יום שני, יוני 04, 2007

אותות ומופתים א´

קטלא, קטלא, אַיֶכָּה? פרעגט מיר שוין היינט קיינער נישט. פאַרנומן, וואָס, נעבעך האָסט שוין נישט אַפּאָר מינוט עפּעס אָפּצושרייבן. און מען זאָל דיך נאָך גלייבן. גייסט שוין נישט אין שיל? זעסט שוין נישט אַ מחלוקהלע איבער זאָגן תּחנון, הערסט שוין נישט אַ לשון הרעלע וועגן דעם אַז ער האָט אָנגעזעצט, יענער וואָס האָט אָפּגעלאָזט אַ שידוך, האַלטסט נישט מיט די לעצטע כּשרות סקאַנדאַלן, און טאַנצט נישט ביי די טישן פון די רביס וואָס מערן זיך ווי די פרעש אין מצרים: יעדער מאָל מען לייגט אַוועק אַ גרויסער קומן אַרויס אָן אַ שיעור קליינע, נו, דאָס אַלעס האַלטסט דו נישט מיט? פאַרדריי שוין נישט אַ קאָפּ און מאַך דיך נישט אַזוי וויכטיק. וועסט שוין באַלד אויסזען ווי די חברה מיט די ביפּערס און צעלן מיט די מכנסיים וואָס האָבן אַ בית קיבול פון אַ בית כּור און וואָס אין זייערע אָפּגעריבענער מושב שפּיגלט זיך אָפּ באַלד אַזויפיל וואָס מען זעט אין אַ ליטווישער של־ראש שפּיגל. איז פּליז, קטלא, ווילסט נישט שרייבן, טו נישט קיין טובות, אָבער פאַרדריי נישט קיין קאָפּ מיט דיין פאַרנומנקייט. אונז האָבן מיר אַלע פרנסות און שיעורים און שמחות און גיין נאָך געלט פאַר אַ צוועק אין דער אָווענט און מיר יאָגן פונדעסטוועגן אָן אַ מקוה און אַ קאַווע און נישט היינט געדאַכט אַ ניחום אבילים. איז מעגסט עפעס שרייבן אָן מען זאָל דיר בעטן און זיך וויינען ביי דיר.

דער אמת איז אַז ווי איר ווייסט דאָך אַ מתעסק איז פטור. און פשוט און פּראָסט מיר זענען פאַרטון. נישט קיין טאָג און נישט קיין נאַכט עד כּדי כּך אַז איך דאַנק דעם באַשעפער פאַרן ליבער שבת קודש וואָס אי לאו האי יומא וואָלט איך אויסגעגאַנגן מחמת טרדת הזמן. ווען איך קום אָן אין שיל זעט מען טאַקע און מען הערט און עס וויל זיך אָפּשרייבן אָבער הזמן דוחק. קוים דער בעל תפלה זאָגט עזרנו אלקי ישענו און איך לייג שוין צאַם די תפילין אין דער פּאָליש, און דאָס איז ווען איך גיי אין שיל... דער באַרדיטשעווער וואָלט אָבער פון מיר הנאה געהאַט ווען ער זעט ווי איך שטיי ביים טיר אַרויסצוגיין און איך וואַרט אויס אַ האַלבער מינוט אַריינצוכאפּן נאָך אַ יהא שמיה רבא און אַ האַלבער טוץ אָמנס. און שרייבן? נו, וואָס איר וועט דאָ לייענען קער זיך אָן צו פּסח. איך האָב געהאָפט עס אַרויפצושטעלן פאַר שבועות און דאָס איז אויך פאַריבער. קום איך אָן ווי אַ טמא לנפש אדם אויף פסח שני און איך בין מקריב מיין קרבן. זאָל עס זיין חשוב ומקובל ומרוצה כּאילו עס וואָלט געווען במועדו ובמקומו וכהלכתו. אַז עס איז אָרעם זאָל עס האָבן דער חשובת פון אַ קרבן מנחה ווי רש"י זאָגט אויף ונפש כּי תקריב.

מעשה שהיה כּך היה און מיר וועלן אם ירצה השם דערצו אָנקומן, דערווייל אָבער אַ הקדמה.

