יום שישי, דצמבר 26, 2003

צום רבין זאָל זײַן געזונט

איך שטײ מיטן שמש אין דער האַנט
און איך דערמאַן מיך פֿון דײַנע חנוכּה ליכט
האָסט מיך נישט געזען אױפֿן עלעפֿטן שטאָק
װען דו האָסט צו מיר נישט אַרױפֿגעקוקט
איך זוך דער אור הגנוז
אין דער פֿינסטערנישט פֿון דײַנע ליכט
´כאָב דיר געגעבן אַ פּדיון
האָסט דו מיר באַגזלט מײַן אמונה
דער טעם פֿון דײַן שריים
פֿרעסט מיר דאָס געזונט
איך זיץ שבעה נאָך דײַנע נחמות
דײַנע רפֿואות מאַכן מיר קראַנק
האָסט מיר געפֿיטערט שלש־סעודות תורות
אַז מײַן גאָמבע זאָל נישט אױסזען
װי דײַן רביצנס קאָפּ
דאָרט װעט װאַקסן האָר
װען איך װעל געפֿונען דעם באַשעפֿער
װאָס איך זוך
זײַט איך האָב דיר פֿאַרלױרן
דעם בני יששכרס לשם יחוד
װעט מיך מיט דיר נישט פֿאַראײניקן
און טאַקע פֿאַרדעם
הנרות הללו קודש הם

יום חמישי, דצמבר 25, 2003

אַ גוטן חודש און אַ פֿרײליכן חנוכּה!

ראשי חודשים לעמך נתת זמן כּפּרה לכל תולדותם, ראש חודש איז אַ זמן כּפֿרה איבערצובעטן דעם עולם אַז איך האָב מיך שױן אַזױ לאַנג נישט באַװוּזן. זאָלט איר װיסן אַז דאָס איז לא מלבי נאָר די השגחה פּרטית האָט אַזױ צוגעפֿירט אַז ס'זאָל חלילה נישט װערן אױוון אַ קיטרוג. פֿאַרװאָס אַ קיטרוג? װײַל דער מצב מיט מיר איז עפּעס נישט פֿױגעלדיק. מנחה מעריבס שטײן אױף הינער פֿיס, און אפֿילו בײַם שחרית האָט זיך דער בעל דבר אײנס צװײ מאָל אַרײַנגעכאַפּט. יאָ יאָ איך װײס װאָס איר קלערט, היום אומר לו עשה כּך ולמחר אומר לו עשה כּך ביז װער װײסט רחמנא לצלן. אָבער דער וראו כּל עמי הארץ כּי שם השם נקרא עליך ויראו ממך, װאָס רש"י זאָגט אױף דעם אלו תפֿילין שבראש, בײַ דעם האַלט איך מיך פֿעסט. אַלע װינטן פֿון דער װעלט קענען עס בײַ מיר נישט אַראָפּבלאָזן. און אין די הײַנטיקע צײַטן װען פֿיל פֿון די אומות העולם טשעפּען זיך װידער מיטן אױסדערװעלטן פֿאָלק װאָלט איבעראָלזן די תפֿילין געװען אַ מאבד עצמו לדעת. ממילא װען דער אײבישטער מאַכט אינדערפֿרי אַ קאָפּצאָל פֿון שװאַרצע קעסטלעך איז מײַן קעסטעל אױך אַרײַנגערעכענט און ברוך ששם חלקי עמהם.

הײַנט אינדערפֿרי האָב איך נישט געהאַט קײַן תירוץ און איך בין אין שיל אַרײַן. ס'איז חנוכּה, ס'איז ראש חודש און ס'איז חגא איז װעלכע תירוץ קען מען נוצן אױף צו בלײַבן אין בעט און נישט גײן אין שיל אָדער אױף זיך צו אײַלן און צאַמלײגן דעם טלית בײַ מכלכּל חיים און זאָגן כּתר בײַם טיר? אַזאַ כּתר איז אָבער שױן געװאָרן אַ מנהג ישראל און יאָ חגא נישט חגא טוט מען עס אַלץ.

