יום שישי, יוני 23, 2006

וישמן ישורון

עס האָט אַ גוטער ייִד אַמאָל געזאָגט אַז טשולענט עסט מען זיבן מאָל. אין לי עסק בנסתרות, אָבער קען זיין אַז דאָס איז קעגן די ששת ימי המעשה, אָדער אפשר גאָר כנגד די זיבן מידות. דער ערשטער מאָל איז ליל שישי, וואָס דאָס איז דער שכר מצוה פון לערנען חומש רש"י מיט אור־החיים הקדוש. און אַז גאָט בלייבט קיינעם נישט שולדיק גיט ער לעושי רצונו עפעס אין מויל אַריינצונעמן באַלד נאָכן מצוה. דער צווייטער מאָל איז פרייטיק נאָכמיטאָג ווען טועמיה איז געוואָרן איז געוואָרן אַַ הוספה מחול על הקודש וואָס פשוט מען לויפט אַנטקעגן דער שבת ווי אַ חתן לקראת כלה. און אַז ייִדן ווינטשן זיך ´אַ גוטן ערב שבת´ קומט זיי דאָך פאַרדעם עפעס אויך. דער דריטער מאָל איז פרייטיק צו נאַכטס. אין דעם, ווי ווייט איך ווייס, ליגט נישט קיינע גרויסע ענינים, אויסער דעם אַז מען קומט אַהיים פון אַ זכר, נאָך חצות פאַרשטייט זיך, און דער מצוה ליגט אויבן און וואַרט, פאַרזוימט מען זיך איבער אַ טעלער טשולענט וואָס וויינט זיך אויפן פלאַטע, כדי די אויבערשטע מצוה זאָל זיין כולו לה´ און לקיום המין און נישט חלילה פאַר הנאת הגוף. די פערטע טעלער איז ביי קידוש און דאָס איז פשוט יוצא צו זיין קידוש במקום סעודה לכל הדעות. די פיפטע טעלער איז ביים סעודה אַליין וואָס אָן די חמין איז דאָ אַ שאלה פון אפיקורסות, רחמנא לישיזבן מהאי דעתא, און אַלע טעלערס ביז אַהער זענען ווי אַ הכנה פאַרן גרעסטער טעלער נאָך איי־מיט־צוויבל און ברוך ה´יום יום יעמס. די זעקסטע ביי מלוה מלכה וואָס דאָרט איז מען שוין מוסיף מקודש על החול דאָס איז צו ווייזן פאַרן באַשעפער דער חביבות פון מצוות אויף זיין פאָלק. ווער רעדט נאָך פון דעם געוואַלדיקן ענין פון חמים במוצאי־שבת וואָס איז מסוגל צו רפואות, ישועות און נחמות. אחרון, אחרון חביב געזעגנט מען זיך פונעם ליבן שבת קודש זינטיק ביי מיטאָג ויש אומרים ביי נאַכטמאָל. צו דעם איז מען אינגאַנצן אַן אונס ווייל די בני־בית האָט געדאַרפט אַרויס גיין זינטיק אַביסל איינקויפן, און אַ גאַנצער וואָך זענען מיר דאָך פאַרנומן אָדער אויף תורה אָדער אויך עבודה. קומט אָבער זינטיק בא מנוחה און מען פירט דער אשת חיל אַרום דער שטאָט אויסצוגעבן אין איין טאָג וואָס מיר פאַרדינען אין איין וואָך, ממילא איז הזמן קצר און די ברכה איז חל אין מאכלי שבת האָט מען פון איין קאַרגן טאָפ געניק די והותר אפילו אויף זינטיק.

און וואָס ווערט פונעם בייכל פון די מאה ברכות? אויף דעם לייענט ווייטער...