יום חמישי, ספטמבר 29, 2005

ביני לבין קוני

אָן אָנצוהייבן קלאַפּן אשמנו ברבים און אויסרעכענען מײַנע חטאים עוונות ופשעים בפני קהל ועדה קען איך זאָגן אַז זאַכן האָבן זיך היפּש געביטן בײַ מיר זײַט איך האָב אָנגעהויבן מײַן שרײַבערײַ. ווען איך האָב אָבגעהויבן פלעג איך מיך באַקלאָגן איבער אַ פאַרגעסענער מנחה. הײַנט צוטאָג קען מען דאָס פאַררעכענען פאַר אַ מצווה. וווּ ווײַט עס האַלט איז אינגאַנצן נישט מעלה ומוריד ווײַל איך בין נישט אויסן מיר מאַכן אַ חשבון הנפש אָט דאָ, כאָטש אַזויפיל וועל איך זאָגן אַז טראָץ אַלעס לייג איך נאָך יעדן טאָג תפילין. נישט ווײַל איך דאַרף פון איינעם שכר וואָס איך ערוואַרט אַפילו נישט און אויך נישט ווײַל איך האָב מורא פון עפּעס אַן עונש. קוים וואָס איך גלייב אין דעם און סײַווי זענען די עונשים אַזוי ווײַט און אַזוי אומזיכער אַז זייער סטראַשע האָט נישט קיין כּוח מיר מאַכן אָדער אָפּהאַלטן פון עפּעס טון. איך האַלט אײַן דאָס וואָס איך האַלט אײַן ווײַל איך טו עס שוין אַזוי לאַנג און דאָרט פון וווּ איך שטאַם און דאָרט וווּ איך וווין לייגט מען אויף דעם אַ גרויס חשיבות. ממילא סײַ ס'איז דאָ אַן אינערליכע טרײַבונג ווײַטער אָנצוגיין און סײַ איך האָב נישט גענוג אַ סיבה עס אויפצוגעבן.

מנוחה האָב איך אָבער נישט. ס'וואָלט געווען אַ סברא אַז וויבאַלד איך קען מיט הגיון און דענקערײַ פאַרענטפערן אַ חלק פון מײַן התנהגות זאָל איך מיך אָפּשאָקלן פון פאַרגאַנגענע געוווינהייטן און טון דאָס וואָס איך וויל טון און ווען איך וויל עס טון אויף מײַנע אייגענע טערמינען. איז עס אָבער נישט אַזוי פּשוט. אונזערע ערציאונג פון ייִנגווײַז אָן איז אַזוי פאַרבינדן און פאַרפלאָכטן מיט ייִדישקייט, משהתחיל לדבר אביו מלמדו תורה, פון ווען א קינד הייבט אָן צו רעדן מיז אים דער פאָטער אויסלערנען תורה, און אַזוי אויך דער משנה אין אבות לייגט פאָר אַ קאַריקיולם, אַ לערן פּראָגראַם, פון די פינעף ביז דו אַכצן וואָס נעמט נישט אין באַטראַכט עפּעס אַנדערש ווי תורה און בײַ די אַכצן ווען מעט לאָזט שוין יאָ דאָס קינד אַרויס איז עס בלויז צו גיין אונטער דער חופּה. מיט אַזאַ אויסשולעכץ איז פאַרשטענדלעך אַז ייִדישקייט ווערט דער ראַם אין וואָס מען לעבט אַזוי אַז ווען מען גיט בלויז אַ חלק דערפון אויף שפּירט זיך עס ווי מען שוועבט אָן אַ באַזיס און ווי ס'האָט זיך אויפגעמאַכט אַ תהום וווּ דער שאול איז אויך נישט גענוג טיף.