איך בין אַרײַן געקומן אין שיל האָב איך באַלד פֿאַרשטאַנען אַז מיר ייִדן װעלן ראַטעװען דער מערבדיקע ציװיליזאַציע. פֿאַרװאָס? װײַל אױף חגא װען די סוחרים גײן נישט אין אַרבעט װאָלט געװען אַ סברא אַז די שטאַרק פֿרומע, נישט חסידישע, כּלומר פֿלעטבושע סאָרט זאָלן זיך אָנטון װי מענטשן װאָס גײן נישט אין אַרבעט. איז ער אָבער אַ פֿלעטבושער און ער גײט נישט אין דער רוח פֿונעם גאַס נאָר אין דער דערעך, און דער דערעך איז צו גײן אַ קראַװאַט צי מען אַרבעט יאָ צי מען אַרבעט נישט. זאָלן די גרױסע פֿירמעס אײַנפֿירן 'דרעסינג דאַױן' טעג, זאָלן די פֿירערס פֿון די ד'זי7 מדינות זיך טרעפֿן אין זײערע ד'זינס, אָבער ר' חיים סטיװן פֿון פֿלעטבוש און ר' ריצ'ערד משה פֿון ברױערס װעלן װײַטער קומן אין שיל אַרײַן און צום דף היומי שיעור אין זײערע נעק־טײַ. דאָס איז זײערע דערעך פֿון די אבות הקדושים און אין אַ שעת שמד איז מען זיך מוסר נפֿש אַפֿילו אױף אַ שיך בענדל קל וחומר אױף אַ קראַװאַט.

װיבאַלד ס'איז נישט דאָ װאָס זיך צו אײַלן האָט מען צוגעשיקט אַ בעל תפֿילה װאָס נאָך יעדער דרײערעל האָט ער זיך אַהין און אַהער געדרײט זען צי דער עולם האָט הנאה. דער חאָלעמאָק איז נישט געװען זיכער בײַ קדיש נאָך הלל צי מען זאָגט מיט תתקבל צי אָן תתקבל. לעבן מיר איז געשטאַנען גאָר אַ װױלע עלטערע בחור און ער האָט זיך באַלד אָנגענומן פֿאַרן תתקבל, און דער רעשט פֿונעם קדיש האָט ער צו זיך געשמײכעלט און געשאָקלט מיטן קאָפּ כּלומר 'האָב איך נישט געװוּסט?'

בײַם אַרױס נעמן די ספֿרי תורה איז געװאָרן אַ געראַטשקע צי צװײ ספֿרי תורה צי מען זאָל מישן. אַ פֿרומע האָט געשריגן 'נאָך אײַנס, נאָך אײַנס', אָבער דער גבאי, אַ פּראַקטישע קאַרפּאַטישע ייִדל מיט אַ קאָזע בערדל װאָס אײן מנהג ישראל איז בײַ אים מער װערד װי אַלע ד' חלקי שו"ע, האָט זיך נישט געלאָזט און ער האָט געזאָגט 'גולל, גולל' און בײַ גולל איז עס געבליבן. דער פֿרומע האָט זיך צוגעשמײכעלט צו זײַנע אַרומיקע, כּאילו 'שױן, װאָס װילסט דו פֿון אים.'

יעצט איבער די חגאות װעט מערטשעם זײַן מער צײַט איז האָפֿענטליך װעט מען קענען אַביסל אַרײַן לײגן כּוחות און דער וכתבתם. דערװײַל זיך איך בײַ אײַך אַן עצה אױף צו מאַכן דעם דרײדל שפּיל אַביסל אינטערסאַנטער. איך האָב געשפּילט מיט מײַנע קינדער אָבער נאָך אַפּאָר מאָל װערט דער שפּיל נמאס. דער דרײדל גײט אַרום דער טיש פֿונעם ייִנגסטן צום עלטסטן און ס'נעמט נישט קײן עק. כּסדר געװינט עמעצער אַביסל צוריק. אפֿשר האָט אײנער אַ װערסיע פֿונעם שפּיל װאָס לײגט אַרײַן אַ שפּאַנונג און אַן עלעמענט פֿון עפּעס אײַנשטעלן.

דרך אגב האָבן מיר געפֿרעגט אַ שאלה און ס'איז באַשלאָסן בײַ די גדולי ההוראה שליט"א אַז אפֿילו די װאָס האַלטן ניטל מעגן לערנען אַ בלאַט קטלא קניא שאינן אלא תחנונים לפֿני המקום.

