יום שלישי, מאי 30, 2006

בימיו נפלגה הארץ

עולם, עס איז ביטער ווי גאַל. עס האָט מיר אַ לייענער געשריבן צו פרעגן צי איך האָב פענסיאָנירט? שיין זע איך אויס, מען גייט שוין מקבל זײַן דער תורה ואני אנה אני בא? זײַט די פורים גראַמן האָב איך קיין דבר שבקדושה נישט אַרויס געזאָגט פון מויל. די צוויי ציגעלעך וואָס איך האָב פורים אָפּגעשפּעט האָבן אין מיר נקמה גענומן און זיי זענען ביידע געוואָרן רשכּבה"גן, אַלעס אין דער זכות ווײַל זיי זענען געווען פון די נעלבים ואינם עולבים, און מיר זענען מקיים שתיקין באדישתא, מיר האָבן זיך גענומן שווײַגן מיט אַ שטומעניש.

דער אמת איז, מורי ורבותי, אַז עס איז גאָרנישט אזוי פשוט. ראשית כּל, איז שתיקין באדישתא טײַטש אַז מען קען שווײַגן מיט אַ שטימע. צייטונגן געפונען נישט קיין ווערטער אויפן גרויסן פאַרלוסט און זענען צען מאָל אַזוי דיק ווי געווענדלעך, און אויף וועלכע הספד איך בין נאָר נישט געגאַנגן האָט מען אָנגעהויבן ווי עס לאָזט זיך נישט רעדן און מען געפונט זיך נישט דער צינג און דערנאָך האָט מען אויפגעהאַלטן דעם עולם ביז די שפעטע שעות.

וגם אני בתוך הבאים, אונז האָט מען אויך מכבד געווען צו זאָגן אַפאָר ווערטער און מיר האָבן מיר זיך שטאַרק געשטעלט אַז מי אני לבא בדברים אויף אַזאַ אדם גדול, ולא איש דברים אנוכי, ובמקום גדולים אל תעמוד. וועגן כבוד הציבור האָבן מיר נישט מסרב געווען ואין מסרבין לגדול און בעל כרחו האָבן מיר זיך אײַנגעוויקלט אין אַ טלית שאולה און מיט קוימישע טריט אַרויף די שטיגן צום ארון קודש, געגעבן אַ קיש אין דער פרוכת און טשעפטשענדיק אַ תפלה האָבן מיר אָנגעכאַפט דעם עמוד מיט ביידע הענט. מיר קענען זיך פאַרענטפערן אַז עס איז געווען נאָך די שלושים וואָס בײַ משה דער עבד ה´ שטייט ויבכו בני ישראל את משה שלשים יום, ממילא נאָך די שלשים מעג מען שוין זאָגן אַפאָר ווערטער.

האָבן מיר אָנגעהויבן אַז למעשה איז דער נספד געווען פיל גרעסער ווי משה רבינו. ווײַל בײַ משה שטייט וימת משה. דער גמרא אין בבא בתרא זאָגט אַז בײַ יואב שטייט וימת און בײַ דוד שטייט וישכב, ווײַל דוד שהניח בן כמותו נאמרה בו שכיבה, יואב שלא הניח בן כמותו נאמרה בו מיתה. הייסט עס אַז בײַ משה רבינו וואָס ער האָט נישט איבערגעלאָסט אַ זין ווי אים שטייט בײַ אים וימת משה, אָבער בײַ אונזער משה וואָס ער האָט איבערגעלאָזט נישט איין זין כמותו נאָר צוויי זינען, איינס דער מטה אהרן און דער צווייטער דער שבט יהודה, איז דאָך קל וחומר אַז מען קען בײַ אים נישט זאָגן וימת.

