יום שני, ינואר 22, 2007

ויתרוצצו הבנים

איך ווייס נישט צי יידיש האָט אַן עקוויוואַלענט צו דעם ענגלישן אויסשפּרעך, בעסער שפּעט ווי קיינמאָל, און אַז יאָ, ווייס איך אוודאי נישט וואָס דאָס איז. דאָס זאָג איך אַלץ אַן הקדמה צו אַ קשיא וואָס מיין זין האָט פּרשת ויצא געפרעגט אויף אַ רש"י אין פּרשת תולדות. איך פאַרשטיי אַז מיר האַלטן שוין פּרשת בא, אָבער אַ קשיא בלייבט אַ קשיא און אַז מען זוכט אַ תירוץ קען מען נישט אַנדערש ווי אַז מען זאָגט איבער דער קשיא.

ואל יקשה בעיניך פאַרוואָס איך פאַרענטפער מיך בכלל? פאַרוואָס ר´ עקיבא איגרס אַ קשיא קען מען פרעגן בכל מקום ובכל זמן, און אַ קשיא אויף אַ פּסוק חומש מעג מען נאָר איין וואָך אין יאָר? זאָלט איר וויסן אַז לא דבר ריק הוא. דאָס אַז די סדרות זענען איינגעטיילט אין וואָכן איז נישט אַ פּראָסטער לערער זאַך ווי דף היומי, אַז וווּ עס געפאַלט, געפאַלט עס, און פסחים קען מען לערנען שבת חנוכּה און יומא אויף אסתר תענית און קיינער טוט זיך פון דעם נישט פאַרדאַרבן. זאָלט איר וויסן אַז מיט די סדרות איז גאַנץ אַנדערש.

ווי אַ יינגל האָט אַמאָל געפרעגט זיין רבי אויף פרשת וירא, ווי קען זיין אַז עס איז געווען אַזוי הייס אַז דער אייבישטער האָט געדאַרפט שיקן מלאכים ווייל ווען נישט וואָלטן געסט נישט געקומן און אברהם אבינו וואָלט געהאַט צער אַז ער האָט נישט מיט וועמן צו כאַפּן אַ שמועס ביים סעודה, פּרשת וירא געפאַלט דאָך אין נאָוועמבער למספּרם, אָדער ווי ביי אונז יידן רופט מען דעמאָלסט חשון, און אין חשון איז נאַס און קעלטלעך און די בלעטער פאַלן שוין אַראָפּ פון די ביימער און עס איז בכלל נישט הייס? האָט אים דער רבי דערויף געענטפערט, דו חכם עתיק יומין, פאַרדעם זאָגט רש"י אַז הוציא הקב"ה חמה מנרתיקה, טאַקע פאַרדעם האָט דער באַשעפער אויפגעפּאַקט דער זין ווי מען פּאַקט אויף אַן אתרוג פון דער וואַטע און הייס געמאַכט דער וועלט, ווייל ווען נישט וואָלט טאַקע געווען קאַלט און נאַס ווי אַ חשון טאָג אין ברוקלין.

און נישט נאָר מלמדי דרדקי רביס זאָגן אַזוי. מען דערציילט אויף אַ רבי, אַן אמתע רבי, פון די סאָרטן וואָס פאַרטראָגן זיך נישט מיט די עלטערן, נישט מיט די געשוויסטער און נישט מיט די קינדער, דערציילט מען אַז מען האָט אַזאַ רבין אַמאָל געברענגט אַ קינד וואָס האָט זיך תמיד פאַרקילט אפילו אין די זומערדיקע היצן. פרעגט דער רבי דעם טאַטן, וועלכע סדרה לערנט ער, זאָגט דער טאַטע, וואָס הייסט, ביי זיי אין שולע איז מען פאָרגעשריטן און מען לערנט כּסדרן. פרעגט דער רבי, און וווּ האַלט מען יעצט, ענטפערט ער, פרשת מקץ. צעשמייכלט זיך דער רבי, נו, וואָס ווילסט דו, אַז מען לערנט מקץ, פאַרקילט מען זיך ווי אין חודש כּסלו. הייסט עס לפי דעם, אַז נעקסטער מאָל עס ווערט אייך קאַלט, נעמט אַרויס אַ חומש און הייבט אָן לערנען מטות מסעי און עס וועלן זיך ביי אייך אָנוואַרעמן אַלע ביינער.

