לאָמיך אייך נישט ציען ביי די עצמות און לאַנג האַלטן אין סוספּענס. איך זאָג שוין וואָס האָט מיט מיר פּאַסירט: איך האָב אָנגעהויבן גיין צו אַ שרינק. פּראָסט אַזוי. ´וואָס איז?´ איך בעט אײך, זײט צופרידן איך האָב אײך אַזויפיל דערציילט און ווען דער צײט וועט זיין ריכטיג וועלן מיר ווייטער רעדן. אויף דערוייל וועל איך זאָגן אַז ווי משוגע איך בין איז זי טויזענט מאָל ערגער. יאָ, עס איז אַ זי און איך האָב מיך דווקא אויסגעוועלט אַ פרוי ווייל אַז איך גיי שוין פאַר איינעם אויסגיסן את אשר עם לבבי זאָל עס שוין זיין אויף די ווייכע פלייצעס פון אַ פרוי ווי איידער אויף די שטעכעדיקע באַקן פון אַ מאַן. פון די מלמדים מיט זייערע צינישקייט, די מנהלים מיט זייערע שלעק, די משגיחים מיט זייערע פעך און שוועבל ווייס איך שוין צו גוט וואָס צו ערוואַרטן ביי אַ מאַנספּערשוין איז לאָמיך פאַרזוכן צי ביי די נשים צדקניות איז עפּעס בעסער. אַנו, האָב איך שוין געהאַט ווייכע פּלייצעס.
איך האָב אויפגעזוכט דעם נומער און איך בין אַרויף די שטיגן צו איר ברוינע־הויז און געשטאַנען ביים אַדרעס מיט ציטערדיקע פיס. דער ווידערקול פונעם קלינג אויפן גלאָק און פון פיסטריט אויף נישט באַטעפּעכטע האָלץ האָט מיר געמאַכט זיך דאַכטן אַז דער גאַנצער גאַס הערט די קולות. איך האָב מיך באַגראָבן דאָס פנים אַז מען זאָל מיר נישט דערקענען כּאילו איך קלאַפּ ביי אַ זונה אויפן טיר. אַז איך האָב איר צום ערשטן מאָל געזען און באַנומן האָב איך געמיינט אַז איך האָב צוטון מיט אַ מכשפה. שטיין שטייט זי נישט העכער ווי פינף פיס, מאַקסימום פינף פיס צוויי און זי מאַכט פאַר מיר אויף אַ גרויסע הויכע טיר און קוקט אויף מיר כּאילו אין אַ קנאַפּע שעה, קנאַפּ לטובתה, גייט זי מיר נישט אויסזעקלן פון אַ שיבוש אונטער אַ מאה וחמישים. וואָס האָסט דו דאָ פאַרלוירן? האָבן אירע אויגן געשריגן און איר קויל שוואַרץ האָר וואָס יעדער האָר איז געווען ווי באַזונדער אויפגעהויפנט אויף נאָך א באַזונדערער האָר האָט אַ קליין טרייסל געטון.
´איר זענט ל.?´ האָב איך געפרעגט.
´יאָ, איך בין דאָס.´
´איך בין קטלא קניא און איך האָב מיט אײך אַן אַפּוינטמענט.´
אָן אַ ´קום אַריין´ אָדער אַ ´ברוך הבא, מאַך דיך היימיש´ געט זי זיך אַ דריי אויס און הייבט אָן גיין צו איר ביוראָ. איך האָבן קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט נאָר איר נאָך צו גיין אין צימער אַריין וווּ זי ווײזט מיר צו צו אַ פאַטעל. ביוראָ איז מישטיינס געזאָגט ווייל עס איז נישט מער ווי אַ סאַלאָן מיט צוויי פאַטעלן און אַ בעט, אַ פּאָר פסיכיאַטערישע ביכער, בלומען העכער אַ קאַמין, לאָדנס איבער די פענסטער או אַ טעפּעך אויף איינס פון די ווענט אונער וואָס איז געשטאַנען דער בעט. אַ בעט מרמז זיין וווּ מען קומט אָן ווען דער פאַטעל ווערט צו האַרט, בפרט ווען לעבן די קישנס איז געלעגן אַ פּושקע טישוס. איך זיך אַ דיוואַן ווי עס פאַסט זיך פאַר אַ רופא לחולי נפש מתלמידיו של פרויד בעל החלומות און איך האָב מיישב געווען בדוחק אַז פאַר די מקילים איז אַ בעט אויך כּשר. אַ פלעשל וואַסער און אַ הויפן איבעגדרייטע פּלאַסטיק גלעזלעך זענען געשטאַנען הינטער מיין פאַטעל.