אַז מען רעדט שױן פֿון חגא פּלאָג איך מיך יעדער יאָר צו פֿאַרשטײן װאָס דער חגא איז. איז עס װי פּורים צי איז עס װי יום כּיפּור צי איז עס סוכּות אָדער גאָר שבועות? לאָמיך מסביר זײַן. די בײמער װאָס מען שטעלט אױף אין די געסער און אין די הײַזער איז ממש װי די בלעטער אױף שבועות, אַסאַך שטעלן עס אָבער בײַם פֿענסטער און דאָס איז אַביסל װי חנוכּה אַז מען מאַכט אַ פּירסומי ניסא. מאידך גיסא זענען די שײנע בליטשענדיקע לאָמפּן די איבערגעבליבענע באַצירונגן פֿון סוכּות, הײסט עס אַז ס'איז גאָר סוכּות און די בײמער זענען װי סכך למען ידעו דורותיכם. װײַטער דער מאַסע פֿון חצות און די הײליקע קאַראָלן זענען װי כּל־נדרי בײַ נאַכט, קומט אָבער בײַ טאָג און דער עולם שאַשקעט און טון זיך אָן רױטע היטלן און ס'װערט אַן אַטמאָספֿערע פֿון פּורים. װער רעדט נאָך פֿון דער גרױסע אינדיק װאָס שפּירט זיך װי שמחת תורה װען מען ברעגן די געפֿולטע קרױט צום טיש. אפֿשר זענען די אַלע רמזים אױף צו צומישן דעם שטן, װער װײסט? דאָס װײס איך אָבער יאָ אַז ראש השנה איז הערשט נעקסטע װאָך און ס'הײסט אַז אין דער קריסטישע חודש אלול ליגן אַלע ימים טובים. בשעת װען מיר זענען חוקר ודורש די עדים צי ס'איז יאָ דאָ אַ לבנה מאַכן זײ מיט די ימים טובים װי הלל מיטן קרבן פּסח און זײ זענען עס יוצא בבת אחת. נו, איז װאָס טױג אַ גמרא קאָפּ?

האָטס מיר אַ פֿרײליכן חנוכּה, װיפֿיל ס'איז נאָך געבליבן פֿונעם חנוכה און װי פֿרײליך ס'קען זײַן װען די מנורות זענען אָנגעטראָפּט מיט װאַקס און די אײַל גלעזלעך זענען פֿעט מיט למהדרינדיקע שמן זית. דאָס איז טאַקע אַ ייִדישע קרענק אַז קעז קוכן עסט מען אײן טאָג אָבער לאַטקעס אַכט טעג.

יום ראשון, דצמבר 14, 2003

שבת וישלח

מײַן זין האָט געפֿרעגט בײַם טיש פֿאַרװאָס דער אײבישטער האָט באַשאַפֿן דער װעלט. זײַן עלטערע ברודער האָט געמאַכט אַז ס'איז אַ נאַרישע שאלה.

יום חמישי, דצמבר 04, 2003

בן תשע עשרה לאהבה?

לא ככל הגויים בית ישראל. בײַ די גױים און בײַ די נישט הײמישע ייִדן װאָס ציען נישט אױף זײערע קינדער אױפֿן דרך ישראל סבא איז דער מנהג אַז מען האָט חתונה מיט דער פֿרױ װאָס מען האָט ליב. בײַ אונדז איז אָבער דער מנהגֿ אַז מען האָט חתונה מיט אַ פֿרױ װוּנדערנדיק צי מען װעט איר ליב האָבן. און דאָס איז אױך נאָר בײַ די קטני אמנה. די אמתע מאמינים װוּנדערן זיך ניטאַמאָל װײַל גאָט װעט שױן העלפֿן און װאָס איז באַשערט איז באַשערט. באַשערט צו װאָס? איז שױן חקירה. אַז אַ מאַן און אַ פֿרױ האָבן חתונה און געטן זיך נישט איז אַ סימן אַז זײ זענען באַשערט אײנעם פֿאַרן צװײטן. והראיה אַז זײ געטן זיך נישט. אײַ ס'איז עפּעס נישט פֿױגעלדיק? װער האָט דען געזאָגט אַז זײ זענען באַשערט געװען צו זײַן צופֿרידן. עמיצער מיז דאָך אױך זײַן אומצופֿרידן. נאָר הוא הדבר אשר דיברתי אַז װאָס איז באַשערט איז באַשערט און דער רעשט איז חקירה װאָס אַן ערליכער ייִד האָט דערפֿון נישט צו טראַכטן. חוץ מזה, אפֿילו אױפֿן דרך השכל האָבן מיר אױך דער בעסטער סיסטעם אין דער װעלט פֿאַר פּאָרן זכרים מיט נקיבות. מען זעט בחוש אַז נישט נאָר גט מען זיך בײַ אונדז גאָר װײניק נאָר אױך כּמעט אַלע פּאָר פֿאָלקן װאָס האָבן חתונה על טהרת הקודש זענען תולדותיהם כּיוצא בהם און אױך זײ צװעלעװן זיך נישט. דאָס נעמט זיך בלױז פֿון דעם אַז בײַ אונדז איז הקב"ה יושב ומזווג זיווגים. און אַז ס׳געלונגט און מצא קומט דער ליבשאַפֿט שפּעטער. װײַטער אַז ס׳גלונגט נישט, נו, איז נישט. אין פּסוק שטײט ואהבת את ה׳ אלקיך נישט ואהבת את אשתך.

