אַ צדיק האָט געטייטשט עשרתם, עס זענען שוין דורך די עשי"ת, ערבתם, ס’יז שוין אויך דורך ערב יום כּיפּור, הדליקו את הנר מען האָט שוין געצינדן ליכט און מען האָט נאָך אַלץ נישט תשובה געטון.
איך גיי מיר אויפן גאַס און עס טוט זיך אַ וווּנטשעוואַניע. מען געט זיך הענט און מען גמר טובט און גמר חתימהט זיך. פון פיש געשעפט שווימן אַרויס מענטשן מיט זייערע געווּנטשענע פיש צוליבן מעשה בשוטר העיר שאמר לעבדו קנה לי דגים. מאָרגן וועט דער וועלט אַרומלויפן צוטראָגן, כּפּרות פאַר די גאָר פרומע, דאַווענען, אַ שטיקל לעקך פונעם גבאין, קאָכן, באַקן, איינקויפן, אַ סעודה, מיט אַ מקוה, מיט אַ מנחה, מיט צדקה טעלערלעך, מיט נאָך אַ סעודה, מיט איינפּאַקן וואָס צו נעמן אין שיל פאַרן זמן און איך קען מיך נישט כּולל זיין אינעם טומל. איך בין שוין צו ווייט פאַרקראָכן צו קענען אַ טייל נעמן אָבער נישט גענוג ווייט עס זאָל מיר נישט בענקן און עס זאָל מיר נישט וויי טון מיין דערווייטערניש. וואָס טוט מיר וויי, ווייס איך אַליין נישט ווייל איך נעם יענץ נישט צוריק אפילו דער בת קול זאָל מיר הייסן. אָבער אַ ווייטאָג איז דאָ.
איך ווייס דער קול וועט זיך מיר שטיקן ווען איך בענטש די קינדער מיטן ווייסן קיטל אונעם טלית אויפן קאָפּ. איך וועל צוקוקן ווי די גאַסן שטראָמן צו כּל נדרי און זיך וווּנדערן צי דער מקטרג רידערט הללו והללו אָדער איז ער שטום ווי די יום כּיפּור פאַדעשוועס. איך האָב טאַקע ליבּ דער ספּעקטעקאַל פון יידישע מנהגים אָבער עס עסט מיר אַז איך קום נישט אָן צום תּוך.
די טעג פאַרבלענדן מיט זייערע לעמפּ וואָס שיינען אין די אויגן און מאַכן אַלע אַנדערע ריכטונגן אויסזען ווי חושך ואפילה. אָבער מיין ריקן נישט מיין פּנים ווייזט אַהין און צופיל נחמה קען איך פון דאָרט נישט לייזן. וועג ווייזערס געפון איך נישט טראָץ דער ליכטיקייט אָבער עס איז אַ טרייסט אַז אַנדערע גיין אויפן שטראָז. אפילו אַז איך גיי אין אַ פאַרקערטן ריכטונג עלענד בין איך אָבער נישט.
און פּונקט אין די טעג פרעגט מיר אַ לייענער "וואס האט דיר געטוישט? ווען האסטו אנגעהויבן כאפן אז "עס טויגט נישט"?" פרעגט מיר לייכטערע שאלות, האָב איך געדאַרפט ענטפערן, און נישט אין די צייט פון יאָר. איך פרעג מיר אַליין: מיט וואָס האָב איך מיך דען געטוישט? צו סליחות שטיי איך אויף כּמעט יעדן טאָג און זאָגן ביי נאכט שפּירט זיך ווי אַ שווינדל, אין די אלול טעג דרייען זיך מיר די געדערעם, אַז דער עולם האָט אויסגערופן ונתנה תּוקף איז מיר אַ ציטער דורך געלאָפן דער שדרה, עשרת ימי תשובה ריר איך נישט אָן דער בען אַנד דזעריס אין דער אייז קאַסטן און ביי נעילה וועל איך דורשטריקעהייט זויפן די השם השמס. איז וווּ ליגט מיין ענדערונג? בן ארבעים לבינה און איך פאָלג ווי אַן עברי יינגל.
פרעגט מיר אָבער צי יש מנהיג לבירה און איך וועל אייך זאָגן אַז איך ווייס נישט. און אַז איך וועל אַרויפקומן אויבן און איך וועל זען אַז עס איז נישט אַרויף און עס איז פּוסט וועל איך נישט חרטה האָבן אויפן שלש-עשרה מדות אפילו אַז איך וואָלט געקענט באַשטיין זיין אין בעט. פאַר די גלייביקע איז נעבעך שכר מצוה בהאי עלמא ליכא און וואָס איז נאָך האי עלמא ווייסן זיי נישט בעסער ווי איך. ווי ר' וויליאַם האָט עס אָנגערופן 'די אומאַנטפּלעקטע לאַנד פון וועמענס תּחום קיין משולח קערט זיך נישט צוריק.'
ביי מיר איז אָבער עולמך תראה בחייך. איך נאַש די יוצרות און פרעס די פּזמונים. איך בין מיך מחיה אויף אור-אַלטע נוסחאות און וויקל מיך איין אין פּיור יידישקייט. וואָס קען זיין בעסער ווי דעם? און אַז מען וועט מיר אויף דעם אַמאָל באַלוינען וועט עס זיין אַ באָנוס, הכּל ריוח. און אַז נישט וועל איך נישט דאָרט זיין צו קלאַפן על חטא אָבער אויף מיין פאַרעיפּושטן גוף וועט מען ווייטער זאָגן תמניא אפּי אין די אותיות פון קטלא קניא. אַזוי שלעכט איז דאָס?
תגובה 1:
פאַר די גלייביקע איז נעבעך שכר מצוה בהאי עלמא ליכא
.That's a great line, I love it
הוסף רשומת תגובה