איך האָב קוים אַרויסגעזאָגט דער געדאַנק און איך האָב באַלד געשפירט דער וואַרעמקייט פון דער סײַ דער מטה און סײַ דער שבט. ממש שבטך ומשענתך המה ינחמוני. איך האָב נאָר געוואָלט צוענדיקן, האָב איך געשריגן, אַז ווען רחבעם איז געוואָרן קעניג נאָך שלמה המלך האָבן זײַנע רײַטגעבערס אים געראָטן אַז ער מיז פירן מיט אַ שטאַרקע פויסט. האָט רחבעם געזאָגט, ´מײַן פאָטער האָט אײַך געשמיסן מיט בײַטשן און איך וועל אײַך שמײַסן מיט עקדישן´. ולענינו, 'מײַן פאָטער האָט זיך אָנגעכאַפּט זײַן דיוקנא קדישא בײַ כּל-נדרי צו אסרן רייצענדיקע פריזעטן, און איך וועל אײַך פאַרשטאָפּן די מעלער מיט גלאַט-כשרע סעלס'. מיר האָבן מיר באַלד געשפירט אַז דער מטה אהרן האָט פון די ווערטער געשעפט אַ קורת רוח ותשקוט הארץ ארבעים סעקונדעס.

מורי ורבותי, האָב איך ווידער אָנגעהויבן, מיר זענען דאָך נישט געקומן זאָגן אַ הספד אויף וועם דער צדיק האָט איבער געלאָזט ווײַל יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, זיי קענען פיל מער ווי מיר קענען וועגן זיי רעדן. נאָר וואָס דען, ימים ידברו, די טעג וואָס קומן וועלן אונז אַלע צייגן סאַראַ רשכבה"גן אונזערע דור האָט זוכה געווען. מיר שטיין אָבער דאָ מספיד צו זײַן אַן אדם גדול און דער פסוק מיט וואָס מיר ווילן אָנהייבן איז ´בימיו נפלגה הארץ.´ ווי אַ גאָר גרויסער בעל דרשן האָב איך דערנאָך איבערגעלאָזט אַ שוואַנגעדיקער הפסק ווי אַ תשעה ירחי לידהניק. איך זאָג תשעה ירחי לידה לגוזמא בעלמא. ווי תשעה? ווען ירחי? אין מלה בלשוני, איך האָב קוים צוריקגעצויגן דער צינג און עס זענען געבוירן געוואָרן ממזרים, הערט איר, ששה בכרס אחד. דער באָרד האָט מען בײַ מיר אויסגעפליקט און די פיאות אויסגעריסן. דער טלית האָט מען מיר אַראָפּגעצויגן, דער יאַרמולקע איז געפלויגן אין די לופטן, און פון די ברילן האָט מען מיר געמאַכט שברי שברים.

צו מײַן מזל איז געשטאַנען אין דער זײַט אַ כלב בן יפונה און ווי דער פסוק זאָגט ויהס כלב את העם. ער האָט געשריגן ´שאַ, שטיל, לאָטס אים אויסרעדן,´ און איך האָב ווידער אָנגעהויבן. איך האָב אָנגעהויבן מיט לכו נרננה´ס אַז מײַן גאָרגל איז פאַרלאַעזירט, מײַן צינג פאַרפרוירן, מײַן שפּײַעכץ אויסגעטרוקענט, מײַנע ווערטער אויסגעלאָפן, מײַנע טרערן זאַלצלאָז, און אַלעס צוליב מײַן דעשראָקנקייט פון דער פטירה פונעם רבין. ווער האָט געגלייבט אַז עס קען אַזוינס פאַסירן בּײַ אַ ייִד פון די עטלעכע אַכציקער? עולם, האָב איך געשטורעמט, עלה המוות בחלונינו, דער טויט איז אונז אַרויף אין די פענצטערס און מען דאַרף קויפן דאָבל גלייזינג. אונז האָבן מיר געהאָפט אַקעגן צו גיין מיטן רבין משיחן, און דערווײַל איז שוין דורך די שלשים, די איבערנאַכטיקע צדיק יסוד עולם´ס האָבן שוין דעביוטירט מיט זייערע זילבערנע קאַנטשיקעס ועדיין בן דוד לא בא.

