יום שני, אפריל 07, 2008

הוציאם אלינו ונדעה אותם...

חלילה צו פאַרגלייכן אַן עיר ואם בישראל ווי לייקוואָד צו סדום. כאָטש ישעיה הנביא האָט יאָ אָנגערופן מנהיגים פון עם ישראל אָפיצירן פון סדום קען מען עס אַלץ נישט זאָגן אויף לייקוואָד. אין ישעיה הנביאס צייטן זענען נישט געווען תלמיד תורהס וווּ מען האָט נישט אָנגענומן קינדער וואָס די עלטערן האָבן אינטערנעט און אין ישעיהס צייטן האָט מען נישט געהאַט אַ וועד צו פאַרזיכערן אַז קיינער זאָל נישט זינדיקן. און טאַקע פאַרדעם האָט ישעיה געזאָגט אַזעלכע שרעקלעכע זאַכן. ווען ער וואָלט נאָר געהאַט אַ וועד וואָלט ישעיה אויסגעזען ווי דער המודיע און קאַפּיטל נאָך קאַפּיטל וואָלט געשטאַנען וואָס פאַר אַ געוואַלדיקער פאָלק מיר זענען און אויף אַלעס זענען די גויים און פרייע שולדיק. ירמיה וואָלט אויך געהאַט גם זו לטובה און אַבי נישט ערגער אויף יעדער בלעטל. איז חלילה סדום קען לייקוואָד לכאורה נישט זיין כאָטש צי עס איז עמורה דאַרף מען מעיין זיין.

דאָס פאָלגענדער שטיקל פון וואָס איז נייעס וועגן אַ מאָדערנער גבעוני האָט מיר אָבער געמאַכט זיך מתבונן זיין. איך מיין ביי אונז איז מען אויך מקרב ייִדן אָבער קער נעמן פון אַ גאַסט פנים ואחור דאָס איז שוין טאַקע אַ חידוש.

"They took care of him panim v'achor," says his former Partners in Torah study partner, who was taken in by Mr. Floyd's convincing act for over six years, he told VIN News. The partner asked to remain anonymous.

נישט קיין וווּנדער ער וויל בלייבן בעילום שם!

4 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

דער קטאל קניא איז א גרויסער ארונישער טעראריסט.

ער וועט קיינעם נישט זאגן די עכטע נאמען פון זיך

אבער מאכט חוזק פון וואס איז נייעס בלאג אז ער וויל נישט ארויסגעבן זיין נאמען...

אנונימי אמר/ה...

עס איז א דבר פשוט אז דער פריערדיגע מגיד איז דער מנובל אבישי

אנונימי אמר/ה...

אנונימי, נישטאמאל נעמסטו די מי צו ליינען אז קטלא באציט זיך צו דעם 'פנים ואחור' קוואל, וואס וויל בלייבן אנאנים.

קטלא קניא אמר/ה...

פאַר ר´ טמיר ונעלם הראשון: זייט נישט בייז אַז איך מאַך קאַליע אייער שמע מינה אָבער אפשר ווילט איר זיך באַמיען אַריין קוקן אין רש"י אויף ונדעה אותם וועט איר באַלד פאַרשטיין דער סמיכות צו פנים ואחור.