יום חמישי, יוני 28, 2012

האיש מקדש ג’: על אלה אני בוכיה

איך האָב געזאָגט איך וועל דאָ שרייבן וועגן מיינע שידוכים איבערלעבענישן און איך דאַרף האַלטן וואָרט. פּסח איז געווען וואָס צו שרייבן ווען דער 'איש' איז אַהיימגעקומען אויף יום־טוב. מענטשן האָבן געפרעגט צי דער טלעפאָן קלינגט נאָך נישט און איך זאָג אַז נישט. ביזוי בזיונות אָבער מען קען דאָך נישט זאָגן ליגן: למעשה איז נישט געווען קיין איין טעלעפאָן, קיינער האָט מיך נישט צוגערופן צו אַ ווינקל אין שיל און מען האָט מיך נישט אָפּגעשטעלט אויפן גאַס. 'זאָרג דיך נישט', זאָגט מען מיר. אַ שיינעם דאַנק.

אַ שוועגערן זאָגט אַ דעה אַז יענע צייטן האָבן זיך שוין געענדיקט און מען דאַרף אַליין גיין זוכן. וואָס ווייסט זי מיט אירע טעכטער וואָס איר חסידות וויל נישט אָנרירן ווייל אַ בענד איז זיי אויך צו פרום. דערווייל האָבן איך מיך שפּאַצירט צום דאַווענען און צוריק מיט מיינע ישיבה בחורים און זיך געפרייט אַז מיטאַמאָל קוקן מיידלעך און פרויען אַלע אין מיין ריכטונג. שכר הליכה ווינאָר.

האָט זיך אָבער געמאַכט פאַר אַ וואָך אַז דער טעלעפאָן קלינגט און אַ שוואָגער דערציילט אַז ד.ג. האָט אַ שידוך געטון מיט ק.ר.ש. מזל טוב, כאַטש נישט דער ערשטער מאָל וואָס צוויי יידן זענען זיך משדך. דאָ איז אָבער אַנדערש ווייל ק.ר.ש. איז מיינס אַ נאָנטער חבר. טראַך. מזל טוב! און אַ געזונטן ציפּ. איך רוף אים אָן, הייבט ער אָבער נישט אויף. שוין איין מאָל אַ מחותן. שיק איך אים אַן עס.עם.עס כמנהג יהודאי וואָס האָבן חלילה נישט פייסבוק און 'כאַפּן נישט' וויאַזוי טוויטער אַרבעט. 'אַ סאַך נחת' מיט אַסאַך סימני טראַסק (! בלע"ז). ביז אַ האַלבער שעה איז דאָ אַ 'מערטשעם ביי דיינע קינדער' אין מיין טעלעפאָן און וויבאַלד דער תנאים איז הערשט אין עטלעכע נעכט אַרום האָבן איך אַ פּאָר טעג צו לעקן מיינע וווּנדן.

אַז איך וועל זאָגן ער האָט געטון אַ שיינער שידוך וועט עס אפשר קריצן פאַר די וואָס גרוילן זיך פון אַ פּאָרעכץ וואָס דער יסוד דערפון איז נישט צו געפונען דעם אחד יחיד ומיוחד נאָר צו פאַרמיידן דעם מי הוא זה ואיזהו. און אַסאַך מאָל איז דאָס אויך צופיל. למעשה רעדן מיר אָבער דאָ פון אַ שידוכים מאַרק און פּונקט ווי אַ קאָמוניסט קען נישט איגנאָרירן די וואָל סטריט טיקערס קען מען אויך נישט אַוועקמאַכן די שאַצונגן פון דער שידוכים בערזע. טאָג טעגלעך ליציטירט מען דאָרט ערשטראַנגיקע פלייש פאַר פעטע פּרייזן, מעקלערס טראָגן אַרום זייערע סחורה ווי אויף אַ יריד און די שנאָרערס קומען סוף טאָג צום ראַמשפאַרקויף אויסטאַפּן וואָס איז נאָך געבליבן. לויט די ווערדן און שאַצונגן פון דעם מקח וממכּר האָט ער גוט געמאַכט. דער מחותן איז אַ בעל תפלה, מער ווי אַ בעל תפלה, גאָר אַ חזן, אַ שטיקל ראש ישיבה, אַ מגיד מישרים, אָ פּאָר טולער הייסט עס איז דאָרט דאָ און ער איז אויך נישט צו כאַניאָקיש ווייל ער גייט נישט אַ סאַמעטער היט. בקיצור, ווי אַ שיינער אתרוג, עס איז 'אַ זאַך'.