כדי צו פאַרמײַדן שלעגערײַ אַז עס זאָל חלילה נישט זײַן יכה יוסי את יוסי האָב איך באַלד מלמד זכות געווען אַז די שטעקענעס זענען אוודאי געווען מוכן מבעוד יום ווען דער טאַטע הריני כפרת זײַן דאָכענע האָט נאָך געלעבט ווײַל קען מען דען זאָגן אַז זיי האָבן עס חלילה באַנײַט אין דער שבעה אָדער אפילו אין די שלשים? אלא מאי, איזהו חכם הרואה את הנולד, און מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת. אַז אַן עירוב תבשילין לאָזט צוגרייטן פון יום טוב צו שבת, איז דאָך אוודאי אַז מען מעג צוגרייטן אויפן יום שכולו שבת ווען מען טרעט אויף אין ווײַסע שטרימפ אויף אַ גרינעם דינסטיק. אײַ, פאַר דעם עולם גולם האָט מען געהייסן זאָגן תהילים און אײַנרײַסן וועלטן אַז מען זאָל קענען קעגן גיין משיחן מיטן רבין אין שפיץ? נו, תפלה עושה מחצה און הײַנטצוטאָג זענען דאָך דאָ נישט איינס נאָר צוויי רביס. האָב איך אויסגעפירט אַז טובים השנים מן האחד און משיח וועט אוודאי יעצט נעמן האַלב דער צייט צו קומן ווי ווען עס זאָל נאָר געוועזן זײַן איינער.

איך זאָג אײַך אַז איך האָב געזען אַז די ווערטער זענען עושה רושם, אַז די נאָזלעכער ברייטערן זיך אויס און די אויגן הייבן אָן צו גלאַנצן, בין איך אַריבער צום תוכן. אויף דעם אָבער אַ צווייט מאָל ווײַל מען האַלט שוין בײַם וקדשתם היום ומחר, און הוסיף משה יום אחד מדעתו, כלומר מען דאַרף עפעס איבערלאָזן אויף אַ צווייטן טאָג.

29 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

רעדט און רעדט ווי אן אלטע אויסגעדראשענע באבע
איי עם סארי, פון אזא גיטען כותב אזוינע שטותים, פשוט איין ווארט קלעבט נישט מיט'ן צווייטען, פלעגסט דאך זיין אזוי זיס קטלא קניא
קוקסט שוין באלד אויס ווי איינער א פראפעסער וועם מיר אלע קענען, ער שרייבט אן א לאנגס און ברייטס יעדער וואך אין איינע פון די וויליאמסבורגע אומאפהעניגע צייטונגען פיל מיט הויכע אידישע ווערטער אבער אן טעם אן רעם

קטלא! וועק זיך אויף, מיר ווייסען די ביזט א בר הכי, שרייב עפעס גיטס

אנונימי אמר/ה...

לייג דיין זייטעל ליבערשט שלאפען ווי עס אנפאטשקען מיט די נארישקייטען

געווען אמאל א צייט וואס די האסט געשריבען אז א מחי' איז געווען
היינט האסטו געשריבען אן א ציהל אן א שמעק פון חן. ווי איז דיין קאפ ווי איז דיין מח

אברמל דער יידישיסט אמר/ה...

קטלא קניא איך האב געבענקט נאך דיר א לאנגע צייט.טו דאס נישט צו איירע חסידים.די עולם קעננישט ווארטן ביז ערב ר"ה.שרייב אפטער ותחי רוח העם הזה

אנונימי אמר/ה...

Yiddish satire of superior quality - Katla, you're the best

Anonymous1: please stop blaming KK for your lack of comprehensive skills; if you want Dan Brown don't look for it in Charles Dickens. Thanx

אנונימי אמר/ה...

Yes Katla you are still the best !! we want more
and not more of those garbadge, give us some good stuff !! like the good ole days.
for this Shtink we can read Der Yid

chaim אמר/ה...

katle"
thanks for coming back,we really
missed you,hope you wont let us wait for another 3 months with your next blog

אנונימי אמר/ה...

קטלא,

ביטע לייג א לינק צו אידיש וויקיפעדיע.

עס איז יעדן'ס פלאץ, ווי יעדער וואס קען שרייבן יידיש ווערט דארטן אריינגעלאזט .

ייש"כ

אנונימי אמר/ה...

yi.wikipedia.org

אנונימי אמר/ה...

קטלא, לייג "נישט" קיין לינק צום וויקי, עס ווערט אנגעפירט דורכן טרויערדיגן באוואוסטן אבישי. יעדער געדענקט נאך ווי נאך יעדע פאוסט האט געפיהלט פאר וויכטיג צו איבערלאזן עפעס אזוי: "קטלא דו שייגעץ הער אויף צו שרייבן. קומסט אלע אין די מאסן צו מיין בלאג" ישר כח

Shira אמר/ה...

