יום שבת, ינואר 06, 2007

הריני מקבל עלי...

אַ ווירטואַלן ידיד, אַזוינס וואָס נישט איך ווייס ווער ער איז און נישט ער ווייסט ווער איך בין, אָבער אַלץ זענען מיר ידידים מיט אַן אהבה שאינה תלויה בדבר, כאָטש צו זאָגן אַז מיר זענען ווי דוד מיט יהונתן וואָלט געווען עטוואָס איבערגעטריבן...

על כּל פּנים האָט ער מיר אָפּגעשיקט אַפּאָר ווערטער צו מיין לעצטן שטיקל און דאָס וועט זיין מיין קבלה צום נייעם יאָר. פאַרשטייט זיך בלי נדר, שבועה, קונם, איסור, שמתא וארור

אלנפאלס, דארפסט זיך מאכן א ערנסטער חשבון הנפש זיך נישט צו לייגן אן שרייבן עפעס, אפי' א קורצע נארישע מעשהלע, אנדערש וועסטו נישט אנקומען אין ערגעץ, כמיין ווילאנג נעמט שוין צו שרייבן עפעס? עס מוז נישט און טאר נישט זיין צופיל דורכגעטראכט. ווען איך זאל אפי' איבערבליקן מיינע מאמרים וואלט איך כמעט נישט געשריבן.. איך פארשטיי אז ביי דיר איז אביסל אנדערש. ביסט דאך קטלא יר"ה אבער דאך... מיט א גבול.

3 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

yi.wikipedia.org

ווער ווייסט פארוואס קטלא איז פארעקשענט און וויל בשום אופן נישט לינקן צום אידישען וויקיפעדיע??

בשעת ווען שלום בערגער דער פרייער איד לינקט אהין.

אה קטלא איז א בעל גאווה ער קען נישט דערליידן א וויקי וואס יעדער קען שרייבן.

אויב אזוי פארווא זאלן מיר אים ליינען און נאך געבן די אטענשאן צו קאמענטורן.

ווייל מיר האבן רחמנות אויף דעם קטלא ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן.

געדענקט חברה.

YI.WIKIPEADIA.ORG

Shpitzle Shtrimpkind אמר/ה...

You do know that writing that someone asked you to write is not considered writing, write?

אנונימי אמר/ה...

avishai,
why doas he need to link to your great web page?
isn't that enough that you do it all time?