יום שישי, אוגוסט 04, 2006

לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב, זאָגן אונז די חז”ל. און וואָס איז די שמחה? שבהן בנות ישראל יוצאות. קאַרג נאָך תשעה באב, דער טרויעריקסטער טאָג אין אונזער לוח, און באַלד וויל מען מקיים זיין עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה. טאַקע ווייל נאָר ביי אונז אידן זענען שבת חזון און שבת נחמו שכינים. טאַנץ, אָבער צוברעך אויך אַ טעלער; קלאָג אָבער דו ביסט פּטור פון אַ תפילין ביי שחרית...
www.algemeiner.com/generic.asp?id=2050

7 תגובות:

Yoelish אמר/ה...

גאנץ טיפיש, אנע באזונדערע חידושים, אבער דאך גיט.

איך ווארט נאך צו הערן וויאזוי דו וועסט טאקע רעאגירן "ווען דיין זון וועט אַהיים קומען מיט אַ ספרדיש מיידל"?

ספרדיש איז לאו דוקא, לאמיר ליבערשט פרעגן וואס וועסטו טין ווען דיין זון/מיידל וועט אַהיים קומען מיט אַ קאן ארטיסט וואס איז, לויט דיין שמעק, אויסן אים/איר צו נעמן אויף א רייד?

איך ערווארט נישט קיין רעאליסטישע ענטפער וואס "די" אין דיין טאג טעגליכע לעבן וואלט געטין, ס'מעג אויך זיין טעארעטיש, ווארום איך ווער נאך נישט א כופר אויב איך שליס נישט אויס אז פילייכט שמייסטו דיינע קונדער מיט א באטש, כאטש דו וועסט דאס קיינמאל מודה זיין אין די בא'בלומ'טע ארטיקלן.

אנונימי אמר/ה...

אידישער וויקיפעדיע גרייכט 2,000 ארטיקלן צטט הודעה ערוך הודעה לינק ישיר

וויקי אדער וועקי ווי די סאטמארע משעומים רופן דאס. שטייגט און שטייגט בשעת ווען הייד פארק איז טויט. קטלא קניא און די היימישע קרעטשמע איז שוין פון לאנג פארגעסן און די ארונים און זאלוינים זענען צוריק צו די ארבייט אין זייערע שוואנצנות דינסט פון די פארטייאישע צייטונגען וואס קיינער ליינט נישט.
וואקס און בליעט אויף דיעם אינטערנעט, יא איר הערט גוט, אויף דעם טריפה'נעם טמא'נעם פלאץ וואס די נארישע פירער ווילן אייך נישט לאזן ארויפגיין, צוליב זייער פארכט אז איר וועט עפעס געוואר ווערן וואס זיי ווילן אייך האלטן פארטעמט און פארשטאפט פארשקלאפט און פארהאקט, פאריאגט און פארטרוקענט. יא דא בדווקא וואקסט א ווינקל פון אינפארמאציע חינוך און דעת וואס וועט זיין א ישועה פאר אנוזערע קינדער און קינדס קינדער לדעת את הדרך אשר ילכון בה, דער אידישער וויקיפעדיעוואס קיין איין רב , גבאי, בנשק און רעדאקטאר קען אייך נישט איינטייללן וואס מען מעג ליינען און וואס נישט.

אט דער דאזיגגער אידישער וויקיפעדיע האט געגרייכט אבער צווייי טויזענט ארטיקלן.
יצאו עיניהם של הפאליטיקאנטן ודיקטאטורן. וימותו הקנאים. ועם ישראל חי! חי וקים לעד ולנצח נצחים. אמן סלה!
yi.wikipedia.org


קטלא קניא וועט קיינמאל נישט לינקן צו וויקיפעדיווייל ער וויל נישט אז חרדים זאלן אנדערשט טראכטן וואו אים דאס דינט אים זייער גוט אין זיין צינישן ליידיגן לעבן צו האבן שטאף חוזק צו מאכן פון זיינע ברודער און שוועסטער אלס א פאנאטיק פאלק

אבער וויקיפעדיע וואקסט טראץ קטלא'ס כעס דעריבער איז ער טויט לעצטענס.....

ברוך ה' פאר דעם

אנונימי אמר/ה...

ממש צוויי טויזענט? אדער אזוי ווי די גלות? שוין באלד צוויי טויזנט יאר וואס מ'זאגט באלד צוויי טויזנט יאר.

אנונימי אמר/ה...

רבותי א שמחה! אידיש וויקיפידיע האט געגרייכט צוויי טויזנט ארטיקלען!

איר ווילט אוודאי וויסן וואספארא ענין (סובדזשעקט) פארמאגט דאס מערסטע ארטיקלן דארט?

מעדעצין? נע, איז דען פאראן דאקטארים וואס שרייבן אידיש?

געזעץ? נא, וויפיל אדוואקאטן קענט איר וואס שרייבן אידיש?

וויסענשאפט? היסטאריע? פיזיקס?! אסטרענאמיע? ארכיטעקטור? ביאליגיע? עדיוקעשאן? גאווערענמענט? קרימינאל יוסטיץ? וויפיל אידישע רעדנער זענען דען מומחים אין די געביטן אז זיי זאלן קענען שרייבן אן ארטיקל דערוועגן?

נו, דאן וואס יא?

איך וועל אייז אויסזאגן א סוד. ניינציג פראצענט פון די "צווי טויזנט ארטיקלן" רעדן זיך פון שמוץ מיט חזרריי: סעקס בלע"ז. צו דעם ברויך מען נישט קיין דעגרי, דעפלאמע און אפי' נישט עלעמאנטרי סקול. ס'איז כל הרוצה ליטול את השם קען פלאטשקען אין ניוול.

די איבריגע צען פראצענט באשטייט פון קהלה'ישע, חרדי'שע און חסידות'שע פאליטיק. וואס אויך דאס קאן יעדער חדר אינגעל, נאך איידער מ'גייט טאג טעגליך אין מקוה (די אונעווערסיטי פון חסידיש'ע פאליטיק).


ס'פארגייט אייך שוין די אפעטיט צו ליינען אידישע וויקפידיע? וועלקאם!

אנונימי אמר/ה...

איך האב גענטפערט פארוואס דער סייקא-פעדיע איז א שקרן.

אבער דער "גיבור" קטלא קניא" האט דאס אפגעמעקט.

סאו איר זאלט אים נישט טראסטן נאר באזוכט אליינס דעם זייט זיך צו איבערצייגן.

yi.wikipedia.org

אנונימי אמר/ה...

קטלא דער גיבור מעקט

זאל ער קענען נאך מעקן

yi.wikipedia.org

shlomohamelech אמר/ה...

I just checked out the Yiddish wiki for their scientific articles and I cannot stop laughing. The author has no clue what he is writing. If this is what wiki is all about, then we must enforce the issur against the internet.