Katle,
Glad you're writing here again.

yi.wikipedia.org אמר/ה...

אויב איז אמת אז דער אבישי האט זיך מתחצף געווען פאר קטלא קניא, און אז דער טרויריגער בארימטער אבישי פירט טאקע אן דעם וויקיפעדיע, איז פארשטענדליך אז קטלא קניא האט אויף אים א שווער הארץ און לינקט נישט אהין.

אבער איך גלייב שווער אז קטלא קניא מאכט זיך צוטאן פון איינעמס פריוואטע בלאגיסט'ס ווערטער, ער פארשטייט דאך די מעלה פון פרי ספיטש און חרדים וואס געבן זיך אויס אביסל אויף זייערע אייגענע פריוואטע בלאגס. סשווער צו גלייבן אזעלכע קינדערישע גראזשעס אויף אזא קלוגן מענטש ווי קטלא קניא.

איך האלט דא ליגט עפעס מער טיפערס: וויקיפעדיע איז דאך א פרייע פלאץ, קיינער קען דאך קיינעם דארטן נישט באשמוצען עס איז דאך נישט קיין פריוואטע בלאג.?

עס קוקט מיר אויס אז קטלא קניא איז א היידפארק שרייבער וואס ארבייט פאר די ארונישע פראפעגאנדע פאר הייד פארק, קוקט אן ער לינקט צו היימישע קרעשטעמע און נאך פון די ארונישע היידפארק פארום'ס. פעך. עס איז א עקל אז אזא קלוגער מענטש ווי קטלא זאל לינקן צו אזאלכע בעיבישע סייטס.

אבער צו א וויקיפדיע יידישער אפענער סייט ווי יעדער איינער וואס קען אידיש שרייבן איז דארטן וועלקאם. אן קיין צענזור, פון דעם האט ער מורא. נעבעך...


נאכאמאל אידן פארצייכענט אייך די אדרעס וואס קטלא קניא וויל נישט איר זאלט וויסן ווייל ער דולד נישט אייער מיינונג ביי אים איז נאר גוט סייטס מיט צענזור.

yi.wikipedia.org

געדענקט: וויקיפעדיע האט צען מנהלים און אויב איינער מעקט ווערט ער ארויסגעווארפן און אויס מנהל, דאס איז וואס עס באדערט פאר קטלא קניא.

אידישער וויקיפעדיע אמר/ה...

http://tinyurl.com/gx3cf

גייט אריין אין דעם לינק וועט איר זעהן אז דער וויקיפעדיע האט גארנישט מיט אבישי, איך ווייס פאר א פאקט אז אבישי איז היינט צוטאגס שוין געשטארבן.
\
ער האט געהאט קענסער און ל"ע אונז איבערגעלאזט.

יעדער איינער וואס קען אידיש איז געלאדענט צו בויען דעם וויקיפעדיע, דאס איז אייער אייגענטום, קיינער קען אייך נישט איינטיילן וואס איר מעגט דארטן שרייבן. עס לאנג עס איז אמת.

אנונימי אמר/ה...

ויאמר אבישי
ערשט יעצט תיקון ליל שבועות האב איך באמערקט דיינע נייע שטותים והבלי עולם
איך בין נישט וויקפידיע און וויקפידיע איז נישט אבישי

יעצט לענינינו קטלא, דו ביזט א פשוטער מטורף פארן זיך מישן אין סאטמארע געקעכץ, גיי צוריק שלאפען און לאז מנוחה

הק' אבישי28

אנונימי אמר/ה...

אבישי סאיז נישט דיין געשעפט וואס קטלא וויל אדער טוט. אז ער וויל ארויסזאגן זיין אייגענע מיינונג וועגן סאטמאר פארוואס זאלסטו אים טעראריזירן און נישט לאזן ארויסרעדן א ווארט?
ווערט דאס אנגערופן אומצענזור און אזוי באהאנדעלסטו ווער עס שרייבט ביי דיין וויקפידיע? מען מוז שרייבן נאר ווי דיין פארגרויליגט הארץ האט באפוילן?
לאז שוין אפ דיין סאמאריסטישע בלוט און לייג נישט יעדן אונטער דיין שמוציגער שטיוועל.
קטלא איז די בעסט. און קיינער האט נאנישט אזוי גוט ארויסגעברענגט די סאטמארע שיט אזוי ווי ער דא.
יעדע שורה איז מלא תוכן און קום נישט מיט מיליאנען נעמען אים צו באשמוצן און אוועקקלאפן אז דערנאך זאל ער מער נישט שרייבן און אונז אזוי הערליך מהנה זיין
טענקס אין עדווענס.

