יום ראשון, יוני 12, 2005

מײַן ערב יום המיוחס

מיטוואָך נאַכט בין איך געגאַנגן אין טעאַטער אַרײַן. ראש חודש סיון, ערב יום המיוחס, צוויי טעג פאַר שלשת ימי הגבלה, ניטאַמאָל אַ וואָך פאַר שבועות און וווּ פאַרברענגט ר´ קטלא? בײַ אַ גמרא? אַ שטיקל תוספות? אַ שטיקל קדושת לוי? אַ נעכטיקן טאָג. און ווי מיינט איר קומט עס אַז אַ יונגערמאַן וואָס אַלץ בחור האָט ער נישט אויסגערעדט אויף שבועות פונעם זמן ביז נאָך קדושת כּתר זאָל אַזוי גליטשן? ווי האָט זיך עס אָנגעהויבן? אין כּולל? בײַם דף־היומי שיעור? וווּ, וואָס ווען. נישט ערגעץ אַנדערש ווי בײַם אינטערנעט, בײַם טמאנעם אינטערנעט, טמא ומטמא. יש דרך ישר לפני איש, זאָגן די ספרים הקדושים, אַז אַ מענטש גייט אַמאָל אויף אַ וועג און ס´דאַכט זיך אים אַז ער גייט גוט, ער איז נאָך קיינמאָל נישט אַרויף אויף דעם וועג און פאַר אים זעט ער אַ גראָדן וועג און ער איז איבערצייגט אַז דער וועג וועט אים פירן דאָרט וווּ ער דאַרף אָנקומן. דערנאָך גיט זיך דער וועג אַ דריי און ווען ער דרייט זיך דעמאָלסט אויס קען ער נאָך אפשר אויף צוריק. ער איז אָבער שטאַרק בײַ זיך און וואָס האָט ער זיך אויסצודרייען? דערנאָך גאָפּלט זיך דער וועג און ס´טיילט זיך אויף אַפּאָר וועגן, אַ פּרשת דרכים. ער גייט דאָרט וווּ אים דאַכט זיך איז גלײַך און פון דאָרט קען ער שוין נישט צוריק. און אַלעס ווײַל ער האָט נישט געהאַט דעם שכל צו פרעגן עמעצן וואָס איז שוין געווען אויף יענעם וועג, עמעצן וואָס האָט שוין גערעדט מיט אַ צווייטן וואָס איז שוין דאָרט געפאָרן. ס´האָט מיר דערציילט אַ יונגערמאַן וואָס טוט אין די ענינים אַז ער האָט געטראָפן אַזאַ יונג וואָס איז נעבעך פאַרפאָרן און ער האָט אים דערציילט אַז כאָטש ער קען שוין נישט צוריק וואָלט ער אַליין מסכּים געווען צו פאָרן וווּ אַהין מען זאָל אים בעטן אָנצווואָרענען עלטערן און אַפילו די קינדער אַליין איבער די סכּנות וואַס דויערן אויפן אינטערנעץ. מורי ורבותי: יש דרך ישר לפני איש ואחריתה דרכי מות. ס´זעט אוים גלײַך אָבער פרעגט די אירע וואָס זענען שוין דאָרט געפאָרן. פאָלגט מיך נישט, איך בין נישט פון דער מאָדערנע וועלט, פרעגט אָבער די וואָס זענען שוין דאָרט געווען. אַלע וועלן זיי אײַך זאָגן אַז ואחריתה דרכי מות, דער תורה הקדושה איז כי ממנו תוצאות חיים און חלילה פאַרקערט איז פאַרקערט. אײַ װעט איר פרעגן און װאָס איז מיט די אירע וואָס רעדן חידושי תורה אָדער זיי טוען אויף אויפן וועב מקרב צו זײַן ייִדן לאביהם שבשמים. פון זיי איז דאָ צוויי סאָרט. איינס זענען די וואָס די ספרים שרײַבן אויף זיי עז פּנים לגיהנום, כּלומר אַז דער וואָס איז אַזוי שטאַרק ווי דער בחינה הוי עז כּנמר מעג אַרײַן גיין אַפילו אין גיהינום אַרײַן. זיי זענען די וואָס קענען אַרײַנגיין מיט אַ מסירת נפש אין דער שמוץ אַרײַן און זיי ווערן נישט געשעדיקט. און כאָטש דער רבי פון לובלין האָט געזאָגט אַז אַ בעזעם וואָס קערט ווערט שמוציק איז זכות הרבים מסייעתם און אין חטא בא על ידם. לעומת זיי זענען פאַראַן די וואָס מיינען אַז מיטן אינטערנעץ קענען זיי יוצא זײַן מצוות לימוד התורה. מורי ורבותי: אויף זיי זאָגט דער פּסוק ולרשע אמר אלקים מה לך לספּר חוקי! ווי אַ צדיק האָט אַמאָל געזאָגט דער וואָס שטערט אונז פון לערנען דער זעללביקער טרײַבט זיי צום לערנען.

