָר הינטער דעם קענען זיי זיך באַווייזן צו די בית יעקב, אלו הנשים. טאָמער וועט חלילה זיין אויף זייערע זייט אַ שפּיגל וועלן זיי זיך מוזן אַליין אָנקוקן אין די אויגן און דאָס קען זיין סכנת נפשות.
נו, קטלא, אַז נישט אויף דעם איז אויף וואָס יאָ? אויסער אינטערנעט איז דען דאָ וואָס צו רעדן, כּלל ישראל איז דאָך בתכלית השלימות? איז אַזוי. מיר האָבן אויך אַ תקנה פאַר כּלל ישראל אָבער אין גאַנצן מיט אַן אַנדערן דרך אין עבודת השם. מיר קומען נישט מיט תקנות פאַר פרויען, כל־שכן נישט פאַר מענער נאָר פאַר די ייִדישע קינדער אַליין, די בני ישראל ממש. די זיסע טייערע נשמהלעך, די משהלעך און רחלעס, די אברהמיס און חניס און די אַלע קליינע באַשעפענישן איבער וועם מען האַלט אין איין מאַכן תקנות, חדשים לבקרים. פאַר חדרים און ישיבות און סעמינאַרן און כוללים און ווער רעדט נאָך פאַר די עלטערן אַליין וואָס זיי זענען דאָך ממש דער אבי אבות. פרעגט נאָר אָן ביי יעדער עסקן וואָס טוט אין דער נושא און זיי וועלן אייך אַלע זאָגן פה אחד אַז עס איז נישט דאָ נאָך אַזאַ פּלאַץ וווּ ייִדישע קינדער ווערן אַזוי קאַליע ווי אין זייערע טמאנער היים.
די מעשה איז אָבער אַז פאַר די קינדער אַליין, די תכלית פון אַלע תכליתן, מאַכט מען עפּעס די ווייניקסטער תקנות. אמת מען לערנט מיט זיי משניות, און זיי פאַרהערן זיך מסכתות, און מען מאַכט פון צייט צו צייט אינטערנאַציאָנאַלע תהילים געזאָגעכצער אָבער אויסער די תהילים הוק־אָפּס איז זייערע טאָג טעגלעך לעבן מער ווייניקער ווי פון די מאַרמאָרישע צייטן. דער וועלט רוקט זיך, מען שאַפט פרישע טעכנאָלאָגיעס, נייע ערפינדונגן, גאונישע פּאַטענעטן, שטריימלעך ווערן העכער, שייטלען לענגער, רבישע קאַרס ברייטער, און אונזערע יידישע קינדערלעך זיצן זיך ווייטער אין די זעלבע שטוקעדיקע צימערלעך, די טישן אויסגעלייגט ווי אַ 'ח' אַז קיינער זאָל זיך פון דער רבי חלילה נישט קענען פאַרשטעקן, שאָקלען זיך איבער די משניות, און טייטשן ווייטער מעשה שבאו בניו של רבן גמליאל מבית המשתה, עס איז געווען אַ מעשה אַז רבן גמליאלס זונען זענען שפּעט אַהיימגעקומען פון אַ חתונה.
איי ביי אַ חתונה דאַווענט מען נישט איין מאָל מעריב נאָר פריש צווישן יעדער געריכט און פאַרן טאַנצן און נאָכן טאַנצן און ווער רעדט נאָך איידער דער מצווה טאַנץ וואָס דאָס איז דאָך דער צייט ווען די נשמות קומען אַראָפּ פון גן־עדן מאַכט מען אַ מעריב הגדול אַז דער חתן אַליין זאָל קענען דערין אַ טייל נעמען בשעת ווען מען פאַרבט איבער דער כלה און מען פאַררעכט איר דער שייטל, און ממילא פאַרוואָס האָבן רבן גמליאלס חשובע צדיקימלעך נישט געקענט לייענען קריאת שמע אין דער לאָבי פון דעם זאַל ביי דער זייט פון דער נטילת ידים פאַס מיט דריי איבערפליסיקע מיסט קאַסטנס פול מיט אָפּגעווישטע טרוקן־פּאַפּיר?
אלא מאי בית המשתה מיינט גאָרנישט אַ חתונה נאָר זיי זענען געגאַנגן קלאָבן ווי עס איז נאָך דער מנהג עד היום הזה און דאָרט פירט מען זיך טאַקע נישט אָפּצושטעלן דער מוזיק אויף א ברכו און אַ קדיש בפרט ווען דער עולם הייבט אויף די הענטעלעך צום הימל און טאַנצט אַ מצווה טאַנץ אָן אַ גאַרטל און דער ניגון איז ניטאַמאָל, תהא השעה הזאת. ממילא איז שוין פאַרענטפערט פאַרוואָס זיי איז נישט אויסגעקומען צו לייענען קריאת שמע. און איי פאַרוואָס טייטשט מען מבית המשתה, פון א חתונה? זאָגט שוין אויף דעם דער משנה, כדי להרחיק את האדם מן העבירה און לשון נקיה דבר הכתוב.