אבישי אמר/ה...

צו אלע טייערע אבישי'ס,

בארואיגט אייך אלע.

קטלא קניא האט גארנישט קעגן אייך פערזעהנליך. וויקיפעדיע איז דאך זיינס פונקט ווי אייערס קיינער איז דאך נישט בעל הבית עס איז דא מיליאנען באנוצער, וויקיפעדיע איז למעשה די גרעסטע סייט פון באנוצער. און 13'טער מערסטע געליינטער סייט.

עס פשוט פארוואס קטלא וויל נישט לינקן צו וויקיפעדיע.

אלס א מייסטער שריפט שטעלער און היסטארישע טראכטער קען ער נישט צוקוקען אז אנדערע נעמען זיך די פרייהייט פון שרייבן און דרשנען. אזוי ווי איינשטיין וואלט נישט געלינקט צו עפעס א שטונקער וואס פארקויפט סייענס. אזוי קען נישט קטלא קניא זיך ערלויבן צו שיקן טראפיק צו וויקיפעדיע וואס יעדער שטונקער ווערט דארטן דערלויבט צו רעדן.

ער מיינט נישט קיין איין אבישי ער מיינט זיך זעלבסט

אנטוישט אין אידיש וויקי אמר/ה...

קטליא, איך פארגין זיך זעלטן דיך צו קאמפלעמעטירן, געווענליך ווייל איך גלייך נישט ווען מ'גרייפט אן גאט.

זייענדיג א סאקמאר'ע חסיד גלייך איך אבער יא ווען מ'האקט שטיקער פון חסידות, פארטייען אדער קולטס, אפי' ווען דאס רעכענט אריין מיין אייגענע. סאו, ישר כח.

צו די וואס פארפירען לטובות די וויקיפידע, און שפעקעלירן פארוואס קק לינקט נישט צו איר: איך קלער אז קק איז אינגאנצן נישט אנציקט, אדער שעמט זיך גאר, מיט די אינטעלעגענץ פון די אידישע וויקיפידיע.

זייענדיג זעלבסט א שרייבער אויף די ענגלישע ווערסיע וויקיפידיע, ,האב איך געקלערט אויך צו שרייבן אויף די אידישע, אבער מיין אפעטיט איז מיר פארגיינגען שנעלער ווי ס'איז געקומען.

בליקענדיג דארט האב איך געזעהן אז בלויז רעגעסטרירטע שרייבער זענען ערלויבט צו שרייבן, און אויך נאר נאך עטליכע טעג. איך קען מיך שוין פארשטעלען וואספארא געצוימטע געמיינדע עס פארמאגט.

אבער בעיקר האב איז זיך פארגרוילט פון איר תוכן.

אינדערצייט וואס איך בין געווארן עדיקטעד צו די ענגלישע וויקי, ווייל עס ערלויבט מיר צו נעמען אורלוב פון מיין ביהמ"ד און מקוה, ווי יעדעס צווייטע ווארט איז זאלי, ארויני, שגץ טרענער אא"וו, איז אבער די אידישע וויקיפידיע נישט מער ווי "נאך א מקוה" ווי מ'הערט (ליינט) די זעלבע שטותים.


ווען איר גייט עפעס אויפקוקן אויף קהל וחסידי ד'אידיש וויקיפידע, ברויכט איר וויסען אז דארט וועט איר געפינען נאר די מיינונג און פערספעקטיוו פון א געצוימטע, אומגעלערענטע פאר שרייבער (אויב דאס קען מען זיי יאר אנרופן). אבער צו א ענצייקלעפידיע, ווי בלויז אינפארמאציע מיט א באגלייבטע מקור האט פלאץ, קומט דאס נישט צו.

די אידישע וויקי קומט אפי' נישט נאך די סטאנדארטן פון וויקי זעלבסט, כידוע פאר די וואס זענען באקאנט מיט די וויקי סייט.