צווישן מנחה און מעריב אויף יום טוב איז פון די צייטן וואָס יידן זענען יידן אָן עפּעס אַנדערש. פשוט יידן לשם יידישקייט. כּלומר אַזוי. אין מיטן וואָך איז מען אויך אַ ייד אָבער מען איז אַ צעטראָגענער ייד. אַ ייד מיט אַ צעל צי יעדן אויער בשעת ווען דער עלנבויגן פון איין האַנט דרוקט צו דאָס טלית בייטל צום זייט און דער אַנדער האַנט זוכט די שליסלעך אין קעשענע וואָס להכעיס איז עס איז די קעשענע פון דער אַנדער זייט און מען דאַרף איבערלייגן דער לינקער האַנט צום רעכטן קעשענע כּמעט ווי יעקב ווען ער האָט געוואָלט בענטשן אפרים און מנשה. איז עס ערב שבת, האַלט מען אונטער דעם צווייטן בית השחי אָן אַ שיעור בילדער צייטונגן אָן קיין חשש פון לשון הרע (אַ צייטונג אָן לשון הרע איז ווי אַ רבי אָן אַ מחלוקה - גאָר אַ שוואַכער רבי) און אויפן קליינער פינגער הענגט אַ זעקל מיט די חלות, און קיפּערלעך, און שטרודל, און די לכּבוד שבת בלומן קוועטשן זיך צו מיטן טלית באַרטל. דאָס איז אַ ייד אין דער וואָכן. בקיצור, צוטראָגן און צושוויצט על המחיה ועל הכּלכּלה.

ווייטער שבת קודש איז דאָך שבת קודש. ווי פאַרטריבן מען איז נישט איז אַלץ אָדער געזעגנט מען זיך פונעם שבת אָדער זאָגט מען שוין לכו נרננה אַ האַלבער וואָך פאַרן קומנדיקן שבת. אויף שבת קודש אַליין איז מען פאַרטון מיט שבת. מען גייט פון דאַווענען צום טיש, פון טיש אָדער אין בעט אָדער אויף אַ זכר, און ווידער אין שיל און ווידער אַ סעודה און אַביסל פּרקי אבות און נאָך אַ תפלה וואָס מען בייט וינוחו בו צו וינוחו בם און שבת קדשך צו שבתות קדשך ווייל ווען נישט קען מען שיער פאַרגעסן וווּ מען האַלט. דערנאָך אַ שלש־סעודות און ווידער זרעינו וכספּינו ירבה כּחול.

אַז עס קומט יום־טוב איז דאָך אָפּגערעדט אַז מען איז כּמעט נישט סתּם אַ ייד. אַ סדר, אַ סעודה, אַ סוכּה, אַ חול המועד, אַ תּפלה, אַ נאָכמיטאָג שלאָף. וווּ מען דרייט זיך, אַז מען איז נישט מיט גאָט איז מען מיט דער ווייב און קינדער אָבער אָן אַ מינוט צו אָטעמן. זייט יציאת מצרים זוכן יידן אַ מינוט צו אָטעמן, איין מינוט זיך צו כאַפּן דעם קאָפּ און עס געלונגט נישט. אַז די שונאים לאָזן אונז מנוחה קומן יידישע גנבים און מנהגים און גנבנען אַלעס זו. אַזוי גייט עס שוין אָן פון דעמאָלט און אַזוי וועט עס בלייבן לכל הפּחות ביזן אלף השישי.

צווישן מנחה און מעריב אויף יום־טוב איז אָבער עפּעס אַנדערש. די געציילטע, טייערע מינוטן איז פון די גנאָדן וואָס דער בורא כּל העולמים האָט אונז געשאָנקן, און אי לאו די פּאָר מינוטן ווער ווייסט צי מיר וואָלט געקענט ביישטיין די נסיונות און די שוועריקייטן פון זיין אַ ייד. מען ענדיקט ה´ אחד פון עלינו, די יתומים ענדיקן זייערע קדיש מיט אַן עושה שלום אויף רעכטס, הוא יעשה שלום אויף לינקס, ביקן זיך צו על כּל ישראל, ואמרו אמן און מען פאַלט אַריין אין די פּלעצער ווי ראש השנה נאָכן לאַנגן מוסף שמונה עשרה וואָס ביי דער בעל תוקע געדויערט עס פינף מאָל אַזוי לאַנג ווי דער עולם אָנצוקומן צו די תקיעות.

