וווּ ביסטו? פאַרוואָס שרייבסט דו נישט? וואָס הערט זיך מיט דיר? איך האָב נישט קיין ענטפער. עס בענקט זיך מיר צום שרייבן, צו די גוטע צייטן ווען מען האָט זיך אַוועקגעזעצט און געקלאַפּט ווי ביי המן און די אותיות זענען גערונען, די מליצהלעך האָבן געפליסט און ווערטער האָבן זיך אָנגעשטויסן איינס אויפן צווייטן אין זייערע יאָגעניש אַרויס צו קומן לאוויר העולם. די צייטן האָבן זיך אָבער געביטן. מיר פירן היינט אַ פּרנסה קיין עין הרע, די קינדער גיין שוין אין ישיבות, מען בויט זיך שוין אפילו אַ בוידם און אַ ספרים שטיבל, די שונאים שווערן זיך אַז איך פאַרבּ מיר דאָס בערדל און אַקיצור שניים יסעו, די יאָרן לויפן.
מיינט איר אוודאי אַז אבדה תּקוותינו, מיר האָבן צאַמגעלייגט אונזער בויגן, אויפגעהאָנגן דער פעדער און אויסגעשיט דאַס בליי און געמאַכט אַ נאָך`ברכה אויפן גאַנצן שרייבעראַציע. האָט איר אויך אַ טעות. טינט פליסט ביי מיר ווייטער און עס וויל זיך שרייבן. איך זע ווי די וואָכן, חודשים און יאָרן פליסן מיר דורך די פינגער ווי זאַמד און אפילו אַ פּראָסט שטיינדל בלייבט נישט איבער. זיי גיין לטמיון כּאילו מען איז אַראָפ געקומן אויף דעם וועלט אויף צו געניסן איין שעה דאָס פאַרדינסט פון צען שעה, אויפצוהאָדעוון קינדער אַז סך הכּל זיי זאָלן קענען אויפהאָדעוון זייערע קינדער און דער גאַנצער תכלית פונעם רעדל איז אַז עס זאָל זיך נישט אויפהערן צו דרייען. אַ פיינער וועלט אָבער ווי נישט ווי א הילכדיקן שפּאַס.
זענען דאָ צוויי ישועות. אָדער זיך זעצן לערנען, און איך פאַרמייד דאָס נישט לחלוטין, אָדער זיך נעמן שרייבן מיט אַ ברען וואָס מען האָט אַמאָל אויסגענוצט אויף אַ נשמת. זיך זעצן לערנען האָט איר מעלות. עס איז ביי מיר אַזוי ווייט איינגעגראָבן און איינגעוואָרצלט אַז עס זענען נישט דאָ דערביי קיין קושיות פון תכלית און צוועק. לבי אומר לי אַז דאָס איז אונזער ציל אויפן וועלט און וויפיל דער מוח וויל מיר אָפּווענדן קען עס נישט ביים האַרץ צוגנבנען דאָס געשמאַק.
וויפיל מאָל גלוסט זיך עס נאָכן יצא אדם לפעלו און אַ פליישיקע וועטשערע זיך אָנצוטון דאָס רעקל און משכהו לבית המדרש. אמת עס איז דאָ אַ פּחד פון דער בושה אַז מען וועט מיר אָנקוקן ווי אַ כהן בבית הקברות. 'וואָס זוכט ער דאָ? נעבעך ער האָט געמיינט ער וועט טרעפן גליקן אין זיינע אויפגעקלערטע משוגעתן און צום סוף זעט ער אַז קיינער וויל אים נישט אָנקוקן קומט ער אַהער צוריק.' און אַ צווייטער וועט זאָגן 'נאַ, ער דאַרף שוין באַלד אַ שידוך טון קומט ער אין בית מדרש. איך האָב אים נעכטן געזען מיט אַ רעקל אויפן גאַס. ער פלעגט אייביק גיין מיט זיין משוגענע בלויע דזאַקעט. ער מיינט ער זעט אויס קול און די שקצים וועלן זיך פון אים צוטון מאַכן. לאָמיר זען ער זאָל זיך מיט זיי משדך זיין, דער גרויסער צולייגער, האַ.'
