יום רביעי, ינואר 29, 2003

האשה נקנית פּרק ב׳

בנוגע די שידוכים איז אַזױ. ל׳ס טאָכטער װערט אַכצן אין דרײַ חודשים אַרום און ל׳ מיט זײַן פֿרױ האָבן אָפּגעמאַכט אַז מען װעט נישט הערן שידוכים ביז נאָך פּסח. יענער װאָך האָט אָנגערופֿן אַ שדכן מיט גאַנץ אַ שײנעם שידוך. דער פֿאָטער איז אַ ראש ישיבה און דער מוטער קומט פֿון אַ שײנער רבנישע משפּחה. ל'ס פֿרױ האָט חשק אָבער ל׳ זאָגט 'אונז האָבן מיר אָפּגעמאַכט אַז מען װאַרט. טאָמער װילסט דו הערן איז כּל הכּבוד אָבער מען קען נישט כאַפּן דעם ערשטן. איך װיל מיך אומקוקן אױף אַנדרע בחורים.' איז געבליבן אַז מען װעט אָנהײבן הערן שידוכים. איך פֿרעג ל׳ צי זײַן טאָכטער װײסט װאָס טוט זיך, ענטפֿערט ער, ׳זו װײסט אַז מען רעדט, אָבער װאָס? איך זאָל איר משוגע מאַכן אױף יעדן שידוך? אַז ס׳װעט האַלטן ערנסט װעל איך איר זאָגן װעמן מען רעדט.׳

יום ראשון, ינואר 26, 2003

אמן בכל כּחו

אודה ולא אבוש אַז שױן װאָכן לאַנג גײ איך נישט אין שול משבת לשבת. קײַן קרקפֿתא דלא מנח תפֿילין בין איך חלילה נישט, איך פֿאַרגין נישט דער באַשעפֿער ער זאָל מיר קענען אַזױ באַטיטלן. מאידך רבינו תם'ס תפֿילין האָב איך שױן נישט געלײגט אַ לאַנגע צײַט, אָבער רשי'ס תפֿילין לײג איך, איך רוק אַביסל מײַנע ליפּן און שלום על ישראל. מנחה מעריב איז שױן אַ צװײטע פּרשה.

האָט זיך אָבער געמאַכט יענער װאָך דינסטיק אַז איך האָב מיך אַרײַן געכאַפּט אין אַ שטיבל דאַװענען מנחה. געװען איז עס אין אַזאַ שול װי מען דאַװענט מנחה ביז אין רבינו תם'ס זמן אַרײַן, און װאָס פֿרומער מען איז דאַװענט מען װאָס שפּעטער. אַזױ װי דער בעל תפֿילה הײבט אָן דער שטילער שמונה עשרה קומט צו גײן דער אמן בכל כּוחו'ניק.

זײַן נאָמן שטאַמט פּשוט פֿון דעם אַז ער פֿירט זיך צו שרײַען אמן יהא שמיה רבא מיט זײַן גאַנצער כּוח. מיט דער צורײַסט ער גזירות פֿון זיבעציג יאָר. לױט װיפֿיל יהא שמיה רבא'ס עס איז דאָ, און לױט װיפֿיל יאָר ער שרײַט שױן זענען מיר שױן געדעקט טיף אינעם אלף השישי אַרײַן. ער שרײַט אָבער װײַטער.

דער אמן בכל כּוחו'ניק קען מער פֿון דעם אױך. ער איז אַ בקי אין חכמת היד און אױך אין חכמת הפּרצוף. ער איז אַ מבין אױף מקובלים און ער טראָגט אַ ליסטע פֿון אמתע מקובלים. פֿון צײַט צו צײַט שטײט בײַ אים אין דער הײם אײַן אַ מקובל. די װאָס װיסן זאָגן אַז ער אַלײן איז אױך אַ מבין אין די קלײנע אותיות.