איך וואלט געזאגט פאר קק, לייג "יא" א לינק צו וויקיפעדיע - צו די ענגלישע!

אבישי אמר/ה...

אנטוישט אין וויקי,

פון דיין הודעה קוקט אויס אז דו האסט פארגעסן די יסודות פון וויקיפעדיע, דאס הייסט אז אויב דו וועסט אויסוועלן נישט צו שרייבן דארטן דיין הויכבאשפריטצטער אינטעליגענציע, וועט עס פארבלייבן ווי ביז איצט. אנשטאט זאלסט אנטלויפן ווארט מען אויף דיר זאלסט דאס העלפן ארויפברענגן אויף א הויכע ניווא.

און דאס איז שוין א פרעכער ליגענט, יעדער איינער קען שרייבן אין וויקיפעדיע, מען דארף זיך אבסאלוט נישט איינשרייבן, סאיז דא 2 אדער 3 ארטיקלן וואס זענען זייער סענסעטיוו די טעג און מ'שלאגט זיך ארום איבער זיי האט מען דאס פארשפארט צייטווייליג אז נאר איינגעשריבענע זאלן דאס קענען טוישן. און איינצושרייבן דארטן 10 סעקונדעס.

די איבעריגע 2000 ארטיקלן זענען נישט פארשלאסן און יעדער איינער קען און איז אויפגעפאדערט איר צו פארברייטערן און ענדערן.


yi.wikipedia.org

פון די אנטוישטע אין וויקי אמר/ה...

גערעכט, נאר עטליכע ארטיקלן ווי די גאנצע חסידיש'ע מקוה נייעס ווערט אריינגעגאסן אן דאס מינדיסטע פעקט טשעקינג, און קיינער קען דאס נישט טשאלענדזשן ווארום ס'איז דאס פארמאכט פאר די אלגעמיינע פובליק. די נאטריליטעט פון די מנהלים ווערט דאן געלייגט אונטער א פראגע צייכן, כאטש דער ארטיקל ווערט באצייכענט אלס נאטראל.

ס'איז נישט משנה וואס מיין 'הויכבאשפריצטע' מיינונג איז, כ'האב בעיקר געזאגט אז אויב אנטשוישט איז די סיבה פארוואס קק לייגט נישט קיין לינק דאן פארשטיי איך אים.

דרך אגב, דיין וואקעבילערי, ווי למשל 'הויכבאשפירצטער, גיט אונז א קלו איבער דיין אינטעלעגענציע און אירע מקורות...

Avishy אמר/ה...

נאכאמאל קלאר שטעלן דער הויכבאשפריצטער חכם איז אויך א שקרן א ליגענער קיין איין ארטיקל איז נישט פארשפארט, אחוץ 3 פון 2000 און זיי זענען טאהש, צוליב שטארקע מחלוקת איצט דארטן. ר' זלמן לייב טייטלבוים, און זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים צוליב היציגע מאמענטן איצט אין סאטמאר וואס מאכט אז ביידע צדדים זאלן זיך רייסן אן אויפהער, און אפילו די 3 ארטיקלן זענען נישט פארשלאסן פאר קיינעם נאר פאר איי.פי. אדרעסן. עס נעמט 10 סעקונדעס זיך איינשרייבן, און יעדער באנוצער קען העלפן פארעכטן מעקן און צולייגן נייע אינפארמאציע, קיין איין מנהל קען קיינעם נישט בלאקירן אדער אפילו רודף דאס איז דער זעלבער סיסטעם פון אלע איבער 200 הונדערט שפראכן פון וויקיפעדיע,

און אז איינער זאל קלאר רופן צו בויקאטירן דאס אידיש שפראך וויקיפעדיע מיט אפענע "ליגענט" אז מען בלאקירט מענטשן, ווייזט זייער אסאך אויף זיין הויכבאשפריצקייט, אז ער וויל נישט מען זאל האבן א יידיש שפראך וויקיפעדיע נאר אן ענגליש, מיר אידן רעדן אידיש און מיר ווילן אויך קענען האבן א וויקיפעדיע.

גייט אריין אינעם אדרעס און זעהט וואספאטראט שקרן דער הויכבאשפריצטער איז.

yi.wikipedia.org

אבישי28 אמר/ה...