די בושות וועט מען אָבער איבערקומן און מען וועט זיך אַן עצה געבן אפילו מיט די גרעסערע בזיונות פון די וווילע יידן וואָס וועלן צוברענגן אַ קאַווע און מיר צוווייזן צו אַ פּלאַץ און די יונגעלייטלעך וואָס וועלן מיר קומן געבן שלום עליכם. איך האָב געזאָגט ברוך`הבא ביי זייערע ברית און זיי וועלן מיר געבן שלום עליכם אין מיין שיל. שיין זען מיר אויס. אָבער תורה איז נקנית ביסורין און צום סוף וועט מען זיך צוזעצן צו יידן ביי אַ דף`היומי שיעור און געניסן פון אביי ורבא און רבינא און רב אשי און זיך פּאַסמאַקעווען פון די אמוראישע אַקראָבאַטישע רקידות. אָדער אפשר וועט זיך גאָר גלוסטן צו הערן אַביסל פּשוטע משניות וווּ עס זיצן סתם עמך, תהילים יידן און שאָקלן זיך צו. אַ סגי`נהור זיצט אויך דאָרט און פרעגט אַריין, דער פאָרלערנער פּראָבירט ווייטער צו שטיפּן איידער מען שטעלט זיך צו מעריב, דער יודע הכּל האָט אַ תירוץ און שרייט צוריק, דער בלינדער ייד קען נאָך בעסער און ווענדט אים אָפּ, דער תהילים ייד שמייכלט צום ספּעקטעקאַל און האַלט זיין פינגער אינעם משניות נישט צו פאַרלירן דער פּלאַץ און דער רודף שלום פאַרזיכט צו פאַרגלייכן צווישן די צדדים. בלויז דער יודע תעלומות ווייסט אַז איך האָב שוין משוטט געווען אין אַלע עולמות אָבער נאָר דאָ שפּירט זיך אינדעהיים.
דער אמת געזאָגט אַז די פּרקים בתולה נשאת און האיש מקדש הייבן זיך שוין טאַקע ביי מיר אָן און מען דאַרף זיך נעמן צו די ביינער. און אַז נישט ביי מיר איז ביי די אַרומיקע איז וואָס האָב איך אַריינצורעדן אַז דער עולם זאָגט עס איז שוין צייט? דער ערשטער רמז האָב איך געהאַט ווען דער גבאי פון דער גמ"ח איז געקומן צו מיר אַהיים אָפּנעמן מזכּיר נשמות געלט. אַזוי ווי ער גייט אַרויס גיט ער מיר אַ פרעג און ווי אַלט איז דיין עלטסטער בחור? אַזוי זיבעצן, שוין נישט לאַנג, נישט לאַנג, דער אייבישטער זאָל העלפן און דער טיר האָט זיך פאַרקלאַפּט. דאָס איז געווען נאָך סוכּות ווען ער האָט געהאַט צו נעמן דער געלט פון יום`כּיפּור און שמיני עצרת צוזאַמן. יענער וואָך טרעף איך ביים בעקער אַן אַלטן באַקאַנטן. ער איז אַ מלמד, אַ פריינטליכער און ווען איך טרעף אים פרעגט ער מיר אַלץ מיט אַ שמייכל וואָס מען מאַכט און וווּ מען האַלט אויפן וועלט. דאָס מאָל וויל ער וויסן, קטלא, דו דאַרפסט שוין האַלטן ביי שידוכים, ניין? איך: וואָס אַרט עס דיר? דו וועסט דאָך סייווי זיך נישט משדך זיין מיט מיר. ער: וואָס, ווי אַלט איז דיין עלטסטער, אַ בחור איז ער, ניין? זיבצן און אַ האַלב יאָר, נו, שוין נישט לאַנג. וווּ לערנט ער? אַזוי? זייער פיין. קטלא וועסט זען פאַר דו דרייסט דיך אויס וועט מען שוין רעדן. איך ענדיג צאָלן פאַר די חלות און איך זאָג אים גוט שבת און וויל מאַכן בואי בשלום. דער שמייכל איז אים באַלד פאַרשווינדן פונעם פּנים און ער איז אַריין אין אבינו מלכּינו מאָד. דער אייבישטער זאָל העלפן עס זאָל זיין אין דער ריכטיקער צייט.