על כּל פּנים, היוצא לנו מזה, אַז סיי וועלכער רבי איר פרעגט, צי אַ מלמד דרדקי צי אַן אדמו"ר פון צוועלף טויזנט חסידים, וועלן זיי מסכּים זיין אַז אַ קשיא אויף פּרשת תולדות ווען עס גייט שוין פּרשת בא איז ווי יעלה ויבא אויף פורים און מען קען נישט משנה זיין סדרי בראשית. נאָר איידער איך גיי ווייטער איז אין ביהמ"ד בלא חידוש און ווען מען זאָגט רבי איז נייטיק צו וויסן אַז אַ רבי איז ווי אַ חמר: דער מיינונג בייט זיך לויט וווּ עס שטייט איין. אַ חמר ווייסט איר דאָך אוודאי, אַז עס איז אין שטאַל איז עס אַן אייזל, אַז אין קעלער איז עס וויין, און אַז עס איז אין גריב איז עס ליים. אַ רבי איז עטוואָס אַנדערש ווייל סיי אין שטאַל, סיי אין קעלער און סיי אין בייסמענט איז עס אַ מלמד. ווייטער אַז עס איז אין שווייץ אָדער אין די מיטעלסטע בלעטער פון המודיע איז עס אַן אדמו"ר. אַז עס פליט ערשטער קלאַס איז עס אַן אדמו"ר; אַז עס איז אַ מלמד גייט עס צופיס. אַז עס גלעט זיך דער באָרד און פאַרגלייצט זיך די אויגן איז עס אַן אדמו"ר; אַז עס קייט זיך דער באָרד און קראַצט זיך דעם אחור איז עס אַ מלמד. אַז מען טראָגט עס צו געלט פאַר גאָרנישט טון ווייל אַ גאַנצער וואָך איז עס בבחינת שבת איז עס אַ רבי פון חסידים; אַז מען מוטשעט עס אויס אַ גאַנצער וואָך און מען צאָלט עס אַ שיבוש כּדי עס זאָל קענען קרעכצן אויף שבת, ווי אבדה נפש, קען עס עפּעס אַנדערש נישט זיין ווי אַ רבי פון קינדער.

נחזור אָבער לענינינו אַז כּולי עלמא וועט מודה זיין אַז אַ קשיא אויף פּרשת תולדות ווען בלויז די שבת בראשית ביז שבת הגדול קוטשמע יידן גיין דעמאָלסט אַ קוטשמע, און זיידענע יונגעלייט אין די צוואָנציקער יאָרן שווערן זיך נאָך אַז זיי וועלן בשום פּנים ואופן קיין קוטשמע נישט אָנטון, פּונקט ווי זייערע ווייבער שווערן זיך נאָכן גיין צו אַ קינד אַז מער קיין קינדער וועלן זיי נישט האָבן, קען מען אויף אַזאַ סדרה קיין קשיא נישט פרעגן אויף פּרשת בּא ווען די זעלבע יונגעלייט האָבן זיך געשוירן אויף נול צו דער שוועסטערס חתונה, פונקט ווי זייערע ווייבער שערן זיך אין די ז´ נקיים. (נישט חלילה אין די לעצטע דריי טעג ווייל דעמאָלסט קען זיך אַריינכאַפּן אין די בית הסתרים אַ האָרל אַזוי קליין וואָס אפילו אַ די.ען.איי קען מען דערפון נישט אַרויסציען, אָבער פונדעסטוועגן אַז מען ווערט דערפון נישט פּטור ביים חפיפה קען זי אַהיימקומן און ערלעך זאָגן טבלתי, און פון אַ חיבוק ונישוקל קען חלילה ווערן אַ ולד, און דאָס ולד קען זיך משדך זיין מיט אַ נאַדבורנא אייניקל און אַזוי אַרום קאַליע לייגן הונדערטע יאָרן מסירת נפש וואָס די הייליקע זיידעס האָבן מקריב געווען דאָס לעצטער טראָפל שכל אַבי צו זיין טהור מכּל סיג ופגם. דאָס אַלעס קען קאַליע ווערן מחמת איין האָרל, אַ חוטא ומחטיא, וואָס כאַפּט זיך אַריין דאָרט וווּ מען טאָר נישט.)