אין שול רעט ער אין גאַנצן נישט; ער מאַכט נאָר 'ע עע נו עעע'. אַנשטאַט אים זאָגן רעד װי אַ מענטש, װערן אונזערע הײליקע מאמינים בני מאמינים נתפּעל און פֿרעגן 'אַזױ האָסט דו געמײנט?' און ער שאָקלט מיטן קאָפּ, 'אַך נו ע' און דרײט מיטן צװײטן פֿינגער אַהין און צוריק און װײַסט אױף זיך און אױף דעם און יענעם, 'אַ אָ נו עעע נו' און מאַכט אױף אַ סידור צום אָנהײב װי ס'שטײט דער א´ ב´ און צײגט אױף אותיות. און אַז מען פֿאַרשטײט אַלץ נישט, לױפֿט ער אַרױס, מאַכט אױף דער טיר, שרײַט אַרײַן אינעם שטיבעל אַרײַן װאָס ער װיל דאָ דערצײלן און ענדליך איז יעדער צופֿרידן אַז מען פֿאַרשטײט װאָס פֿאַר אַ סוד ער האָט אונץ געװאָלט אַנטפּלעקן. אײדער איך פֿאַרגעס איז ער אַ גרױסער שדכן אױך, אָבער נאָר פֿאַר שװערער פֿעלער און אױף דעם דאַרפֿט איר אים נאָכלױפֿן. טאָמער זענט איר אַ שװערע פֿאַל זאָגט ערשט תפֿלת הדרך װײל מען דאַרף אַסאַך לױפֿן.

אַכּלל, האַלטן מיר בײַ אַ שפּעטער מנחה און ער קומט אַרײַן בײַ אָנהײַב שטילע שמונה עשרה און ער איז בײז. הױך פֿרעגט ער 'נו' װײַזט מיטן פֿינגער אױפֿן אָרעם װי ס'ליגט דער האַנט זײגער, און װידער 'נו?' און האַלט אױס דער האַנט דאָרט װי די ליניעס פֿון טפּשות לױפֿן, כּידוע ליודעי חן, און װאַרפֿט זײן אױסגעשטרעקטן האַנט האָריזאָנטאַליש, כּלומר 'װען האָט מען זיך געשטעלט דאַװענען?'. עפּעס אַ נאַר ענטפֿערט אים, און דער בכל כּוחו'ניק רעגט זיך 'נו, קרבנות, אַשרי' און האַלט אױף די פֿינעף פֿינגערס, כּלומר 'װי קען קרבנות און אשרי געדױערן פֿינף מינוט?' מאַכט הױך 'צ צ צ' װען דער עולם דאַװענט שטיל, װאַרפֿט אַראָפּ זײַן סידור אױפֿן טיש מיט אַ כּעס, און נעמט זיך דאַװענען אױפֿן קול.

ס'קומט צו קדושה, שרײַעט ער הױך 'קדוש קדוש קדוש' אױף צו להכעיס אַז דער בעל תפֿילה קען נישט װײַטער פֿאָרן ביז װי לאַנג ער האָט נישט געענדיגט. אַז מען האַלט בײַ קדיש נאָך שמונה עשרה האָט דער יהא שמיה רבא געדינערט. און אַזױ האָט ער געלערנט דער עולם װאָס דאָס מײנט נישט װאַרטן אױף אים װײַל ער דאַרף קומן צען מינוט שפּעט.

נאָך מנחה האָבן געװאַרט אױף אים די קליענטן. ערשט האָב ער בודק געװען זײַן סעליולער װער ס'האָט אים אַרײַנגערופֿן, צו דעם דאַרף מען דאָך נישט רעדן, דערנאָך האָט ער גענומן פֿון מענטשן זײרע נעמער און זײרע מאַמע'ס נעמער. דאָס איז מן הסתם פֿאַר די מקובלים אָבער מען גיט עס אים איבער װײַל ער האָט בײַ זײ פּראָטעקציע. דערנאָך זענען געקומן עלטערן פֿון די שװערע פֿעלער אױף זײ אַ שידוך טון. און װען ס'קומט צו שידוכים לױפֿט מען יעדען נאָך, װײַל לױנט זיך עס דען צו זײַן אַ חכם און דער בחור צו די מײדל זאָל דערװײַל זיך עלטערן? און בײַ דער בכל כּוחו'ניק װערן אַסאַך געהאָלפֿן.