און דאָס איז וואָס גיט מיך נישט קיין מנוחה. דער דרך העולם איז אַז פּונקט ווי אין אדם משים עצמו רשע אַזוי אויך אין אדם משים עצמו שוטה. ווייניק וועלן מודה זײַן אַז זיי טון זאַכן כאָטש זיי האַלטן ס´האָט קיין טעם און קיין גראַם נישט. דערפאַר אָדער מאַכט מען זיך טעמים און מען זאָגט עס אַזויפיל מאָל נאָך אַז ס´באַקומט אַן אייגענעם זינען, אָדער הייבט מען זיך אויף די ברעמן און מען קנייטשט צאַם דער שטערן, אַז ס´איז העכערע זאַכן און מען קען נישט אַלעס פאַרשטיין. כּלומר, שכל ווערט מיט אַמאָל נישט צו פאַרשטיין און חכמה איז צו זאָגן אַז מען קען נישט פאַרשטיין. איך וויל אָבער יאָ פאַרשטיין. פאַרוואָס טו איך אַזוי, פאַרוואָס מוטשע איך מיך איבער זאַכן וואָס מיינען בײַ מיר כּמעט גאָרנישט און מער ווי אַלעס פאַרוואָס פּלאָג איך מיך אַזוי אויפצוציען מײַנע קינדער אַז איך האַלט אַליין דערפון אַזוי ווייניק.

שילד איז אַ גרויסע חלק פון דער סיבה. אָבער איז עס טאַקע דאָס אַז דער באַשעפער זעצט זיך אַרויף אויף די פּלייצעס ווען מען ווייסט נישט אים אויסצושליסן און דערנאָך בלײַבט מען מיט אים שטעקן? איז עס פשוט צו באַזעטיקן די אָ געפילן. אויסער שילד האָט רעליגיע דאָך אַ ראָלע צו שפּילן אינעם לעבן. פון איין זײַט ווען מען שפּירט זיך שלעכט און בײַ זיך דערנידערט און מען ווערט מיד מיטן לעבן ווערט מען מיד מיטן באַשעפער אויך. דאַווענען, שבתים, ימים־טובים געהערן צו די נודנע חלקים פון לעבן וואָס זענען דאָרט נישט ווײַל מען האָט זיי פאַרבעטן נאָר מען זיצט זיי דורך אַזוי ווי מען זיצט אין טראַפיק. מען טוט עס ווײַל מען איז דאָרט און קיין אויסוועג איז נישט דאָ. אָבער מצד אחר, ווען מען שפּירט זיך דערהויבן און ס´איז דאָ אַ ברייט האַרץ איז מען מקבל שבת בשמחה, און מען פרייט זיך מיטן יום־טוב ווײַל ווען דער האַרץ איז ברייט און אָפן זעט דער וועלט אויס ליכטיקער, אַ שפּינס געוועבעכץ ווערט מיטאַמאָל אַ מעשה ידי אומן און ייִדישקייט בליט אין גלאַנצעדיקע פאַרבן.