ואל יקשה בעיניך, ס'זאָל קײנעם נישט שװער זײַן אַז יעקב אבינו דער בחיר שבאבות האָט געװאָלט חתונה האָבן מיט רחלן װײַל ער האָט איר ליב געהאַט. דער תירוץ איז פּשוט. ס'איז דאָ אַ באַװוּסטע מחלוקת צי די אבות האָבן געהאַט אַ דין פֿון אַ בן־נח אָדער פֿון אַ ישראל. מען האָט שױן אױף דער מחלוקת פֿאַרגאָסן אָן אַ שיעור טינט און אױסגעריסן אָן אַ שיעור בײמער און מען װײסט נאָך אַלץ נישט װאָס זײ זענען געװען. בנוגע שידוכים פּסקנען מיר אָבער לחומרא און מיר זאָגן אַז יעקב איז געװען אַ בן־נח און דערפֿאַר האָט ער זיך געקענט ערלױבן ליב האָבן אַ פֿרױ נאָך אײדער ער האָט מיט איר חתונה געהאַט. און אפֿילו לױט די מקילים אַז ער איז געװען אַ ישראל האָט עס אַזױ פּאַסירט טאַקע פֿאַרדעם װײַל ער איז אַלט געװען זעכציק יאָר. דאָס איז אַ מוסר השכּל פֿאַר אַלע װאָס מײנען אַז מיט לאָזן די בחורים זײַן בחורים אַביסל לענגער װעלן זײ עפּעס אױפֿטון. װאָס עלטער מען לאָזט די קינדער אױפֿװאַקסן װאַקסן מיט מיט זײ זײערע השגות. ס'האָט זיך שױן אױסגעװיזן אין משפּחות מכובדות בישראל אַז מען האָט געלאָזט די קינדער עלטער װערן און דער מײדל האָט אָנגעהױבן צו זאָגן װאָס פֿאַר אַ בחור זי װיל, אַז זי װיל גײן אַ האָר באַנד אין נישט אַ היט, און דער בחור איז געװאָרן לא עלינו אַ מבין אױף מײדלעך.

היה לא תהיה, דאָס איז נישט דער ייִדישער דרך. אברהם האָט אליעזרן געשיקט געפֿונען אַ מײדל פֿאַר יצחקן און יצחק האָט גענומן װאָס מען האָט אים געברענגט. דאָס איז דער ייִדישער װעג און נאָר אױף דעם װעג האָט מען סייעתא דשמיא. לאָמיר באַטראַכטן יצחקן אַביסל טיפֿער און פֿאַרגלײַכן זײַן מצבֿ מיט יעקבס. יצחק איז געװען אַ בלינדער בחור פֿון װען די מלאכים האָבן אַרײַן געװײנט אין זײַנע אױגן. ער איז אױך געקומן פֿון אַ דיספֿאָנקשענל הײם. עלטערן אין די הונדערטער יאָרן, זײַן טאַעס צװײטע פֿרױ און זײַן האַלבע ברודער האָט מען פֿאַרטריבן פֿון דער הײם ועל כּולם, טאָמער דאָס אַלעס איז נישט גענוג, אַ טאַטע װאָס האָט אים געװאָלט אַװעקלײגן פּשוטו כּמשמעו. הײַנטיקע צײַטן װאָלט מען אים אָנגעשדכנט מיט אַ ספֿרדישע מײדל אָדער אַ רוסישע עולה. אין יענע צײַטן װען זײ זענען אַלע געװען טונקעלע און אברהם איז אַלײן געװען אַן עולה האָט מען אים אָנגעשדכנט מיט אַ מײדל פֿון דרײַ יאָר אַלט. דאָס איז די סייעתא דשמיא אַז אַ אפֿילו אַ בלינדער בחור קען טרעפֿן אַז ער װײסט װיאַזױ צו זוכן װי אַ ייִד.