און אַצינד קען מען זיך גײן שטעלן מעריב.

יום שבת, ינואר 25, 2003

מי לה' אלי

היות אַז קטלא קניא איז נישט קײַן ישראלישע בירגער און קען נישט װעלן אין די קומענדיקע װאַלן, װיל ער באַאײַנפֿלוסן זײַנע לײענערס צו װעלן פֿאַרן ריכטיגן פּאַרטײַ.

אַ פּאַרטײַ װאָס שטימט מיט אַסאַך חסידישע דענקער איבערן ענין פֿון דער מדינה און ייִדישקײט.

אַ פּאַרטײַ װאָס האַלט אַז פֿרומע טאָרן נישט געניסן פֿונעם מדינה

אַ פּאַרטײַ װאָס האַלט אַז די מדינה און ייִדישקײט קערן זיך נישט אָן אײנעם מיטן צװײטן;

אַ פּאַרטײַ װאָס האַלטן אַז רבנים טאָרן נישט האָבן אַ מײנונג אינעם פֿירונג פֿונעם מדינה.

נײן, איך מײן נישט דער סאַטמאַרער פּאַרטײַ כאָטש זײ האַלטן אַלעס װאָס איז אױבֿן געשריבן װײַל אַזאַ פּאַרטײַ עקזיסטירט נישט. ממילא בלית ברירה מוז עס זײַן דער פּאַרטײַ פֿון ר' טאָמי לפּיד שליט"א, שינוי.

ואם תאמר אַז שינוי איז טײַטש ענדערונג און דער חתם סופֿר האָט געזאָגט אַז חדש אסור מן התורה, האָב איך דערױף אַ פּשוטן תירוץ. מיר זענען חסידים און נישט אױבערלענדער און געלױבט דעם פֿון אױבֿן אױף דעם.

חסידים טון אָבער נישט זאַכן אױף העלפֿטן און פֿערטלעך און אַז זײ לײגן זיך אין עפּעס אַרײַן װערט עס באַלד דבֿרים העומדים ברומו של עולם. האָב איך פֿאַר דעם פּראָדוצירט אַ רעקלאַם לטובת ר' טאָמי שליט"א און טאַקע אױף ייִדיש און מיר בעטן דער עולם לפעול ולהפֿעיל פֿאַר שינוי.


מי לה' אלי!
Image Hosted by ImageShack.us
מי לג' זאָל פֿאַרלעשן דער לאָמפּ!

יום ראשון, ינואר 05, 2003

האשה נקנית

ס׳טוט זיך אַרום מיר אַ װעלט מיט שידוכים. חברים, אַ שװעסטער, שכנים, און אַלעס האָבן טעכטער. אײַנער אַ באַקאַנטער האָט גראַדע אַ זין.

א. רעדט מיט ל.ט. װעגן דער פֿינאָמינען פֿון מאַכן שידוכים מיט די קינדער װען זענען קױם אַרױס פֿון די װינדלעך. ל.ט. איז מסביר דעם ענין אַזױ. אַז בחורים איז זײער װיכטיג אַ חתן מאַכן יונג װײַל הײַנט איז דאָ געװאַלדיקע נסיונות אױפֿן גאַס און אַז מען מאַכט זײ נישט יונג חתונה קענען זײ רחמנא לצלן אָפּפֿאָרן. נאָך אַ סבה איז אַז װיבאַלד אַסאַך װילן אַזױ יונג אַז מען טוט נישט מיט זײ יונג שידוכים 'בלײַבן זײ אױפֿן פּאָליצע'.

