עולם הפוך ראיתי. מאַדאָנאַ גיט ארויס אַ סי.די. מיט אַ נאָמן געבאָרגט פון תלמידי בעל־שם, ווידוי ביים רקידה, און ליפא באָרגט זיך פון דער שוועדישע גרופע אַבאַ, און זינגט חלום חלמתי, אײַ האַוו אַ דרים בלע"ז. אָבער אָנצוהייבן אַ סי.די. מיט רבותי מיר וועלן בענטשן וואָלט זיכער נישט אײַנגעפאַלן פאַר מאַדאָנאַ ווײַל אפילו על פי קבלה איז עס נישט אויסגעהאַלטן.
אַ סעודה, וואָלט ליפא געמעגט וויסן, הייבט מען אָן מיט לייגן אַ האַנטעך איבערן פלייצע, מען כאַפט אָן דאָס טעפל מיט איין האַנט און מיטן אַנדרען האַנט טרוקענט מען דאָס הענטל, מען פילט אָן דאָס טעפל מיט וואַסער און מען לאָזט דאָס וואַסער רינען, מען רײַבט די פינגער פון דער פרײַער האַנט אויפן האַלץ אונטערן קרוגן אַז זיי זאָלן זײַן טמא אָן קיין שום פקפוק, מען פאָרעמט די פינגער כאילו מען כאַפּט עפעס אָן און מען גיסט אויף זיי אַרויף דריי מאָל וואַסער, יעדער מאָל אַ דריטל טעפל, דערנאָך פילט מען ווידער אָן דאָס טעפּל און איידער מען חזרט עס איבער אויפן אַנדרען האַנט דרייט דער נאָך נישט געוואַשענער האַנט אויס דאָס וואַסער, מען גיסט אָפּ דער צווייטער האַנט און עס קלינגט אויס דער קלינג פון מעטאַל אויף מעטאַל ווען מען לאָזט אַראָפ דאָס טעפל אינעם אָפּגאָס אַרײַן, מען הייבט אויף די צוויי נאַסע הענט צוזאַמן מיט די אויגן און מען זאָגט שאו ידיכם קודש וברכו את ה´ ואשא כפי אל מצוותיך... און אַז עס שטייט אַ קינד בײַ דער זײַט פליקט מען אויף זײַן פנים טראָפּן וואַסער פאַר מען גיט אַ צי דעם האַנטעך אויף זיך אָפצוטרוקנען די הענט.
אָט אַזוי הייבט מען אָן אַ סעודה נישט מיט הב לן ונברך.
פאַר אַ ווײַטערדיקע רעצענזיע לייענט אָט דאָ...
יום שבת, פברואר 25, 2006
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
תגובה 1:
שלום עליכם וואלט זיך באלעקט די פינגער מיט ליפא'לען
עס שטוינט ווי האט א בחור'ל אין פארמאכטען סקווער האט קענען געלערנט די שפראך
הוסף רשומת תגובה