איך בין געווען שפּעט און איך האָב מיך אַנטשולדיקט אָן זיך צו פאַרענטפערן. וואָס איז דען דאָ זיך צו פאַרענטפערן? סייווי וועל איך איר באַצאָלן פאַר דער גאַנצער ´שעה´ און דער פאַרלוסט איז כּולו שלי. אַ שעה הייסט עס אין שרינק צייט. אין הלכה זענען פאַראַן שעות זמניות וואָס ברייטערן זיך אויס און ווערן צאַמגעצויגן לויטן סעזאָן. ביי שרינקס איז אַ שעה פינף־און־פערציק מינוט און אַז עס געפעלט דיר נישט בלייב משוגע. אָבער אַז דער נער שטויסט דיר, באַצאָל.
אין אמתן געזאָגט האָט זיך מיר געגלוסט זיך צו פאַרענטפערן מיט אַן אויסגעטראַכטן תירוץ אַז איך האָב געהאַט שוועריקייטן איר צו טרעפן אָדער אַז טראַפיק האָט מיר אויפגעהאַלטן. למעשה בין איך געווען שפּעט ווייל ס´איז מיר שווער צו זיין אין ערגעץ אין צייט. ס´איז אַ חסידישע קרענק וואָס יאָרן פון אַרבעטן אויף זיך האָט מיר נאָך אַלץ נישט אויסגעהיילט. ממילא האָב איך מיך איינגערעדט אַז אַ רייזע פון צוואָנציק מינוט קען איך אַלעדיגן אין צען מינוט ווייל איך קען אַ זייטיקע וועג, איך וועל כאַפּן גרינע לעמפּ אויפן וועג, און איך וועל מיך געבן אַ שאָקל און מיט אַ תפלה וועל איך האָבן קפיצת הדרך. בין איך געווען שפּעט. ווי אין שיל, צום פליגער, צום באַן, צום אַרבעט, צום שיעור און האָפנטלעך צום קבר.
דער טעם פון מיין שווייגן איז אָבער געווען ווייל איך האָב מיך איינגערעדט אַז זי איז יודע כל הנסתרות. איך האָב מיך געשוווירן אַז זי קען חכמת הפרצוף און איז סוקר בסקירה אחת אלעס וואָס איך האָב געטראַכט, וואָס איך טראַכט און וואָס איך גיי טראַכטן אין מיין גאַנץ לעבן. וואָס הייסט, זי איז דאָך אַ פּסיכאָלאָג, כּלומר זי איז אַ יודע מחשבות. זי קען הערן אויפן קלינג פון מיין קול, אויף מיין שלונג צווישן די ווערטער, אין דער טרוקנקייט פון מיין מויל, זי קען זען לויטן טאַנץ פון מיין גאָרגל אַז איך בין אַ שקרן. אַז איך האָב פאַר איר מורא ממילא דאַרף איך מיך פאַרענטפערן. אַז איך בין אַ ביליגע ליגנער און איך וועל מיר פאַרקויפן דער נשמה כדי זי זאָל מיר משלים זיין די מינוטן אָדער רעכענען ווייניקער וועגן מיין כּלומפּרשטן אונס. ממילא קעגן אַזעלכע אויגן וואָס מיין נשמה איז פאַר זיי ווי פאַר אַ שפּיגל וואָס איז דען ווערד אַ ליגנט?