ס'ליגט אין דעם אַן אמת אַז דער פּערענױע פֿון נישט קענען חתונה מאַכן די קינדער איז גאָר אַ שטאַרקע. 'אױפֿשטעלן ייִדישע דורות' איז נישט לײדיגע פּלאַטשיקײטן. ס'איז נישט קײַן גוזמא צו זאָגן אַז שידוכים makes the world go round. על כּל פּנים דער חרדישע װעלט. ל' האָט אַ שיעור אַיעדן טאָג שױן אַ האַלבע יאָר, ער גײט שױן נישט זײַן לעדערנע דזאַקעט, ער זיצט אינערװײניג בײַם דאַװענען און אַלץ װײַל זײַן טאָכטער איז אַלט געװאָרן צו געזונט זעכצן יאָר.

אַז די עלטערן דאַרפֿן דאָס פּלאַץ אין דער הײם פֿאַר די פֿרישע נײַ געבױרענע װאָס זענען אָנגעקומן װען די בחורים/מײדלעך זענען געװען אין ישיבה/סעמינאַר, איז אױך אַ סיבה, און אַז אין אַ װעלט װי פֿאַרברענגן אױף שמחות פֿאַרנעמט דאָס פּלאַץ װאָס בײַ אַנדרע פֿאַרנעמט דער קינאָ, דער טעאַטער, דער קאָנצערט זאַל און אַנדרע פֿאַרװײַלונג צוזאַמגעשטעלט, און װי דער אײַנפֿאַכער מאָנאָטאָנישע לעבן דרײט זיך אַרום שבת און יום טובֿ, הכנסת ספֿר תורה'ס, הספּידים און אַ פֿײַער לעשער נישט הײַנט געדאַכט און נישט קײַן סאַך מער, פֿאַרשטײט זיך פֿאַרװאָס עלטערן חאַלעשן צו װערן באָבעס און זײדעס און פֿאַרװאָס בחורים פּײגערן אױפֿן שטרײַמל און מײדלעך אױפֿן גרױסן בױך.
---------------------------------------------

איך גיב מזל טוב פֿאַר אַ ייִד אין שול װאָס ער האָט אַ שידוך געטון, און איך באַמערק צו אים אַז שידוכים צװינגט אַ מענטש צו מאַכן אַ חשבון הנפֿש װי ער געהער און װאָס ער איז. און ער מוז זײַן ריאַליסטיש װײַל אַז נישט װעט מען זיך מיט אים נישט משדך זײַן. זאָגט ער אַז ער קוקט אױף אײן זאַך װען ער טוט אַ שידוך׃ װיאַזױ װעלן מײַנע אײניקלעך אױסקוקן פֿון דעם בחור/מײדל װאָס איך נעם? ער לײגט צו אַז װען זײַן טאַטע איז געװען אין שפּיטאָל פֿאַר ער איז אַװעק האָט ער זיך אױפֿגעטון אַז ער גײט אַװעק פֿון דער װעלט און ער קען זאָגן אַז זײַנע קינדער גײן אַלע אױפֿן גלײַכן װעג.

מענטשן װאָס קוקן זיך אים אױף די פֿרומע פֿרעגן אַסאַך מאָל what makes them tick? דער פּחד פֿון פֿאַרלירן די קינדער צו דער 'גאַס' און דער שטרעבונג זײ צי פֿאָרמירן אין דער אײגענע פֿאָרם איז װאָס טרײַבט אַ גרױסע חלק, אױב נישט דער גאַנצע חתונה. מאַכן אַ פּאָר דאַלער צי װאַקסן אַ תלמוד חכם איז אַלץ פֿײַן און װױל אָבער אַ טפֿל צום דערמאַנטן עיקר. און אױב דער פּרײַז פֿאַר דעם איז זײ צו פֿאַרמײַדן פֿון לערנען אַ פֿאַך, אָדער אפֿילו זיך קענען אױסדרוקן געהעריק, און זײ חתונה מאַכן װען זײ זענען קױם ראוי לביאה האַלטן זײ אַז עס איז גאַנץ אַ ביליגע פּרײַז.