(מען קען נישט לײקענען אַז רבקה האָט אים נאָר גענומן װײַל זי איז געװען אַ בעלת תשובה און זי האָט געװוּסט אַז בעסער װעט זי נישט געפֿונען. ועוד אַלץ אַ בעלת תשובה װאָלט זי גענומן װעם ס׳לאָזט זיך אַבי ס׳זאָל זײַן פֿון אַ שײנע הײמישע פֿאַמיליע און זי האָט אַוודאי דערצײלט פֿאַר איר חברטעס ׳װאַט ע נײַס בױ הי איז׳ און װיאַזױ איר ראש האַסעמינאַר האָט איר שטאַרק צוגערעדט צו טון דעם שידוך און ׳ברוך השם ס׳איז ממש באַשערט.׳ נו, ממילא אַז רבקה האָט גענומן אַ בלינדער פֿאַרשטײט זיך אָבער אַז יצחק זאָל חתונה האָבן מיט רבקה איז טאַקע געװען אַ שײנע זאַך און ממש װי די גמרא זאָגט נחות דרגא ונסיב אתתא, גײ אַראָפּ אַ שטיג און האָב חתונה מיט אַ פֿרױ. ובזה אפֿשר לתרץ רש"י על ויעתר לו לה׳, לו ולא לה שאינו דומה תפֿלת צדיק בן צדיק לתפֿילת צדיק בן רשע. והקושיא ידוע דאדרבה והלא במקום שבעלי תשובה עומדים וכו׳ ונראה לי הקטן לפֿרש בעזר החונן לאדם דעת שאינו דומה תפֿילת צדיק בן צדיק המתחתן עם צדיק בת רשע לצדיק בת רשע המתחתנת עם צדיק בן צדיק על אף שהוא פּיסח או עיור ודפּח"ח.)

יעקב װײַטער איז אַלט געװאָרן זעכציק, ער האָט געלערנט אין ישיבת שם ועבר פֿערצן יאָר, געאַרבעט אין דער קאָך, גערײכערט ציגאַרעטלעך, געטריבן אַ קאַר און לא עלינו זיך געלערנט פֿון די עלטערע בחורים װיאַזױ מען קלױבט זיך אַ מײדל. זײַן עונש איז געװען אַז ער איז אַלײן אַלט געװאָרן און די תוצאה דערפֿון אַז ער האָט אַלײן באַשלאָסן װעם ער האָט ליב און מיט װעם ער װיל חתונה האָבן. און װען האָט ער באַשלאָסן? נאָך אַרױס גײן אַרבעטן. קען מען דען אַזױנס צולאָזן? פֿֿאַרדעם האָט מען מתקן געװען בײַ ייִדן אַז אין די ישיבות זאָל מען קאָנטראָלירן אַז די ייִנגערע בחורים זאָלן נישט האָבן צופֿיל שייכות מיט עלטערע בחורים און למען השם נישט לאָזן בחורים אַלט װערן אַז זײ זאָלן װיסן װאָס זײ װילן.

נאָך אַ מוסר השכּל װאָס מען לערנט זיך פֿון דעם עפּיזאָד פֿון יעקב אבינו איז חתונה צו מאַכן די קינדער פֿאַר זײ זענען געצװוּנגן אַװעק צו גײן פֿון דער הײם. אמת, יעקב אָבינו איז אַװעק פֿון דער הײם װײַל זײַן ברידער האָט אים געװאָלט הרגענען און בײַ אונדז אַז קינדער גײן אַװעק איז װײַל עס װערט ענג. די עלטערע דאַרפֿן אַװעק גײן צו מאַכן פּלאַץ פֿאַר די ייִנגערע װאָס קומן אָן קײן עין הרע יערלעך. װער רעדט נאָך אױף די פּלעצער װאָס ס'איז געװאָרן אַ מנהג אַז מ'האָט אַ קינד נאָכדעם װאָס מען האָט געהאַט אַן אײניקל לקיים מה שנאמר בניך כּשתילי זתים סביב לשלחניך, אַז דײַנע קינדער צװײַגן זיך אױס און זײ האָבן אַלײן שױן ברוך השם זיסע קינדערלעך, איז נאָכדעם הנה כּי כן יבורך גבר באַקומט מען אַ ברכה אינעם כּוח גברא צו װײַזן פֿאַר דער װעלט אַז ועליהו לא יבול, דאָס װאָס מען באַהאַלט אונטער אַ בלעטל איז ברוך השם נישט אײַנגעשרימפּן. מיר דאַרפֿן זיך אָבער לערנען אַז קינדער טאָרן נישט אַװעק פֿון דער הײם סײַדן אַז זײ גײן אַרײַן אין אַן אײגענער בית נאמן בישראל.