אנטוישט אין ווויקי,

דו מאכאסט א בראטל פון דעם וואוקעבולערי פון אבישי אז ער האט דיך באטיטולט "הויכבאשפריצטער" : דאס מיינט פשוט אז פון דיין פארקויפן ליגענט דא כדי צו פארטרייבן אידיש רעדענדיגע אידן פון וויקיפעדיע, זיי זאלן נאר גיין צום ענגלישן. ערקלערסטו אז דו טראסט נישט פרייהייט פון ווארט פאר אונז אידיש רעדענדיגע אידן.

איי דער אידישער וויקיפעדיע האט דאך דער זעלבער סיסטעם ווי דער ענגלישער דהיינו, אז קיינער קען נישט ווערן בלאקירט און יעדעס מיינונג איז אייניג?

אויף דעם איז דער תירוץ "הויכבאשפריצטקייט" און דו באהאלטסט דאס נישט אז דו טראסט אונז נישט מיט שרייבן, נאר אין ענגליש איז דיר גוט.

דו ביסט גערעכט אז ''דערווייל'' ווילאנג דער רבי קטלא קניא בויקאטירט דעם אידישן וויקיפעדיע, איז דער ניווא און סטאנדארט גאר ארים, סיי באיכות און סיי בכמות, אבער מיט דעם בויקאטירן טוט מען אויף איין זאך סזאל ווערן נאך ארימער, דערווייל וואקסט דאס מער פון אייביג און דאס אז קטלא קניא זאל נישט וועלן העלפן צום וואוקס, פון א פלאץ ווי יעדער איד קען זיך ענדליך אראפזעצן און שרייבן וואס ער זעהט און לעבט אן קיין צענזור פון רבנים און פאליטיקער, איז זייער וואונדערליך

הויכבאשפריצטער ליגנער... אמר/ה...

אבישי, שטעל קלאר דאס איינע פראגע.

אויף אלע אנדערע 200 שפראכן, ערלויבט וויקיפידיע צו שרייבן אז ראובן האט געטרענט מיט גיטל, אנע אנגעבן אן מאסגעבענד מקור?

וויאויך, לויט די רעגעלאציעס פון וויקיפידיע, וואס קען אנגעריפן ווערן א מאסגעבענדע מקור? קען איך שיך שווערן ביי די מצוה אז בעיני ראיתי?

אלס עקספערט אויף וויקיפידיע, אין אלע 200 שפראכן, אפשר ענטפערסטו די פראגע, רואיגערהייט?

די גלייכסט נישט אז איך קען זיך אויס אין וויקיפידיע, נאך איידער די אידישע איז געבוירן געווארן?...

ליגנט:פרייהיט פון ווארט אמר/ה...

אבישי28:

האסט מיך ליידער זייער שלעכט פארשטיינען.

איך האב נישט דאס מינדעסטע פראבלעם מיט פרי ספיטש. איך האב נישט קיין פראבלעם מיטן פארום היידפארק.

איך האב א פראבלעם ווען מ'פארקויפט פארן עולם אז אידיש-וויקי איז אן ענצייקליפעדיא אינדערצייט וואס עס איז -דערווייל- א פשוט,ע פארום ווי אומבאשטעטיגטע קלאנצן ווערן געשריבן ווי פאקטן.

אמת דער ניווא דארט איז זייער נידריג, פארדעם ראט איך דעם עולם: אויב ווילט איר פלעטשעקן און פרעפלען, דאן גייט צו די אידישע וויקי; אויב אבער ווילט איר ידיעות, דאן גייט צו די ענגלישע!

אויף היידפארק, אדער אויף אנדערע בלאג'ס און פארום'ס, מעג יעדער זאגן וואס אימער ער וויל, צוליב "פרייהייט פון ווארט". אויף וויקיפידיע, מעג מען שרייבן בלויז באשטעטיגטע ענינים, צוליב "פרייהייט פון פאלשע ידיעות"

אבישי, איך ווארט נאך אלס אן ענטפער אויף מיין פראגע, בנוגע די רעגולאציעס פון וויקי.

avishy אמר/ה...

טייערער הויכבאשפריצטער חכם.

דער ענגלישער וויקיפעדיע האט מיליאנען ארטיקלן און מיליאנען באטייליגער. דער עברית האט ווייניגער און דער אידישער האט נאך ווייניגער.