זעץ איך מיך אויפן פאַטעל און מען הייבט אָן רעדן. איך זאָג אַז איך וויל אַ רפואה, און זי זאָגט, ´געדולד´. איך פרעג ´ווען?´ און זי זאָגט ´אַ יאָר, צוויי´. איך וויל קושן דער מזוזה און זי ווייסט פון אַ מזוזה ווי איך פון אַ פסל מיכה. למעשה, אַ ייד איז זי יאָ. און צוגאָב אַז זי זאָל זיין אַ פרוי האָב איך געהאַט נאָך איין פאַרלאַנג אַז זי זאָל אויך זיין אַ ייד. נישט אַ ייד מיטן גלות אויף די פּלייצע און אַ נאָז ווי אַ תחום שבת. כּל־שכּן נישט אַ ייד וואָס ´פאַרשטייט´ צו פּסיכילאָגיע ווייל ער האָט אַ ברכה פון פופצן גדולי ישראל און ער האָט שוין געשריבן דריי ביכער פאַר פעלדהיים און צען אַרטיקלן אין המודיע. איך האָב געזוכט אַ ייד וואָס איז נישט מער ווי אַ ייד. דער אַבסאַלוט מינימום לא פחות ולא יותר.
האָב איך איר געפרעגט אויפן טעלעפאָן, ´זאָגט נאָר איר זענט אַ ייִד?´.
שאַ. שטיל. צ ו ו י י ס ע ק ו נ ד ע ס.
´יאָ´.
אָט אַזאַ ייִד האָב איך געדאַרפט. זאָל זי גיין צו איר שרינק איבער איר ייִדישקייט און איך צו איר איבער מיינס. ווי אין פסוק שטייט ורפא ירפא, דער דאָקטאָר דאַרף אויך אַ דאָקטאָר.

(בא יבא ברנה...)
7 תגובות:
שלום עליכם ר' טוני סיפורנו!
טוני האט אויך נאר באוויליגט צו א פרוי און מיטגליד פון זיין פאלק.
וווּנדערלעך!
לאָמיר זען צי דער קאָפּ וועט בײַ דיר "געשרונקען" ווערן.
דעם הלוך ילך ובכה זע איך גוט, און יעצט דארף מען נאר אויסווארטען צו דעם בא יבא ברינה.
עס איז מיר געפאללען אז אפילו ווען אונזער צדיק'ל פארשפעטיגט זענען אויכעט מיר חסידים שילדיג. זענען מיר אפשר אויך שילדיג אויף זיין צורך צו גייען צום שרינק מלכתחילה?
לקטלא קניא פתרונים
ביי די אומות העולם איז איינגעפירט אז יעדער אויפגעקומענער שטערן שרייבט א בוך, פארט ארום אין לאנד, חתם'ט אוטוביאגראפיעס, און דער עיקר—מ'מאכט אפאר טאלער.
פארוואס זאל אזא געלונגער אינגערמאן וואו איר זיין א נחבא אל הכלים? פארוואס זאלט איר נישט אפדרוקן אייערע ארטיקלען צווישן צוויי הארטע דעקלעך? איר קענט עס א נאמען גיבן 'גברא קטילא' אדער 'רזא דקניא', און ס'פאראן אסאך בעלנים צו שרייבן גאר ווארעמע הסכמות. איז טאקע קיין דרוקעריי מסכים צו אפדרוקן די חידושים פון הרוצה בעילום שמו? זייט'שע מהנה דער עולם שבת נאכמיטאג און קריגט א מתן שכרה בצידה.
איידער די טינט וועט זיך פארטרוקענען אויף די פלאקאטן קול קורא'ס וואס וועלן מחרים זיין די בוך מיט דריי הונדערט שופרות, וועלן די ביכער זיין ספו תמו מן השוק. ס'וועט פארן ווי מצה-וואסער.
טראכט אייך איבער.
"נישט אַ ייד מיטן גלות אויף די פּלייצע און אַ נאָז ווי אַ תחום שבת."
דיין "סטעריא-טיפיקל" אידישע נאז "שמעקט" פון נאצי דייטשלאנד אין ניינצען דרייסיג.
אבער כ'גלייך דאס ארטיקל.
אן הערליכע ארטיקל, איינס אין די וועלט.
ביסט א גלענצנדער שרייבער, כן ירבו כמותך בישראל.
זיי געזונט און לאז דיין פענע גיסן פערעלעך עפטער.
R`Katla, Cant wait for the second episode
הוסף רשומת תגובה