אַצינד וואָס טוט מען? אויף אַ שיעור איז נישט דאָ קיין צייט ווייל מען גייט דאָך שוין דאַווענען אין אַ פּאָר מינוט אַרום, עליות פאַרקויפט מען נישט ווייל מען גייט נישט לייענען, אַ שטיקל צוקער מיט אַ קאַווע קען מען נישט טרינקן ווייל מען דאַרף קידוש מאַכן, אחות קטנה אָדער קרבן פּסח איז נאָר ערב יום־טוב, איז וואָס טוט מען יעצט? מען קען נישט אַרויסלויפן מאַכן אַ שנעלן קאָל ווייל עס איז דאָך יום־טוב, די בני בית קען אויך נישט אַריינרופן אויפן צעל מיט אַ ליסטע איינצוקויפן אויפן וועג אַהיים, איז רבונו של עולם וואָס טוט אַ ייד אין אַזעלכע זעלטענע מינוטן? אמת, מען קען זאָגן תהילים, מען קען איינדרימלן משלים צו זיין אויפן שלאָף וואָס די קינדער, די עוכרי ישראל האָבן נישט געלאָזט שלאָפן. וווּ איז דאָס דערהערט געוואָרן אַז קינדער זאָלן מאַכן אַזעלכע קולות שבת נאָכמיטאָג ווען כּלל ישראל לייגט זיך אַנידער דער קאָפּ? מען קען אויך עפּעס לערנען מיט די קינדער אָבער דער פּלאַץ איז דאָך ענג ווייל די ערוואַקסענע זיצן דעמאָלסט, און לאָמיר זיך נישט נאַרן וויפיל געדולד האָט מען שוין? אַז אויפן צווייטן זייט טיש כאַפּט זיך אַ שמועס פון עפּעס זאַפטיקס איז מען באַלד משלח די חברה מיט אַ ציפּ אין באַק, ´זייער ווויל געקענט, איך וועל זאָגן דיין רבי. שוין יעצט קענסטו גיין שפּילן´ און דער קליינער לויפט אַרויס שפּילן מיטן חשק וואָס אַ שנה ראשונה לויפט אַהיים פון כּולל נאָכן בני ביתס מקוה און אינעווייניק צונעמט מען אויף טעלערלעך דעם אשר קדשנו במצוותיו וצונו על העריות...

מען קען דאָך נישט פאַרשטייטס זיך חלילה מוציא לעז זיין אויף כּלל ישראל. נישט אַלע רעדן לשון הרע. מען באַקענטיקט זיך אויך מיטן גאַסט פון אייראָפּע, צום הונדערסטן מאָל רעדט מען איבער ווען דער ישראלישער גאַסט וועט דאַווענען און וויאַזוי ער וועט לייגן תּפילין, אַלטע ייִדן דערציילן מעשהלעך פאַר די יונגעלייט, רייכערערס קרעמלן אינדערויסן, שדכנים מעקלן שידוכים, יידן מיט טעכטער באַטראַכטן בחורים און בחורים פאַררעכטן דאָס אינטערשטער פאַרעקשנטן גרייזל פון דער פיאה.

אַז עס איז פּסח איז דער שמועס פון די מצות. דער זאָגט ער קויפט נאָר קוממיות, אַ צווייטער שווערט זיך אויף פאָפאָ צעהלים, נאָך איינער איז מציע קאָסטן ראַזעווע, און דער חכם השלישי מאַכט אַלע אַוועק: ער באַקט איבער די מצות אין אויוון אויף אַ האַלבע שעה ´און איך זאָג דיר זיי זענען אַזוי קריספּי´. סוכּות איז עס די זעלבע יידענע נאָר אויסגעשלייערט מיט שלאָפן אין סוכּה, די ווינט פון אַ נאַכט פריער, צי עס האָט יאָ אָדער נישט אַריינגערעגנט, און צי מען האָט גאָר אַן אייגענעם סוכּה.

פרעג איך אייך, זענען די פּאָר רוהיקע מינוטן נישט חסדי השם? עס דאַרף נאָר זיין איין מהרי"ל אַז מנהג וורמייזא איז צו זאָגן לכו נרננה אויך אויף יום־טוב און דער גאַנצער צווישן מנחה מעריב וואָלט געגאַנגן קאַפּוט. אפילו אַזוי הייבט זיך עס אָן צו וואַקלן מיט דרשות, אָבער צו דעם דאַרף מען געבן נאָך אַ הקדמה און צו דער הקדמה וועט מען דאַרפן נאָך אַביסל צייט.