זאָלן זײ אַלע טון שידוכים בשעה טובה ומצלחת און איך װעל מיך משתדל זײן אײַך צו האַלטן אינפֿאָרמירט פֿון צײַט צו צײַט. אָבער געדענקט דאָס בלײַבט בײַ אײַך און ס'גײט נישט װײַטער, װײַל אַז נישט קענט איר חלילה קאַליע מאַכן אַ שידוך. און נאָך די דרײַ עבֿירות איז קאַליע מאַכן אַ שידוך מן הסתּם דער האַרבסטע.

את חטאי אני מזכּיר

שױן אַפּאָר װאָכן װאָס ס׳גלונגט מיר נישט גײן אין שול דאַװענען שחרית. (װאָס טוט זיך בײַ מנחה מעריב קענט איר זיך אױסדרינגן מיט אַ קל וחומר.) נו, מילא מען קען דאַװענען בײַם כּותל אױך. ס׳יז אָבער אַזױ׃ װען איך חלום פֿון תּשובֿה טון אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל -כאָטש אַזעלכע חלומות מאַכן זיך בײַ מיר װײניגער און װײניגער- זע איך פֿאַר מיר דער אידיִיאַלע מענטש די אירע װאָס שטײן אױף איעדען אין דער פֿרי צום ערשטן מנין חוק ולא יעבֿור, שטײן שױן מיט די תּפילין בײַ אדון עולם און פֿאַר ושמו אחד פֿאַלט זײַ ניטאַמאָל אײַן אױפֿצוהײבן זיך פֿון זײערע פּלעצער. די זעלביגע ייִדן מאַכן דעם אײַנדרוק אַז דער יצר הרע האָט פֿון זײ פּשוט פֿאַרגעסן. דאַװענען איז דאַװענען, זײ שמועסן נישט, זײ שטײן אַלץ אױף אײן פּלאַץ, זײ קומן נישט אַרױס בײַ די הױכע שמונה עשׂרה הערן װאָס טוט זיך . װען די אנשי כּנסת הגדולה האָבן אוּנז געגעבן אַ שחרית האָבן זײ זיך פֿאַרלאָזט אױף די צדיקים. זײ זענען די עקשנים מיט װעם גאָט גיט זיך נישט אַן עצה. װיפֿיל ער זאָל נישט רודפֿן זײַן הײליג פֿאָלק ישראל װעלן זײ זײַן צום נעקסטן אין דער פֿרי אין שול כּאילו לא היה.

איך װײַטער קען דאָס נישט. אַז איך קום אָן פֿאַר וּיבֿרך דוד קען נישט אַנדערש זײַן אַז איך האָב געהאַט אַ בײזן חלום. אױף דעם חשבון גײ איך אָבער אַװעק אין מיטן תּחנון. איך האָב נישט קײַן געדולד בודק זײַן מײַנע ציצית אַ יעדן אין דער פֿרי. קרבנות האָב איך שױן נישט געזאָגט װײס איך זײַט װען, עס קען זיך מאַכן אַז בײַ קריאת־שמע פֿאַרגעס איך צו נעמן די ציצית און סוף שמונה עשׂרה פֿאַלט מיר אַלץ אײַן אַז אַפֿשר האָב איך עס צו שנעל אַלעדיקט.

װען איך דאַװען אין דער הײם קענט איר מיר כאַפּן לײענן מײַנע בליצפּאָסטן באַקרױנט מיט טלית און תּפֿילין. רחמנא לצלן װוּ איך האַלט שױן! און יעדען טאָג װאָס איך גײ נישט אין שול שפּיר איך מיך אַלץ װײַטער פֿונעם טאָג װען איך װעל זײַן פֿון די ייִדן װאָס זענען צום שול אַזױ װוּ די געלע װענט און די אָפּגריבענע הילצערנע טישן און בענק.