שוין, רבונו של עולם, איך האַלט דאָך בײַם טיאַטער און נישט בײַ אַ שובבי"ם שלש־סעודות. איך האָב פּאַרקירט מײַן קאַר און געגעבן אַ דרוק אויפן קנעפּל פונעם מצודתו פּרוסה, איר ווייסט דעם טשאַטשקע וואָס שליסט אַלע טירן פון דער ווײַטענס אַזוי אַז ווען די לאָמפּן בליטשקן, דער ליאַרם גיט אַ פײַף און די שלעסער אַ טראַך שפּירט מען דעם אמתן כּוחי ועוצם ידי וואָס מען קען אַלץ אויפטון מיטן גראָבן פינגער, און איך הייב מיר אָן שפּאַצירן צום טיאַטער. ס´מעג זיִן אַז דער טיאַטער איז נישט אַ פּלאַץ פאַר אַ ייִד אַפּאָר טעג פאַר שבועות, דאָס מיינט אָבער נאָך נישט אַז דער וואָס גייט אַהין איז אויס ייִד. און אַז אַ ייִד שפּאַצירט זיך אַרום אַזוי אין דער אָווענט זינגט זיך ער זיך אוודאי אונטער אַ ניגון. ווען איך זאָל זײַן אַ פאַרברענטע באָבאָווער וואָלט איך אפשר געזינגן בריטניס ´לייטעסט´ ניגון, ´נישט אַ רב נאָך נישט אַ רבי´. בין איך דאָך אָבער אויסגעברענט, האָב איך מיך צוגעזינגן אקדמות מילין מיטן אור־אַלטן נוסח און מיט דער דייטש־ייִדיש טײַטש וואָס דער רבי פלעגט לערנען אין חדר.´אקדמות, איידער איך הייב אָן, מילין, צו רעדן, ושריות, און איך באַגער, שותא, צו שפּרעכן...´ וויבאַלד ס´איז אויפן אלף בית געדענקט זיך עס לײַכט און מיטאַמאָל שווימט מען אין טונטיקע ימים, פּאַרמעטע הימלן שוועבן פון אויבן און אויפן ברעג שפּאַצירן שרײַבערישע אײַנוווינער אין פעדערישע וועלדער.