מיר פאַרפאָרן אָבער ווייל מיר האַלטן נאָך ביי די פּיצעלעך בני ישראל מיט דעם הערלעכן צלם־אלקים וואָס בלויז פאַרצוקערטע פאות און שוואַרצן סאַמעטע יאַרמולקעס קענען שאַפן. איז לאָמיר איבערלאָזן דעם רבינס וואָנזע איינגעזאַפּט מיט קאַווע, "מוישי הער דיך שוין אויף צו שפּילן דאָרט, חיים דוד זאָג שוין ווייטער. וווּ האַלטסטו נאָר?" און מיר וועלן זיך צוריק אומקערן צו אונזערע אסיפה.
איז אַזוי. אַז מען גייט מאַכן אַן אסיפה פאַר ייִדישע קינדער איז פאַרשטייט זיך אַז מיר האָבן דאָס דורכגערעדט מיט מחנכים, און מבינים, און פּסיכאָלאָגן למחצה לשליש ולרביע, און זיי זענען מסכּים כאיש אחד אַז דאָס קען זיין אַ גוואַלדיקער תועלת בפרט אַז די עלטערן זענען היינטצוטאָג מפקיר די קינדער און אויסער טענות האָבן זיי נישט וואָס צו זאָגן.
דער שרייט די קינדער זענען צופיל אין חדר און יענער זאָגט אַז מען דאַרף זיי קוים אַרויסלאָזן ערב שבת צו כאַפּן אַ מקווה. די חדרים מאַכן געוואַלדעס אַז ווען מען לאָזט זיי אַוועק מיט אַ שעה צו פרי קלינגן טאַטעס און מאַמעס אַז למה לי בנים, מיר געבן זיך מיט זיי נישט קיין עצה. אַנדערע מאַכן קולות אַז מען זאָל האָבן חדר אפילו אין שבת און אפשר קען מען האָבן קעמפּ אַ גאַנץ יאָר און מען קען די קליינע פגעים אין גאַנצן פטור ווערן אויסער פּסח ווען מען וועט זיי אַהיים לאָזן צו פרעגן די קשיות און באַלד צוריק אין חדר. און דער תירוץ פון עבדים היינו זאָל זיי שוין דער רבי זאָגן. אויף דעם צאָלט מען אים דאָך, ניין?
ווייטער די רביס שרייען אַז די קינדער ווילן נישט לערנען און עס איז שוין נישט ווי אַמאָל און אין דעם זענען די עלטערן גאָר שולדיק. אין דער היים פאַרברענגן זיי אויף קאָמפּיוטער גיימס און אויף זייערע מאַמעס סמאַרטפאָוינס. די עלטערן שרייען צוריק, חלילה! מיר קוקן דער איקס פאַקטאָר בלויז זי אין דער שלאָפצימער און ער אין דער אָפיס און די קינדער ברוך השם לא טעמו טעם חטא. אָבער דאָך רעדן זיך אָפּ די מאַמעס אַז די חברה זענען צוווילדעוועט און יעדער נאַכט רופן זיי די מענער, "ווען קומסטו שוין אַהיים" און ער דאַרף בלויז ענדיקן דער קליפּ און ער קומט שוין.
דאָס איז נאָך די בינונים און פון די פורקי עול רעדן מיר אינגאַנצן נישט. זיי שרייען אַז מען לערנט נישט גענוג ענגליש, און די מה יפיתניקעס רודערן אַז מען שלאָגט צופיל. קעגן זיי מאַכן די צדיקים געוואַלדעס אַז די מלמדים האָבן צו ווייניק יראת שמים, די תלמידי חכמים פאַרפירן אַז די קינדער זענען עם־הארצים, די מאַמעס רעדן זיך אָפּ אַז זיי רעדן ענגליש ווי אויסלענדער, די בעל־הביתישע טאַטעס אַז זיי זענען צו פרום און די קינדער אַליין האָט מען דערווייל פאַרגעסן צו פרעגן.
ממילא מורי ורבותי צו לייזן די אַלע פּראָבלעמען נישט אויף היינט און נישט אויף מאָרגן נאָר לדורי דורות האָבן מיר באַשלאָסן מאַכן אַן אסיפה ופרטים יבואו בעז"ה.
תגובה 1:
BORUCH MECHAYE MEISIM,what a treat finally Katle woke up
הוסף רשומת תגובה