שוין ווייטער פאַרפאָר איך. מען האַלט ביי די יונגעלייט וואָס שווערן זיך אַז זיי וועלן נישט אָנטון אַ קוטשמע, און קומט זייערע שוועסטערס חתונה, שערן זיי זיך אויף נול, און ביי דער חופּה ביים רימינאָווערס ניגון ווערט זיי שרעקליך קאַלט טראָץ די אוירן וואַרעמערס און די הענט וואָס יעדער האַנט ליגט איינגוויקלט אינעם אַרבל פונעם צווייטן האַנט, און דער נסיון פון אַ קוטשמע ווערט אַלץ גרעסער. למחרת דער חתונה שטיין זיי אויף אין זייגער עלעף ווייל מען האָט געטאַנצן מצוה טאַנץ ביז פינעף, און דאָס אויך נאָר ווייל די מחותנתטע האָט געזאָגט אַז מײַ האָזבענט סעז אַז ביי זיי אין פאַמיליע ענדיקט מען נישט אַ חתונה פאַר פיר דרייסיק. אין זייגער עלעף איז אַזוי קאַלט פאַרן זיידענעם יונגערמאַן אַז ער לויפט צוריק אַריין און טוט שנעל אָן דער קוטשמע וואָס ער האָט שוין פאַראַיאָר איינגעקויפט אָבער עס האָט אים נישט געפּאַסט אָנצוטאָן. און איי די שבועה? נו, די יידענע שווערט אויך, אָבער אַז דער מצב ווערט שווער און מען מיז, מיז מען, און לכשיבנה בית המקדש וועט מען דערויף ברענגן נאָך אַ חטאת.

איז צוריקגייענדיק צום קשיא, זעט איר שוין אַליין אַז אַ קשיא וואָס איז אויף פּרשת תולדות איז גילטיק אויף איין וואָך ולא יותר און נאָכדעם איז עבר זמנו בטל קרבנו. נאָר אַזוי ווי מען קען לייענען בדיעבד אַ שפּעטערע קריאת שמע נאָך ווען די בני מלכים שטיין אויף אין זייגער עלעף, און פּשוט מען דערלייגט נישט כּאדם הקורא בתורה, אַזוי אויך איז אַ קשיא פון פּרשת תולדות אין פרשת בא ואכּמ"ל.

נו, איך הער שוין ווי מען שרייט אַריין, פאַר אַ גוט יאָר, לאָמיר שוין הערן דער קשיא. איז גיין מיר שוין אַצינד צום קשיא. ווי געזאָגט איז עס בשם מיין יינגל אין מיט דעם ברענג איך משיחן מיט אַ טאָג, צוויי נענטער. פרעגט ער אַזוי. דער גמרא זאָגט אַז אַ קינד ביים מאַמן אין בויך לערנט אָפּ כּל התורה כּולה, און פאַרן געבאָרט כאַפּט דאָס קינד אַ פליק פון אַ מלאך און פאַרגעסט באַלד אַלעס. פּונקט ווי מיין רבי פלעגט צו זאָגן, איך וועל דיר געבן אַזאַ פראַסק אַז דו וועסט פאַרגעסן וויאַזוי דו הייסט. אַן אַנדער רבי ווייטער האָט געזאָגט, איך וועל דיר געבן אַזאַ פראַסק אַז דו וועסט עס געדענקן ביז אונטער דער חופה. איז עס דאָך לכאורה אַ סתירה, איז בא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם. איז געווען אַ דריטער רבי וואָס האָט געזאָגט, עטס וועטס זען אַז ענק וועלן עלטער ווערן וועט עטס מיר באַדאַנקן אַז איך האָב ענק דערלאַנגט. איז אַזוי, דער רבי וואָס האָט געוואָלט מען זאָל אים באַדאַנקן האָט דערלאַנגט מען זאָל געדענקן. ווייטער דער רבי וואָס איז געווען פון די וואָס ווילן טון אַ חסד של אמת און שלא על מנת לקבל פרס, ער האָט דערלאַנגט אַזוי אַז מען איז געווען ווי נאָכן מאה ועשרים וואָס אויב מען האָט נישט געזאָגט דעם פסוק ביים סוף פון אלקי נצור פאַרגעסט מען דעם נאָמן, און אָנצוקומן אין בית דין של מעלה אָן אַ נאָמן איז ווי אָנצוקומן אינעם קענעדי לופטפעלד אָן אַ פּאַספּאָרט. כּאן אי אתה עובר.