מיר האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ ובאתא קלילא דלית בה מששותא, מיא אַ לײַכטער אות וואָס מען קען נישט אָנטאַפּן, וואָס דער רבי האָט געזאָגט מיינט דער אות ה´ וואָס מען קען אַרויסצוזאָגן אָן זיך אָנצושטרענגן, און דערמיט געגעבן אַן אָטעם אַרויס מיט אַ הויכע ´האַ´ און מען איז נתפּעל געוואָרן אַז דאָס וואָס מען לערנט קען מען ממש זען במציאות. פונקט ווי ווען מען האָט געלערנט על כּן שם העיר באר שבע עד היום הזה און דער רבי האָט געזאָגט אַז דאָס מיינט ביז הײַנט ממש ווײַל די תורה איז געשריבן מיט רוח הקודש און הײַנט איז נאָך אַלץ דאָ אַ שטאָט וואָס הייסט באר שבע און אַ ייִנגל האָט זיך אָנגערופן מײַן טאַטע איז שוין דאָרט געווען און פופצן אַנדרע האָבן מיטגעשאָקעלט מײַנס אויך. די זעלבע קינדער האָבן אָנגעהויבן בײַ אַקדמות אַ גע´האַ´קעכץ ווען יעדער האָט געוויזן פאַרן חבר ווי ווייניק ער שטרענגט זיך אָן לקיים מה שנאמר ובאתא קלילא. אײַ אַז ס´שטייט אין דער משנה בעשרה מאמרות נברא העולם און אַז דער באַשעפער האָט דווקא יאָ געוואָלט שוויצן צו קענען שמײַסן די רשעים און גלעטן די צדיקים, וועט איר באַקומן אַזאַ תירוץ ווי איר וואָלט באַקומן אין מײַן כּיתה אַז איר וואָלט פאַרזיכט די אַנדרע אותיות צי איז נישט דאָ אַ לײַכטערע אות. אַ בפירושע אַקדמות און דו ווילסט דיך דינגן.

מײַן חסידישע קאָפּ וואָס דאַרף אַלעס פאַרטיִײַטשן האָט געקלערט אַז אפשר איז טײַטש ובאתא קלילא מיט אַ פארשאָלטענעם אות, אַן אות וואָס האָט אָנגעהויבן דעם ראָד וואָס הערט זיך נישט אויפצודרייען, אַן אות וואָס האָט צוגעברענגט צו ויאמר אלקים יהי אור און ס´איז פינצטער ביז הײַנט. און פאַרדעם איז עס דלית בה מששותא, ס´איז אַזוי ווייניק ווערד אַז ס´טאַפּט זיך ניטאַמאָל אָן. ובאתא קלילא, אפשר אַז דאָס לעבן איז אַזוי ווויל וואָלט ער יאָ געמעגט אַרײַנשטעלן אַ פינגער אין קאַלט וואַסער פאַר ער האָט אונז דאָ אײַנגעזאַלצן. אפשר אַ קרעכץ פון אַ ´חַ´, אַ וויי פון אַ ´ו´ וואָלט געווען אַביסל מער פּאַסענדיק צו ווײַזן אַז ער ווייסט כאָטש וואָס מיר מאַכן דאָ מיט. עפּעס טון דערצו, איז טאַקע צופיל, איך מיין, עולם כּמנהגו נוהג און אדם לעמל יולד און מען קען דער וועלט נישט טוישן, אָבער לאַך מיר כאָטש נישט אין פּנים מיט אַ האַ. אדרבה, אַז ס´איז דיר עפּעס ווערד לאָמער שוין זען אַ דבר שיש בו ממש נישט אַ לית בה מששותא.

איך האָב געקלערט יאָ בלאָגן, נישט בלאָגן דעריבער. ס´איז אייביג שווער צו וויסן ווי גוט אַ זאַך איז ווען ס´איז נאָך אַ קערל אין מוח. די געדאַנקן זענען מיר אַרויס פון קאָפּ בײַם פּיעסע (איבער דעם אַ צווייט מאָל) און דערנאָך האָב איך געקלערט אַז איך ווייס נישט וויפיל עס איז ווערד...