ס´איז אָבער דאָ דערצו אַ צווייטער זײַט אויך. ווען די מרה גיסט אַרײַן אַפּאָר טראָפּן און דאָס לעבן ווערט אומדערטרעגלעך איז דער בית־מדרש אַן ערי מקלט. לאו דווקא דאָס סידורל און תהילימל ווײַל אַסאַך מאָל איז דער מצב אזוי אַז אַפילו זיי קענען נישט אינספּירירן. דער פּשוטער פאַקט אַז עס איז דאָרט און עס איז שטענדיק דאָרט געווען און מען ווייסט און פאַרשטייט דער סדר דערפון הא גופא איז איר שטאַרקייט. פונקט ווי ווען זאַכן גיין שווערלעך און מען ציט זיך קוים ביי די אברים, ווען עסן פאַרלירט דעם טעם און מוזיק איר מעלאָדי, ווען דער היים ווערט אַ תפיסה און מען איז געפאַנגן דורכן אייגענעם מוח, ווען דער בעט מוטשעט אויס מער ווי זי גיבט רו, די שטילקייט פון דער נאַכט לעכערט די אוירן און די קולות אין קאָפּ פאַרנעפּלן דער פינצטער אין די זמנים איז אַ גוטע עצה גיין כאַפּן אַ שווים. ווי שווער עס איז, ווערט מען פאַרלוירן אין דער וואַסער און מען שטעלט זיך אַן איינפאַכער ציל פון אָנקומן צום אַנדרן עק. ווען מען קומט אַהין אָן רירט מען אָן דער וואַנט, מען גיט זיך אַ דריי אויס און מיט די פיס גיט מען זיך ווידער אַ שטופּ און דער ציל ווערט אָנצוקומן צום צווייטן זײַט. אַזוי אויך קומט מען אָן אין שיל און מען האָט איין ציל אָנצוקומן צו עלינו אָדער אַפילו בלויז צום אַנדרן זײַט פונעם הויכן שמונה עשרה. די רצועות פון די תפילין פילן זיך ווי קייטן אָבער אויך גיבן זיי אַן אחיזה אין עפּעס גרעסער פון זיך. און דאָס אַז מען קען דעם סדר און מען ווייסט וווּ ס´הייסט אָנגעקומן און וווּ מען קרוכט אַרויס דאָס איז גענוג זיך צו שטיפּן ווען אַלע אַנדרע מיטלן זענען ווי פאַרגליווערט. דער פעלז פון רעליגיע ווערט ווי אַן אַרכימעדישער פּונקט וואָס שטייענדיק אויף דעם קען מען אָנהייבן זיך צו באַוועגן.

דאָס ווייסן די בעלי דרשנים און די קירוב אַקטיוויסטן אויך און דאָס ניצן זיי צו ציען צו דת און ייִדישקייט. מײַן פראַגע איז נאָר: לאָמיר שוין זאָגן אַז דאָס אַלעס איז אמת און דער אומטוישבאַרקייט פון רעליגיע האָט דערין היילנדיקע קראַפטן, וואָס קער זיך דאָס אָן צו גאָט, צו שכר ועונש און צו אַלע וואַליזן וואָס ייִדישקייט שלעפּט מיט זיך אַרום? און פאַרוואָס ווען אַ מענטש זאָל אַזוינס ערפינדן און עס אַרויפצווינגן אויף אַנדרע וואָלט ער געהייסן אַ ברוטאַלע דיקטאַטור אָבער ווען אַ גאָט מאַכט עס איז ער דערבאַרמדיק מיט שלש־עשרה מדות של רחמים?

איך האָב צו דעם נישט קיין תשובות און איבער די פילע ימים טובים וואָס מיר שטיין יעצט בײַ זייערע שוועל וועל איך קיין ענטפער נישט געפונען. בײַם ערשטן טאָג סליחות האָב איך מיך אַרויפגעכאַפּט אויפן וואָגן און איך פאָר מיט ביז מוצאי שמחת־תורה. נישט ווײַל איך וויל עפּעס דערפון און נישט ווײַל איך האָב מורא אַז ווען נישט שטיי איך עפּעס צו דערלייגן. איך קען נישט זאָגן אַז איך בין אַ ווילנדיקער פאַסאַנדזיר אָבער מײַן גורל איז מיטצופאָרן. איך וועל מיך נישט פאַרענטפערן אַז אַזוי איז דער ריכטיקער וועג אָבער אַלץ שפּרינג איך נישט אַראָפּ. וזה חלקי מכּל עמלי צוצוקוקן ווי מײַנע רײַזע שותפים שלעפּן געפּעק פון ד´ מינים און גאַנצע סוכּות און זען בלויז וואָס טוט זיך אינעם וואָגן און איך פאָר ´לײַטווייט´ און וויל נאָר אַרויסקוקן פון דער פענצטער. איך וויל זען וואָס שלעפּט דער וואָגן און ווער טרײַבט די פערד און זיי ווילן בלויז אויפמאַכן זייערע געפּעק אַזוי זיכער זענען זיי אַז דער וואָגן וועט פאָרן יהיה מה שיהיה. וועל איך בלײַבן ביזן ענדע רײַזע? וועל איך קענען מיט זיי אָפּשטייגן? אויף דערוואַל בין איך צופרידן אַז מען שטעלט מיך נישט אַראָפּ.