יום רביעי, ינואר 01, 2003

אַ גוט יאָר!

אַ גוט יאָר!

ראשית כּל קומט זיך אַ ישר כּוח פֿאַר 'ייִדישיסט' אַז איך שרײַב יעצט. ס'איז שטענדיק אַ פֿאַרגעניגן צו זען װיפֿיל באַזיכערס איך האָב צו מײַן בלאָג, אָבער נאָך אַ גרעסערע הנאה איז װיסן אַ עמיצער װיל מיר האָבן. איז אױף דעם אַ דאַנק.

מײַן נײַ יאָר רעזאָלוציע איז װײניגער פֿאַרװײַליגן אױפֿן נעץ און מער שרײַבן!

ס'איז אָבער נישט אַזױ לײַכט. אין ישיבה פֿלעג איך מײנען און אַזױ האָט מען מיר געזאָגט אַז דער יצר הרע שטעלט זיך דערױף אַז ייִדישע קינדער זאָלן נישט לערנען תּורה. װען איך האָב געלערנט לימודי חול און דער יצר הרע האָט דאָרט אױך געהאַקט אין טשײַניק האָב איך געמײנט אַז אפֿשר איז דער בעל דבֿר אַ מאָדערנע אָרטאָדאָקסישער און ער האַלט אַז לימודי חול איז אױך אַ שטיקל מצווה. אַז איך שרײַב דברים של מה בכּך װאָס אין זײ כאַפּט זיך אַפֿילו אַמאָל אַרײַן אַ ביסל כּפֿירה אױך און דאָך לאָזט דער בעל דבֿר נישט, קען עס נאָר זײַן אַז ער שטעלט זיך װי מען טוט עפּעס קאָנקרעט. צו גליטשן אױפֿן נעץ װעט ער אײַך שטײן צו דער רעכטער האַנט יומם ולילה, הײבט אױף אַ פֿעדער עפּעס שרײַבן און באַלד האָט ער פֿופֿצן תּירוצים פֿאַרװאָס יעצט איז נישט דער ריכטיגער מאָמענט.

אפֿילו די מאמרי חז"ל עבירה גוררת עבירה און אם תעזבֿני יום יומיים אעזבך גײן אױך אָן אינעם שרײַבן. װאָס מער איך שרײַב טו איך מער אָבזיװירן און באַמערקן זאַכן. אַז איך שרײַב נישט דאַכט זיך מיר אַז ס'איז נישט דאָ װאָס צו שרײַבן.

ממילא לכּבוד דער נײַ יאָר נעם איך מיך צו שרײַבן.
------------------------------------------------------------------

פֿאַר צװײ טעג קלאַפּט בײַ מיר אָן אַ משולח בײַם טיר אַרום נאַכטמאָל צײַט. כ'אָב אים געגעבן אַפּאָר גראָשן אָבער ער בעט נאָך. ער דאַרף חתונה מאַכן אַ קינד און און און. איך האָב מיך אַנטשולדיקט און כּל טוב. איך װיל פֿאַרמאַכן דער טיר זאָגט ער אַז ער איז הונגעריק, ער האָט נאָך הײַנט גאָרנישט געגעסן. מײַן פֿרױ האָט זיך נישט גוט געשפּירט און איך האָב נישט געהאַט אָנגעשטעלט גענוג פֿאַר אַ גאַסט. פֿרעג איך אים צו ער װיל אפֿשר אַפּאָר ביסקװיטן זאָגט ער נײן ס'איז גוט און גײט זיך אַװעק. מיר האָט ער איבער געלאָזט מיט אַ שלעכטע געפֿיל׃ שטײט אַ ייִד בײַם טיר און ער בעט עסען און איך פֿאַרשיק אים מיט לײדיגע הענט, בתמיה? אין דער זעלבע צײַט בין איך אױף אים גערעגט אַז ער האָט גוט געװיסט דער װירקונג פֿון אַזאַ בקשה און ער האָט זיך געקענט גײן קױפֿן אין אַ רעסטאָראַנט. און דאַרף איך אים טאַקע גלײבן אַז ער איז געגאַנגן זאַמלן געלט אַ גאַנצע טאָג און האָט גאָרנישט געגעסן?