מיין פרוי פאַרגלייכט באַלד די יאָרן פונעם חתן צו אונזער 'איש' און געפונט תירוצים פאַרוואָס ער איז ערשט 'געגאַנגן'. דאָס מיידל קען זי נישט און אויך נישט דער מאַמע אָבער די שוועגערן זאָגט אַז זי איז גאָרנישט ספּעשל און זי פאַרשטייט נישט פאַרוואָס שיינדי האָט עס געטון. האָב איך געזאָגט אַז שיינדי האָט עפּעס אַנדערש געוואָלט האָט זי נישט געדאַרפט שיקן דאָס צדיקל צו די מוסדות פון איר מאַנס חסידות. יעצט איז אָבער צו שפּעט ווייל די וועם שיינדי וויל ווילן שיינדין נישט אָנקוקן.

און דער שוואָגער זאָגט 'געלט זוכט געלט.'

בין איך געבליבן מיט מיינע געפילן פון זיך מאַכן אַ חשבון הנפש וואָס גענוי עקבערט ביי מיר. איז אַזוי. ראשית כּל, צום ערשטן מאָל האָב איך מיך מיט וועם און מיט וואָס צו פאַרמעסטן. אַז ביז היינט האָב איך געטראַכט טיאָרעטיש איבער וואָס וועט זיין האָב איך שוין אַצינד עפּעס קאָנקרעט אויף וואָס זיך אָנצוכאַפּן. איך ווייס שוין יעצט ווער וועט מיך נישט נעמען. און כאָטש איך בין אין יענעם אויך נישט אינטערסירט וויל איך אָבער די ברירה דערין.

לאָמיר זיך נישט נאַרן קיינער וויל נישט זיין און וויל אפילו נישט אויסזען אַ לוזער. אָבער פאַרפאַלן: יענער מאַרק וווּ יינגלעך און מיידלעך פּאָרן זיך ביי דער זיבעצן אָדער, 'ניין, ער איז יענער וואָך געוואָרן אַכצן', יענער מאַרק איז פאַר מיר געשלאָסן. איך קען דאָרט נישט אויפשטעלן אַ קראָם און מיט כּל הון דעלמא וועט מען מיר דאָרט נישט לאָזן קויפן. אמת איך זיך עס נישט און איך האָב אַנדערש אַוועקגעשטעלט מיין לעבן אָבער אפילו איך זאָל יאָ וועלן וועט עס מיר העלפן אַ רעטעך.

עס איז אָבער מער פון דעם אויך. איך האָב מיך טאַקע דערווייטערט במחשבה בדבור ובמעשה אָבער איך בין אַלץ גענוג נאָנט דורך מיין וווינאָרט, מיין שיל, מיינע פריינד און מיין משפחה זיך צו בענקן אויף די וואַרעמקייטן. איך ווייס אַז מיין חבר ווען האָבן זיינע פּאָרציעס נחת פון אַ תנאים, מזל טובס, שטעלן אַ חופה און ביז אַ יאָר קוועלן אין 'מזל טוב, זיידע'. כאָטש איך בענק מיך נישט צו זיי קען איך אָבער זייערע זיסער טעם. גלייבט מיר עס איז גאַנץ באַטעמט פאַר די פּאָר טעג און וואָכן.