תחל שנה וברכותיה!

13 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

Nebbech, I Have pitty on you, (I feel the same in a way but I wouldnt be able to write it)I have been reading your blog since you`ve start on Israblog, and I told my freind just recently that you keep getting shvacher and shvacher in yiddishkeit , I blame it all on the internet, Dont you? But the truth is thet like a dog even its smarter then a cat its not smart as a man and a regular guy is not smart as einstein or lhavdil the Rambam or Even ezra Etc. the human brain is limited so dont try to understand whats impossible for our little brains, The fact is that Erliche yiden have a happier life then us, I KNOW that its hard to change because I talk for myself, and I think that what they said on BICHEL " Kol boeyhoo loy yeshivin" they would say it on the internet with much a stronger Loshon Agree? Anyway a GIT GEBENTCHT YOUR!

קטלא קניא אמר/ה...

ראשית כּל מאן יימר אַז אַ הינט איז קליגער ווי אַ קאַץ? און אפילו אַז יאָ זענען זיי צוויי אַנדרע מינים, מה שאין כּן אײַנשטײַן, דער אבן עזרא, דער רמב"ם, משה רבינו ואני הקטן זענען מיר אַלע געמאַכט פון דער זעלבער שטאָף.

דער גדלות פון אײַנשטײַן איז נישט אין דעם אַז ער האָט געזאָגט סברות וואָס מען פאַרשטייט נישט נאָר אַז ער האָט ערפונדן טעאָריעס וואָס עס איז קיינעם פאַר דעם נישט אײַנגעפאַלן. ברגע אָבער וואָס ער האָט עס אַרויסגעברענגט קען עס יעדער פאַרשטיין, עס אויספּראָבירן זיך אַליין צו איבערצייגן און דער וואָס וויל קען עס אויך אָפווענדן. דער סברא שטייט מכּוח דער סברא נישט מכּוח דער וואָס האָט עס געזאָגט.

לויט אײַך אָבער איז אַזאַ סברא אַ שאָד דער צײַט. ווײַל אַז איר גלייבט אין דער בעל הסברא דאַרפט איר דאָך נישט זײַן סברא.

אנונימי אמר/ה...

Katle, unlike your first commentor, I have no pity on you. I suspect that you're pretty happy with life as it is now and have no desire to revert to your old lifestyle. As for the depressing tone of this post, oh well... it's the *furchtige teg* season,after all, and being solemn, earnest and slightly depressed is all to be expected.

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

ק"ק – איינס פֿון דײַנע בעסטע.
און חיים פּאָטאָק – ניט וואָס איר האָט מיר געפֿרעגט, נאָר אײַער באַמערקונג איז שיין געשריבן.

קטלא קניא אמר/ה...

ברוכים תהיו פאר אלע!

א ספעציעלן דאנק ר' שלומן פארן איבערטייטש אויף אייער ענגלישער בלאג.

www.zackarysholemberger.blogspot.com

אנונימי אמר/ה...