צו מאָרגען'ס גײ איך אין אַ גראָסערי אײַנקױפֿן. צװײ ייִדען קומן מיר אַקעגן און אײנער פֿרעגט 'דער קלײט איז דײַנס?' אַז ער זאָגט 'קלײט' קען ער נאָר זײַן פֿון ירושלים. 'נײן.' 'איז קענסט דו מיר אַזױ אױך געבן' 'איך װיל אײַך דאָ נישט געבן' 'נו, איז װי איז אײַער אַדרעס און מיר קומן צו אײַך' 'נײן, אַז ס'װעט אײַך אױסקומן בײַ מיר אַרײַנקלאַפּן װעל איך אײַך געבן.' מיר פֿאָרן שױן באַלד אַװעק' 'נו, פֿאָרט געזונטערהײט.' אַז איך צאָל שטײן זײ איבער מיר און װילן דער רעשט.

איך האָב שױן לאַנג אַ שאלה צו װען ס'קומט אַ מענטש בײַ מיר צום טיר אױף הכנסת כּלה, צו בין איך אים נישט באַרעכטיגט צו פֿרעגן, 'זאָגט מיר ר' ייִד, װאָס האָט איר געטון אַז אײַער קינד זאָל אין צװאָנציק יאָר נישט קומן בעטלן אױף די טירן אַזױ װי אײַך?' טאָמער האָט ער נישט דערױף קײַן ענטפֿער איז זײַט מיר און האָטס מיר און לאָט מיך צורו.

דער זאַך איז נאָר אַז מען איז אױפֿגעצױגן מיט אַ באַגריף אַז אױב מען איז מדקדק אונטן איז מען מיט אונץ מדקדק אױבֿן און דאָס געבט אַ פּחד צו זײַן צו פֿיל גערעכט, בפֿרט װען ס'איז אױף אַ צװײטנס חשבון. אײַ, איך װײס דען װאָס טוט זיך אױבן? אמת, אָבער ס'איז מיר לײַכטער נישט אױף מאַכן דער טיר, אָדער יאָ אױפֿמאַכן און געבן אַפּאָר פּרוטות און נישט זײַן אין גאַנצן גערעכט װי אײדער יענעם אַװעק שיקן מכּח מײַנע טענות. דער צינישע חסידישע אױפֿברענגן לערנט אױך אױס אַז די אַלע טענות זענען פּשוט תּירוצים אױף נישט צו געבן.

איך האָב אַמאָל שפּאַצירט מיט אַ גױ און מיר זענען פֿאַריבער געגאַנגן אַ הײמלאָזע מענטש װאָס האָט אױסגעשטרעקט דער האַנט און געשנאָרעט. מיר האָבן בײדע נישט געגעבן. פֿרעג איך אים צו ער שפּירט זיך נישט שולדיק אַז ער געבט נישט. זאָגט ער אַז נײן װײַל סײַװי געבן זײ עס אױס אױף נאַרקאָטיק צי אַנדרע נאַרישקײטן. מיר האָבן בײדע נישט געגעבן, אָבער מיר האָט געשטערט מײַן נישט געבן און אין דער זעלבער צײַט האָב איך מקנא געװען זײַן קאָנפֿידענץ אין דער שטאַרקײט פֿון זײַן סבֿרא.

ס'איז דאָ אַן אַנדער תּירוץ אױך׃ דער באַשעפֿער האָט מבֿטיח געװען 'כּי לא יחדל אביון מקרבֿ הארץ'.

האָטס מיר אַלע אַ גליקליכע יאָר!