היוצא לנו מזה אַז װאָס יעקב אָבינו האָט געטון איז מעשה אָבות סימן לבנים. אױף דעם קען זיך קײנער נישט דינגן. נאָר װאָס דער סימן איז דאָס װענדט זיך אין די בנים. בײַ די גאָר דערהױבענען ייִדן איז דער מנהג צו טון ממש װי יעקב און זײַן ברידער און זיך װילן אײנס דעם צװײטן הרגענן. בײַ אונדז פּשוטע קרוצי מחומר איז דער מוסר השכּל אַז קינדער גײן אַװעק פֿון דער הײם באַליבן זײ זיך מיט מײדלעך. דאָס איז דער כּלל. אײַ װעט איר מיר פֿרעגן אַ סתירה פֿון אַלע גאָר װױלע יונגעלײַט װאָס לאָזן איבער זײער שטיב בײַ די אַכצן און שטעלן אױף שײנע ייִדישע שטיבער? בא הכּתוב השלישי, דער שדכן, און ער איז מכריע אַז מען קען אַרױס גײן פֿון דער הײם מיט אַ שידוך און זיך שפּעטער באַליבן. אוז אַז מען באַליבט זיך שפּעטער נישט איז יהי רצון מלפֿניך שיבנה בית המקדש אָבער אַבי נאָך אַ פּאָר פֿאָלק זענען נישט אַרױס לתרבות רעה. און דאָס מײנט דער פּסוק אַז זכה איז מען יוצא בסימנים דאָס הײסט מיט דער סימן לבנים אַז מען קען זיך יאָ פֿאַרליבן װי יעקב, און לא זכה איז מען יוצא בשן ועין.

ייִדן, טוטס אַ טובה און רוקט אײַך צו אַביסל און לאָמיר רעדן װאָס ס'איז בעסער אַז דער המון עם הערט נישט. לאָמיר טאַקע רעדן אין מאַמע לשון אַז די אינשי דלא מעלי זאָלן נישט צולײגן אַן אױר. אַזױ, אַביסל נענטער, יאָ, יעצט קען מען רעדן צו דער זאַך. לאָמיר זיך נישט נאַרן, פֿאַרװאָס למען השם זאָלן זײ נישט אַזױ יונג חתונה האָבן? װאָס װעט זײ זײַן בעסער אין אַ יאָר אָדער צװײ אַרום. דער באָרד װעט אים זײַן אַביסל לענגער? ער װעט האָבן געלערנט מיט אַ מסכת מער? ס'איז הײַנט דאָ ברוך השם כּוללים װוּ מען קען זיך משלים זײַן אױפֿן בעסטן אופֿן. נו, איז װאָס איז דאָ צו װאַרטן? אױף זײַן פּלאַץ אין דער הײם אמַפּערן זיך אַ האַלבע טוץ קינדער, אױף זײַן בעט אין ישיבה װאַרטן שױן צענדליקע בחורים, איז װאָס איז דאָ צו װאַרטן? פֿון װאַרטן קען נאָר אַרױסקומן צרות. די פֿײנע בחורים און מײדלעך װערן צוכאַפּט, די קינדער הײבן אָן באַקומן השגות װאָס איז זײ גוט און װאָס געפֿעלט זײ נישט. איז װעם טױג דאָס אַלעס? קשה זיוּוגו של אדם כּקריעת ים סוף און דאָרט איז מען טאַקע אַרײַנגעשפּרונגן. דאָס פֿאַרשטײט זיך בלײַבט בײַ אונדז צװישן פֿיר אױגן אָבער רבותי מען קען גײן ברעכן טעלער און זאָל עס זײַן אין אַ מזלדיקע שעה.