קיין איין וויקיפעדיע פון די 200 שפראכן קען קיינעם נישט בלאקירן, און קען נישט קיינעם באשמוצן אז ער טרענט ארום .

אויב איין וויקיפעדיע טוט ברעכן איינע פון די 2 הויפט יסודות אין אינפארמאציע ווערט זי פארשפארט אין איבערגענומען דורך גרעסערע פירער פון אנדערע שפראכן.


דער אידישער וויקיפעדיע האט דערווייל איבער 10 מנהלים, וואס פאסן אויף אז קיינער זאל נישט ווערן בלאקירט פון אנדערע מנהלים, און קיינער זאל נישט קענען באשמוצען קיין יחיד.


אויב האסטו באמערקט אז איינער האט באשמוצט א יחיד און עס איז נישט אויסגעמעקט געווארן, איז דאס בלויז פאר איין סיבה קיין איינער האט נאך נישט אויפגעמערקט איינע פון די 10 מנהלים. מען זאל דאס ווארענען דעם באנוצער וואס האט דאס געשריבן און אים אויספרעגן וואס און פארוואס האט דאס פאסירט און פארעכטן.

די זאכן מאכן זיך אין אלע וויקיפעדיע'ס און עס נעמט אביסל צייט ביז איינער באמערקט.

אין קיין וויקיפעדיע איז נישט ערלויבט ליגענט און נישט לשון הרע. אחוץ אויב יענער איז פובליק אין די לשון הרע איז נוגע צו יעדן.

דו ביסט א פרעכע שקרן וואס יעדער איינער קען זיך גרינג איבערצייגן, אבער דיין "הויכבאשפריצטקייט" פון נישט צולאזן דעם אלגעמיינעם אידיש שרייבער וואס איז נישט אזוי אינטעליגענט און הויכבאשפריצט ווי דיר ער זאל אויך מעגן שרייבן, האט דיך געטריבן צו שרייבן ליגענט וואס יעדער איינער קען זיך אין א סעקונדע זעהן אז דו ביסט א שקרן.

קיין איינער איז נאך נישט געבלאקט געווארן דערווייל. פאר מער ווי א וואך זינט די גרינדונג פון וויקיפדיע און קיין איין ליגענט איז נאך נישט איבערגעלעבט דורטן די נאכט. אויב עס איז געווארן אויפגעמערקט פאר א מנהל.

דער עולם ווערט געבעטן צו זעהן פאר זיך אליינס.

yi.wikipedia.org

נ. חסיד אמר/ה...

יסכר פי דוברי שקר.

אין די בייגעלייגטן לינק זעט מען קלאר ווי דער טרויערדיגע בארימטע אבישי האט יא מיט די וועקיפידיע


http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1951965&whichpage=1

אנונימי אמר/ה...

N. Chasid,
All I saw there was that he edited something in Wikipedia. Anyone can edit in Wikipedia. Just try it out!

אריגינעלער נ. חסיד אמר/ה...

עפעס א גונב נפשות האט מיר באגנב'עט מיין נאמען.
פלניא גזלנא!

חסידישער_יודישיסט אמר/ה...

א חרפה און א בושה, ווי קליינע קינדער שלאגט מען זיך, קטלא אין זיין בלאג האט די עקסקלוסיווע רעכטן יא-נישט צו לייגן לינקס צו סיי וועלכע פורום ס'שמעקט אים

אנונימי אמר/ה...

קטלא רניא, די ביסט אונז מחיה יעדן איינציגען מאל מיט דיינע פערל ווערטער וועלכע ווארפען מיר אראפ פון בענקל לאכענדיק.

חזק ואמץ! חילך לאורייתא! האלט אן דאס מלאכת הקודש ווייטער. די ביסט אונזער העלד אין דעם ביטערען גלות.

אנונימי אמר/ה...

קק, נישטא קיין בעסערס ווי דיר. זאפטיג און צום זאך. די אלע וואס רעדן זיך אפ זענען ליידער נישט פעאיג צו פארשטיין א גוט שטיקל געשרייבעכץ...

דער צעדרייטער אבישי, אדער הערש וואלף קרויס, איז שוין ברוך השם אפגעשטארבן.