האַלט איך אָבער ביים קשיא. פרעגט מיין יניק וחכּים, אַז ווי קען זיין ווי רש"י זאָגט אַז ויתרוצצו הבנים איז געווען ווייל עשו האָט געוואָלט אַרויסגיין דינען עבודה זרה, ער האָט דאָך דעמאָלסט געקענט כּל התּורה כּולה און ער האָט געוויסט אַז מען טאָר נישט. אַ באָמבע קשיא! אונז יידן לעבן מיר פון קשיות. פון באָמבע תּירוצים הערט מען קיינמאָל נישט. אמת, אַז אַמאָל הערט מען פון אַ כאַפּ, אָבער אַז אַרכימעדיס איז אַרויסגעלאָפן פון דער באָד שרייענדיק יוריקאַ ווען עס איז אים איינגעפאַלן אַ תּירוץ, וואָלט אַ יידישער גאון אַרויסגעלאָפן פון דער מקווה שרייענדיק רבונא דעלמא כולא ווען עס פאַלט אים איין אַן אייזערנער קשיא. תירוצים ווערן באַשאַפן נאָך מער ווי פרישע מלאכים אַיעדן אינדערפרי. פון אָפּצוווענדן די עוואָלוציאָניסטן ביז פאַרענטפערן אַלע קשיות אויף דעם רבינס גבאי, אויף אַלעס איז דאָ אַ תירוץ און אַ הסבר. אָבער אַ קשיא? אַ יקר המציאות. וואָס מען וויל פרעגן טאָר מען נישט, און וואָס מען טאָר איז גאָרנישט שווער. ממילא פרייט מען זיך מיט אַ זעלטענער באָמבע קשיא וואָס איז מרפסן איגרי.

זיצט מיין טאַטע אויך ביים טיש און ער הערט אויס, און ער זאָגט, נו, עשו איז געווען אַ תלמיד חכם אַ שייגעץ, און ער שיסט אויס פאַר געלעכטער.

************************

ברוך דיין אמת, אַרט בוכוואַלד האָט זיך געפּעקלט, אָדער ווי מיין טאַטע זאָגט, ברוך דיין קרעפּלעך. זאָל דער שטיקל זיין לעילוי נשמתו און זאָל ער זוכה זיין זיך צו בייטן וויצן מיטן יושב בשמים ישחק.

יום שבת, ינואר 06, 2007

הריני מקבל עלי...

אַ ווירטואַלן ידיד, אַזוינס וואָס נישט איך ווייס ווער ער איז און נישט ער ווייסט ווער איך בין, אָבער אַלץ זענען מיר ידידים מיט אַן אהבה שאינה תלויה בדבר, כאָטש צו זאָגן אַז מיר זענען ווי דוד מיט יהונתן וואָלט געווען עטוואָס איבערגעטריבן...

על כּל פּנים האָט ער מיר אָפּגעשיקט אַפּאָר ווערטער צו מיין לעצטן שטיקל און דאָס וועט זיין מיין קבלה צום נייעם יאָר. פאַרשטייט זיך בלי נדר, שבועה, קונם, איסור, שמתא וארור

אלנפאלס, דארפסט זיך מאכן א ערנסטער חשבון הנפש זיך נישט צו לייגן אן שרייבן עפעס, אפי' א קורצע נארישע מעשהלע, אנדערש וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ, כמיין ווילאנג נעמט שוין צו שרייבן עפעס? עס מוז נישט און טאר נישט זיין צופיל דורכגעטראכט. ווען איך זאל אפי' איבערבליקן מיינע מאמרים וואלט איך כמעט נישט געשריבן.. איך פארשטיי אז ביי דיר איז אביסל אנדערש. ביסט דאך קטלא יר"ה אבער דאך... מיט א גבול.