אָבער נאָך מער ווי נחת איז מיין חברס זינס שידוך פאַר מיר אַ מיילשטיין אויף מיין שטראָז פון לעבן. ווי אַ וועגפאָרער שטעלט זיך אויף זיין רייזע און קוקט צוריק ווי ווייט ער איז געפאָרן, ווי אַ משולח ליידיקט זיך די קעשעניעס ביי מיטאָג צו ציילן זיינע גראָשן וואָס ער האָט צאַמגעשטעלט פון פיפצן שחריתן כן הדבר הזה. אַז איך קוק אין שפּיגל זע איך אויף צוריק מיין מאין באת און עס דערלאַנגט אַ שטאָך איבער וואָס איך האָב איבערגעלאָזט. פּאַראַלעל מיט מיין סטעטשקע פאָרט זייערע שאָסיי וווּ מען טאַנצט היינט עוד ישמע און ביז אַ יאָר זינגט מען יום ליבשה. די ברייקדאָוינס אויפן טראָטואַר זענען די אַלטע בחורים, די קינדלאָזע פּאָרפאָלקן און די אַנדערע לא־יצלחס פון אונזער סיסטעם. איך קען נאָר צוקוקן ווי דאָרט פאָרט מען אויף קרוז קאָנטראָל און איך פּלאָג מיך מיט נאַוויגיישאָן אויף אַ קראַנקן סיגנאַל.

מיין חבר איז אויך אַ קריטיק. שבת אינדערפרי איבער אַ קאַווע ווען אינעווייניק זינגט מען המתגאה על חיות הקודש קענען מיר שפּעטן פון אַלצדינג. ער הערט מיר אויס מיינע טענות און סברות. אַמאָל לייגט ער צו און אַמאָל טענהן מיר זיך אויס. ער איז אָבער אַ פּראַקטישער און פון אַלע אונזערע טיאָריעס וועט ער קיינע מסקנות נישט ציען. ער האָלט פונעם רבין אַ פייג אָבער ער האָט אָנגערופן דערמאַנען ביים רבין דעם שידוך און ער האָט נישט געטרונקן לחיים ביז ווי לאַנג עס איז אָנגעקומען אַ תשובה.

אין זיינע אויגן איז דאָס דער וועלט וווּ מיר לעבן, ביי דריי גיין די יינגלעך אין דעם חדר און די מיידלעך אין דער שולע און פון דאָרט פאָרט דער באָס ביזן קבר און שטעלט זיך בלויז אויף די באַשטעטיקטע סטאַנציעס. אַז עס איז גוט געווען פאַר אונזערע עלטערן וועט עס גוט זיין פאַר אונז אויך. ואידך איז גוט טאַקע איבער אַ קאַווע ווען די קעשענעס זענען לער אָבער נישט אויף זיך צו פאַרפּאַטשקן דאָס לעבן. און הא גופא, זיך פאַרפּאַטשקן דאָס לעבן, בין איך זיכער אַז ער און אַנדערע באַשולדיקן מיר. דאָס ווערן פאַרפרעמד ביי חבירים, קרובים, שכינים האָט זיך טאַקע אירע מעלות אָבער פון צייט צו צייט דערלאַנגט עס אַ שטאָך ועל אלה אני בוכיה.

דאָס איז אַלעס פאַר מיר. פאַר מיין בחור זאָג איך אָבער, שמח בחור בילדותך. עס קומט זומער, קויף דיר אַ קאַרט, פאָר אַרום און מאַך אַ לעבן. אַנדעק דער וועלט און בטל נישט דיינע בעסטע יאָרן ווייל ייִנג וועסט דו ווידער נישט זיין. איך ווייס נישט צי ער וועט מיר פאָלגן; עס קען שאַטן צום שידוך.

יום ראשון, יוני 24, 2012

ותשר דבורה

לייענט און האָט הנאה פונעם נייעם נומער פון דאָס שבת בלעטל. אַ דאַנק זיי פאַר אָפּרדריקן מיין רעצענזיע פון דבורה פעלדמאַנס ביך “אָנאָרטאָדאָקס”.

Shabbos Blettel 10