חיים:איך בין אויך מודה אז א יוד מיט אמונה לעבט א זיסער לעבן אן קיין דעגות. ער טראגט אריבער גרינג אלע שווערע צייטן אין לעבן די אמונה האלט עם פריש ווי מעדעצין פאר א קראנקן. איך בין אויך אמאל געווען אויף די מדריגה. ביז מיין קאפ האט זיך מיר אביסל גע-עפענט און אנגעהויבן זיכען א תירוץ אויף קשיות וואס מ'האט נישט געטארט פרעגן.
היינט צוטאגס גלייב איך אסאך ווייניגער ווי קטלא וחביריו. און איך בענק מיך אפילו צירוק אויף די תמימות'דיגע צייטן ווען כ'האב אלס גענומען באהבה און געגלייבט אז גאט וויל אזוי און דאס איז מיר באשערט מיטצומאכן אויף די גילגול. ווייל אפשר אין פאריגען גילגיל איז די מעשה געווען פארקערט. און יעצט דארף איך עס מתקן זיין. ס'האט מיר גארנישט געפעלט מיט מיין פארמאכטן קאפ. אבער באשר הוא שם צו זאגן אז ס'איז געשמאק די אלע זאכן פון זינגן זמירות און זיך ארויסרייסן פון בעט 4 אזייגר פארטאגס. ווען מ'גלייבט אז מ'טוט גארנישט אויף. דאס לייגט זיך מיר נישט אויפען שכל. בפרט ווען ס'איז דא נאך זאכן וואס פארלאנגט זיך אלצ גלויביגער נישט אלעס איז אזוי שיין און גרינג ווי א מנוחה ושמחה. איך זיך נישט צו ווערן א כופר אדרבה איך זיך מיין אמונה צוריק. אבער נישט וואס מיינע מחנחים האבן מיר איבערגעגעבן ווייל דאס וואלט אברהם אבינו אויך נישט מקבל געווען. איך לאז מיך ארויס אויפן וועג זיכען דעם ריינעם "אמת" (אויב ס'איז דא)

אנונימי אמר/ה...

חיים פאטאק,

פון דעם בילד וואס שאפט פון קטלא קניא'ס שרייבן לאזט זיך דרינגען, אז דיין שיטה איז פאר אים נישט קיין טרייסט, און דיין מהלך - קיין אלטערנאטיווע. פאראן מענטשן וואס ווילן דווקא יא וויסן "וואס" און "על מה ולמה".

בן עמי

אנונימי אמר/ה...

מ'קען גלייבן אין גאט און נישט גלייבן אין יודישקייט
מ'קען אפילו גלייבן אין יודישקייט און האבן געוויסע קשיות

אנונימי אמר/ה...

צינד א ליכט, ר' אפרים'ס יארצייט

אנונימי אמר/ה...

כ'ווייס נישט צו הדר אויף א אתרוג איז א מצוה, אדער נאר א הידור מצוה, אבער איך האב קיינמאל קיין שטארק דגוש נישט געלייגט דערויף, ס'האט מיר נישט געשטערט א פשוטע אתרוג,

דעיס יאר האט מיך גאט באשטראפט מיט א אתרוג וואס קוקט אויס ווי מיין פאריעריגע אתרוג חמשה עשר בשבט.
כ'האב עס אזוי באקומען פון מורי חמי שליט"א ער האט שוין אפי' געפרעגט דעם דיין צו ס'איז כשר. כ'ווייס נישט צו ער האט געזיכט א רויטע אדער שווארצע פלעק, אבער ויצא הפסק "כשר"

ווייטער ביים אויפשטעלן די סוכה האט זיך די שטן אויך אריינגעשטעלט, נו! יעדע גוטע זאך קומטעך אן שווער, כ'האב געכאפט ספלינטערס און באבאס אלל אויווער , און די סוכה איז צאמגעפאלן נאך אלע מעשיות, איך האב געטון מיינס, יעצט ווער ס'האט עס צאמגעווארפען זאל עס מוחל זיין צוריק אויפשטעלן. אז נישט עס איך אין דיינונג רום דעיס יאר.

גוט יו"ט

אנונימי אמר/ה...

איך האב געטון מיינס, יעצט ווער ס'האט עס צאמגעווארפען זאל עס מוחל זיין צוריק אויפשטעלן. אז נישט עס איך אין די גרויסע קרעטשמע-סוכה אלע סעודות דעיס יאר.

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1616930

אנונימי אמר/ה...

Esther Esther where are you? i can't reach you, where are you?

אנונימי אמר/ה...

Hey Dude! quit writing?