איך שמייכל אָבער ווייטער. מיר האָבן זיך באַגרוסט און ווי דער כּהן גדול אויף כּל נדרי ביי נאַכט הוא פּורש ובוכה אַז מיינע שידוכים זאָלן געלונגן און איך מאַך מיר אַ חשבון אַז די קינדער וואַקסן שוין אונטער, מען דאַרף זיי שוין באַלד חתונה מאַכן און הכּיס ריק ואין בו. איך וויל מיך באַרוהיגן אַז איך האָב נאָך אַפּאָר יאָר אָנצוזאַמלן אָבער מען קען דאָך נישט לאָזן זיין באָרד צו לאַנג וואַקסן איידער ער טוט אָן אַ שטריימל. דערווייל איז ער נאָך מקיים שמח בחור בילדותך און דאָס גנבעט מען ביי אונז צו ווי לסטים. ווען זיי זענען אַכט טעג אַלט אַ שניידל און ביי דריי אַ שערל, ביי פינעף ביבלישע קריטיקער און ביי זיבן דיינים אויף כיצד מברכין, ביי צען אַדוואָקאַטן פון אלו מציאות און ביי דרייצן היטלעך ווי עלטער זיידעס, ביי פיפצן אַטערניס פון אויסבייטן קיען מיט אייזלן און ענדליך בן שמונה עשרה לחופּה, מען קען ווידער אָנהייבן דרייען דאָס רעדל.
וועט איר פרעגן, און שלמה המלך רופט דאָס שמח בחור, בתמיה? נו, ער האָט אויך געזאָגט אמרתי אחכמה והוא רחוקה איז שוין אַלעס פאַרענטפערט.
5 תגובות:
קטלא'ס בענקענישן צו די ספסלי בית המדרש איז א אינטערעסאנטא ריאקציע צו זיין חמה שפוכה אויף די זעלבע ספסלים. עס וואקלט זיך פון כעס צו בענקענישן. אבער אין הקב"ה מקפח שכר שיחה נאה אפילו פון א פשוטן איד, און אוודאי פון איינער וואס איז בכלל נישט קיין קטלא קניא.
זאלט איר זעהן אסאך נחת פונ'ם בן חכם און פונ'ם געפארבטען בארד.
פרובירנדיג שרייבן אן הארה אדער אן הערה אויף קטלא קניא'ס אן ארטיקל שפיר איך זיך מי אנכי, הנני העני ממעש, ווער בין איך דען צו זאגן דעות אויף די ווערק פון דעם גדול בענקים, אבער ווי נישט, פטור בלא כלום אי אפשר, דער ארטיקל איז דאך מלא טעם וחן, זיך צום באלעקן די פינגער.
קטלא, חזק חזק, האלט אן די גוטע ארבעט (א האלב רויע איבערזעצונג פון ענגליש...)
פרובירנדיג שרייבן אן הארה אדער אן הערה אויף קטלא קניא'ס אן ארטיקל שפיר איך זיך מי אנכי, הנני העני ממעש, ווער בין איך דען צו זאגן דעות אויף די ווערק פון דעם גדול בענקים, אבער ווי נישט, פטור בלא כלום אי אפשר, דער ארטיקל איז דאך מלא טעם וחן, זיך צום באלעקן די פינגער.
קטלא, חזק חזק, האלט אן די גוטע ארבעט (א האלב רויע איבערזעצונג פון ענגליש...)
איי קטלא, קטלא. אמאל פלעג איך דא אריינוואנדערן יעדן טאג מיט דער האפנונג אז דו האסט עפעס פריש געשריבן. די צייטן האבן זיך שוין אויך געענדיגט. ערשט היינט האב איך דא פארוואנדערט און געפינען אז שוין דריי וואכן איז פארלאפן זינט דו האסט געשריבן דיינע לעצטע פערלרייד.
יישר כח, חזק ואמץ.
קטלא, וויאזוי קענסטו אונז לאזן אליינס וואנדערן אין וואלד, וויאזוי פארלאזט א קאפיטאן זיין שיף אינמיטן ים? שרייב, שרייב, אזויפיהל וואנדערער קוקן ארויס אויף דיין דימאנט-באצירטן פעדער. היות מיר פארשטייען אז דיין צייט איז טייער, ועוללים שאלו לחם, פילייכט וואלט געווען א פלאן אז דיינע חסידים אינוועסטירן אין דיין פושקא, אין ווען דו פושקא קומט צו א געוויסע מספר, וועסטו שרייבן אן ארטיקל. גאו פאר איט!
הוסף רשומת תגובה