קוקטס
איך בין דער טאַטע
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין
דער חכם, דער רשע, דער תם, דער ש'לשאול
דאָס בין איך
וואָס גייט עטס מיר נאָך
וואָס האָבן מיר געהאַט
וואָס מיר האָבן פאַרלוירן
זוכן ברעקלעך
און געפונען גאָרנישט
מיט אַ נאַרישע ליכט
ס'יז פּוסט ס'יז ליידיק
צאַמגעקוועטשט אַרום אַ לערער פּיצה שאַכטל
שוין נישט דאָ חמץ
אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן
קוקט מיר אָן
קדש
ווען דער טאַטע קומט אַהיים
איך קום נישט
איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן
הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט
דער מצה טאַש האָט נישט קיין קרייצער
די כּוסות האָבן דערטראָנקן דער טייג
און זי האַלט נישט ביים יערן
אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען
ביים אויבן אָן
עירום ועריה אין תכריכין
דער חכם, דער רשע, דער תם, דער ש'לשאול
דאָס בין איך
וואָס גייט עטס מיר נאָך
וואָס האָבן מיר געהאַט
וואָס מיר האָבן פאַרלוירן
זוכן ברעקלעך
און געפונען גאָרנישט
מיט אַ נאַרישע ליכט
ס'יז פּוסט ס'יז ליידיק
צאַמגעקוועטשט אַרום אַ לערער פּיצה שאַכטל
שוין נישט דאָ חמץ
אָבער גיי געפון יאָשקעס טשוואָק
און הענג זיך דערמיט
ביים לעצטן וועטשערע
וווּ אַלע דאַרפן זיצן אויבן אָן
קוקט מיר אָן
קדש
ווען דער טאַטע קומט אַהיים
איך קום נישט
איך האָב ביי כּל חמירא
מבטל געווען דער אפיקומן
הונגעריקע קומט, פרעסט
מיין פּלאַץ איז ליידיק
אויפן אָנגעבלאָזענער קושן
ס'יז הפקר ווי דער וועלט
דער מצה טאַש האָט נישט קיין קרייצער
די כּוסות האָבן דערטראָנקן דער טייג
און זי האַלט נישט ביים יערן
אָבער גיי זוך
דאָס וואָס איז נישט דאָ
נעם דער פעדער
פלי אַוועק
דאָ איז עס נישט
ווער פאַרברענט
ווער פריי, בלייב פרום
טונק, שפּאַלט, זאָג
צו גאל ישראל וועסט דו נישט אָנקומען
7 תגובות:
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט אבער אפשר איז דאס גופא די כוונה.......
ניין אנונימי, דאס איז נישט זיין כוונה. אז דו פארשטייסט נישט א שטיקל גמרא דאס ערשטן מאל ביסטו אויך אזוי איבעראשט?
לייען עס נאכאמאל. אבער דאס מאל טראכט אריין וויפיל מיה גייט אריין אין דער סדר נאכט, און פאר וואס און פאר וועם?!
Katle,have you lost it? for this we had to wait for over two months?
are you ok? if not we will say some tehilim for you,please let us know what's up with you
מיט א פאר טאלער וועסטו אנקומען צו גאל ישראל,לעניית דעתי.
וואט עי מיזרעבעל יומען טרעש
גאנץ אן אקוראטן דין וחשבון פין דעם "יומען" בעל חי דמתקריא "הומו סעפיענס"
This scribble has a beginning, a muddle, and an end.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט. אבער קטלא איך שטעל דיך אויפן חזקה אז דו האסט טיפע כוונות, אפשר די זעלבע כוונות וואס אונזערע רבי'ס האבן געטראפן אין די טעותים אין די הגדה וועלכע זיי האבן אונטערגעהערט ביי די אמעראצים פסח אויפדערנאכט.
הוסף רשומת תגובה