יום ראשון, יוני 24, 2012

ותשר דבורה

לייענט און האָט הנאה פונעם נייעם נומער פון דאָס שבת בלעטל. אַ דאַנק זיי פאַר אָפּרדריקן מיין רעצענזיע פון דבורה פעלדמאַנס ביך “אָנאָרטאָדאָקס”.

Shabbos Blettel 10

3 תגובות:

chaim sofek אמר/ה...

ישר כוח רבי קטלא איר האט גוט ארויבגעברענגט מיינע געפיהלן איבער דעם בוך
די געדאנק איז אז איינער זאגט א קרום ווארט אויף מיר איינשטאט נען זאל אריינטראכטן אין די קריטיק טראכט מען אריין וואס זענען יענעם מאטיוון

חיימ׳ל אמר/ה...

A shidduch made in heaven...
קטלא מיט שבת בלעטל קען גארנישט זיין בעסער.

yankel אמר/ה...

פערזענלעך האב איך מער געהאט פון איהר בלאג וואו זי האט קלאר ארויסגעברענגט די אלע חילוקים פון איהרע חרדי'שע חסידי'שע לעבען און מיין ישיביש'ער חרדי'שע לעבען. די עיקר פראבלעם וואס זי ברענגט ארויס; אז חסידיש'ער אידען זענען נישט באהאווענט מיט זייער געפילען און זיי וייסען נישט וואס זיי ווילען אדער צו זיי ווילען עפעס, האלט זיי אין א לעבען פון אומבאקוועמלעכקייט. זיי האלט'ן אין איין עפעס זוכען אהן דעם וואס זיי וייסען דערפון. דערפאר זענען זיי אזוי מגושם און אזוי באשעפטיגט מיט קליידער און חיצוניות. דער ענטפער צו דעם דארף אבער נישט זיין אנטלויפען פון ג-ט און זיין תורה. דער שאלה פארענטפערט זי נישט. פארוואס איז גאנץ תורה שולדיג פאר סאטמארער נעריש'ייטען? פארוואס האט זי נישט געזוכט אין די אייגענער פעלד צו ס'איז דא א וועג צו זיין א מענטש או ןנאך אלס פאלגען ג-ט? איהר קריטיק איז ריכטיג, אבער ס'גיט נישט קיין וועג אז דער סביבה זאל זיך פאררעכטען. טאמער די פרייז פון זיין א מענטש איז אוועקגעבען גאנץ אידישקייט איז נישט דא קיין עצות. זוכ'ט אייך אן עצה פאר חסידים וואס ווילען האלטען תורה אבער נישט די קולטורישע נערישקייטען, טרעפ'צ א וועג וויאזוי מ'קען עס וייזען פאר די יוגענד אהן דעם וואס זיי וועלען זיין אינגאנצען צולאזט (אזוי ווי די אירמאנט אידען אין דער בוך) און לך בכחך זה והושעת את ישראל.