קטלא, קטלא, טו אונז אַ טובה -יאָ, איך הער, איר מיזט מיר אָבער נישט אָנכאַפּן בײַם געלענק, דער אָרעם אויך נישט, און זײַט מוחל אָטעמט מיר נישט אַרײַן אײַערע נאַכטמאָל- אָבער קטלא, וואָס מאַכט איר זיך אַזוי באַטעמט, איר ווייסט נישט אַז מען לייענט אײַך און דער עולם האָט הנאה? איז מאַכט נישט דעם שטיק. הנני העני לאָזט איבער פאַר אַ צווייטן. איר ווילט מען זאָל זיך בײַ אײַך בעטן, מען זאָל אײַך זאָגן אין פרצוף פאַרוואָס מען וויל אײַך הערן? איז לאָזט אָפּ און טוט אַ טובה און שרײַבט און קומט נישט מיט די עניווישע שטיקעס. ס´האָט נישט קיין טעם און ס´פּאַסט אינגאַנצן נישט פאַר אײַך.

יאָ, יאָ, יאָ, איך פאַרשטיי, הערט מיר נאָר אויס איין מינוט - גלײַכט אײַך נאָר אויס דער קרוגן, ניין, נישט דאָרט, אויפן צווייטן זײַט-- על כּל פּנים, פאַרשטייט איר, איך בין דאָך פון די בני אברהם, יצחק ויעקב און בײַ זיי איז עפּעס דער נאַטור אַז וויפיל זיי טון נאָר דאַכט זיך זיי אַז עפּעס טויג נישט. אברהם אבינו האָט געקענט פירן אַ רעטונג אָפּעראַציע צו ראַטעווען לוטן וואָס קוים ענטעבי איז עס איבערגעשטיגן און דערנאָך געקרעכצט ואנכי עפר ואפר. ווער רעדט פון יעקב וואָס האָט געהאַט מיט אַלעמן צוטון, ווי ס´איז טאַקע דער שטייגער בײַ די אירע וואָס יאָגן נאָך פּכים קטנים, וואָס קוים ער זאָגט ועתה הייתי לשני מחנות הייבט ער אָן מיטן קטונתי. וואָס פאַר אַ סאָרט מחלה איז דאָס וואָס מיר פאַרמאָגן וואָס קוים וואָס מען פאַרמאָגט עפּעס, מען טוט עפּעס אויף אויפן וועלט הייבט זיך אָן באַלד דאַכטן אַז יענעם דאַכט זיך אַז מיר האָבן עס בײַ אים גענומן און בײַ אונז דאַכט זיך אַז מען האָט עס פון זיך אַליין צוגענומן. פונעם אייגענעם עולם־הבא, פונעם מאָרגנדיקן עולם־הזה, פונעם סטרא־אחרא אָבער אַבי נישט זיך אַליין דאַנקן אַז ס´איז אונזערס און ערליך פאַרדינט?

ומי לנו גדול ממשה? פאַראַיאָר פרשת דברים פרעגט מיר מײַן צדיקל פאַרוואָס ווינטשט משה רבינו אין איין פּסוק יוסף ה´ עליכם כּכם אלף פּעמים, זאָל אײַך גאָט פאַרמערן טויזענט פאַכיק, און אַ פּסוק שפעטער קרעכצט ער איכה אשא לבדי. אַז ער קען נישט וואָס בעט ער מער? נאָר אַזוי איז דער מנהג יהודאי. מען קען נישט, מען איז נישט פּאַסיק, שלח נא ביד תשלח, ביני לביני באַגראָבט מען אַפּאָר קורחס, און תוך כּדי דיבור פון איכה אשא לבדי ברייטערט מען זיך אויס נאָך אַפּאָר גלילות. אַנו, מיר שטאַמן אויך פון די שבטי י־ה און שרײַבענדיקעהייט ערלויבן מיר זיך אַפּאָר ספיקות.

איך האָב למעשה פון דעם אינגאַנצן פאַרגעסן ביז שלום בערגער האָט אין זײַן לעצטן בלאָג איבערגעשריבן אַ ליד פון שמואל האַלקין וואָס דערין געפונען זיך די דאָזיקע שורות:

און פֿאַרנעמען נעמט דאָס וואָרט
ווייניק צײַט און ווייניק אָרט.

לייענעדיק דאָס האָב איך עס געזען ווי אַ צייכן פון הימל אַז איך דאַרף יאָ אָפּשרײַבן מײַנע געדאָנקן איבערן אתא קלילא.

האָטס מיר אַלע אַ גוטן יום־טוב.

5 תגובות:

קטלא קניא אמר/ה...

יודע צדיק נפש בהמתו און אַזוי ווי בײַ אַ נײַע ספר איז מער אינטערסאַנט די הסכּמות פון פאָרענט און די לעילוי נשמתן פון הינטן ווי דער ספר אַליין, ´וואָס עפּעס האָט אים ל. ג. געגעבן אַ גאַנצער בלאַט?´, ´מאָדנע רבנים האָט ער אויפגעגראָבן´, אַזוי אויך בײַ מיר גייט מען באַלד צו די הערות און מען לאָזט איבער דער חיי עולם פאַרן חיי שעה. ממילא שרײַב איך דאָ אן השמטה און אַזוי וועט מען עס לייענען. ווי די מחזירי בתשובה וואָס פאָרן ביז טײַלאַנד.

נפשי בשאלתי: זײַט מזכּה את הרבים וואָס קויפן אײַן בלומן, זענען טועם די דעלקעלעך, שמײַסן די סמײַטע און קלעבן אויף די בלעטער אינעם מחזור און וועלן נישט האָבן אַ געלעגנהייט דאָס אָפּצוליינען פאַר יום־טוב. טוט זיי צוליב און דריקט אָפּ דאָס שטיקל ווי אויך מײַן ערשטן שטיקל
http://katlekanye.blogspot.com/2002/10/blog-post.html
און טראָגט עס אין שיל אַרײַן הײַנט אויף דער נאַכט אַרײַן געשטעקט אינעם תיקון.

נאָך איר וועט אויסזאָגן די תרי"ג מצוות שלא לאכול גיד הנשה און שלא לאכול מעשר שני בירושלים נעמט אַרוים דער ערשטער און דער לעצטער קטלא קניא און זײַט מיט דעם יוצא כּאילו איר האָט דורכגעטון דער גאַנצער מסכת. דערנאָך זאָלט איר זאָגן אי לאו האי יומא כמה קטלא איכא בשוקא און אַזוי וועט איר יוצא זײַן בשלימות דעם כולו לכם.

אַ גוטן יום־טוב!

קטלא קניא אמר/ה...

איך גלייב אַז פּשט קען אפשר זײַן בבחינת ושכינה מה אומרת. פאַרשטייט זיך אַז ע' פּנים לתורה און מ"ב פּשטים לואם בחקותי וכפּטיש יפוצץ סלע ואני ליישב פשוטו של מקרא באתי.

אנונימי אמר/ה...

Reb katla,
I would appreciate more details how the Internet made you Kalye

אנונימי אמר/ה...

kk did avishy get to you too? you never sounded as depressed as now i think instead of singing the bobover modana nigun(sorry i do not know what song your referring since i do not learn kabala yet, i am under 40 and therefore forbidden is that correct kk?) but you as a bobover tzioini could of song the popular.. בני בני בני אל תלך....just imagine the fiddelech playing along and the rov singing מיט די פארגלייזטע הייליגע אויגען and די טרערין ווי וואסער גיסען אין מיט די הענט די ברעקעלעך שיסען

ok i am getting all worked up have a good day and as always i am looking forword to your next breakdown

קטלא קניא אמר/ה...

ר´ גימפּל: איר זענט דאָך אוודאי אַ יודע ספר. ס´איז געווען אַ מליצה צו בריטני ספּירס אַ ליד. ´נישט אַ מיידל נאָך נישט אַ פרוי´

און ר´ טמיר, איך וועל מיך משתדל זײַן אײַך צו ענטעפערן אין אַ באַזונדערער בלאָג.