יום ראשון, יולי 22, 2012

האיש מקדש ד': דברו בו נכבדות

האַרט נאָכן לעצטן בלאָג פון זיך אָפּרעדן אַז די שדכנים ווילן פון מיר נישט וויסן און די ישועה איז געקומען. ווי מען זאָגט ערגעץ וווּ אין סליחות, וממכה עצמה מתקן רטויה, פונעם שטעקן אַליין ווערט געבוירן אַ שלאַנג.

ומעשה שהיה כּך היה. מיין פרוי זאָל זיין געזונט איז געגאַנגן אויף אַ חופה. איר קענט דאָך אוודאי הלכות חתונה ביי אונז. קיין קאַרט אויפן סעודה איז נישט געקומען ווייל ווער האָט דען צייט צוריקצושיקן ווען כּלל ישראל איז אַזוי פאַרטון מיט דאַווענען, שיעורים, רעסעפּשנס, דינערס, שבת, יום־טוב, קעמפּס, בריתן, בר־מצוות, תנאים, חתונות, לויות און אינדערמיט מיז מען טראָגן די קינדער אין חדר און נעמען דעם צום דאָקטאָר און יענעם קויפן אַ נייעם לייבסצודעקל. איז ווער האָט צייט אויספילן נאַרישע קאַרטלעך און נאָך דערצו ביז אַ געוויסן דאַטום? וואָס ווייס איך וואָס וועט זיין ביזן חתונה. און אַז די פרוי קען גיין מיז זי דאָך אינזינען האָבן פרעגן איר מאַן צי ער וויל אויך גיין און ווען זעט מען זיך דען? צווישן נאַכטמאָל און דער שיעור אויף צוויי מינוט ווען דער טעלעפאָן האַלט אין איין קלינגן? איז נמנו וגמרו אַז סעודה קאַרטלעך זענען איבעריק און די וועם מען מיינט ווייסן שוין אַז זיי מיינט מען און עפּעס אַנדערש איז סתם אַ טרחא דציבורא.

איז געווען אַזאַ חתונה וואָס אַ קאַרט איז געקומען אָבער מיין פרוי האָט געוווּסט אַז איר מען מיינט נישט. צו דעם זענען דאָ פאַרשידענע הלכות. צו איינעם איז מען יוצא מיט גיין צום שבתדיקן קידוש ביים אויפרוף, צו אַ צווייטן מיז מען גיין צום טאַנצן אָבער מיט אַ מאַנטל איבער די וואָכעדיקע קליידער איז אויך גוט און צו נאָך איינעם מיז מען זיך אָנטון און אויספאַרבן ווי ושתי אויפן שושנדיקער באַנקעט. מאַכט זיך נאָך איינער און מען האָט נישט כּוח צו גיין ביי נאַכט און מען איז יוצא מיט גיין צום חופּה אין דער פרי אָווענט. עס איז שנעלער, ווייניקער מענטשן און מען קען גיכער אַרויס.

אָט אויף אַזאַ חופה איז מיין פרוי געווען און וועם זאָל זי טרעפן, טאַקע שיינדי, ק.ר.ש.ס פרוי פריש פון איר ערשטן שידוך. מען האָט זיך געמזלט טובט און זיך צוקישט און האָוי נייסט און מען גייט צום חופה. די חופה נעמט נישט קיין עק און די פרויען ווילן אַרויס. זיי האָבן שוין געזאָגט מזל טוב פאַרן מחותנתטע פאַרן חופה און די כּלה האָט שוין געמאַכט זיבן הקפות און מען דאַרף דאָך נישט אויסוואַרטן מען זאָל אָפּלייענען דער גאַנצער כּתובה און די זיידעס און פעטערס זאָלן אָפּזאָגן די שבע ברכות.

איז אָבער אַ פּראָבלעם. איר ווייסט דאָך אַז ביי אַ חופה איז דערווייל נאָך נישט דאָ מחיצות און די מענער און פרויען מעגן זיך זען. אל תפתח פה לשטן און מן הסתם וועט מען באַלד די פרצה אויך מתקן זיין ווייל דאָס איז פון די לעצטע פיטשעווקעס וואָס האַלטן אָפּ משיחן. אין ארץ ישראל הער איך אַז ברוך השם שטעלט מען שוין יאָ מחיצות אפילו אויף חופּות אָבער צו אונז אין טומאת ארץ העמים איז עס נאָך נישט אָנגעקומען. אָן אַ מחיצה קען אָבער אויך זיין אַ פּראָבלעם ווייל אַז די ווייבער שטיין מער אַריינצו און די מענער ביים טויער קען דאָך אַ פרוי נישט גיין צווישן צוויי מענער. און בכלל איז נישט מדרכּי הצניעות אַז פרויען זאָלן זיך דורכשטיפּן דורך אַן עולם מענער.

האָט מיין פרוי, זאָל זי זיין געזונט און שטאַרק, געזאָגט פאַר די פרויען, "קומט מיר נאָך, איך וועל אייך ווייזן אַ וועג." ממש ווי ביי קריעת ים סוף, זי האָט נאָר אָנגעהויבן צו גיין און עס האָט זיך אויפגעמאַכט אַ וואַרע און ווי דער כהן גדול אויף יום כּפּור זענען זיי אַרויס בשלום ובשלוה.

הייבן זיך אָ די שמועסן. שיינדי דערציילט פונעם שידוך, ווי זי האָט זיך אומגעקוקט אויף די היימישע מיידלעך און געטראַכט, מאין יבא עזרי. זי וויל נישט אַוועקשיקן איר זין אין דער פרעמד אָבער פון די לאָקאַלע מיידלעך האָט זי נישט געזען קאַנדידאַטן. ווילאַנג דאָס איז אָנגקומען און עס איז געפאָרן פון גאָוי. זי האָט פאַרקוקט אַז די מחותנתטע איז נישט אַזוי פענסי אָבער די כּלה איז אַ פיין מיידל און דער רעשט ווייסן מיר שוין.

אַז עס איז דאָ אַ שמועס פירט זיך עס באַלד צו מיין תנא קמא. "חני," זאָגט שיינדי פאַר מיין פרוי, "איך האָב פאַר דיר אַ שידוך אַזוינס און אַזעלעכס און איך זאָג דיר שוין אַז עס איז נישט רחי ש. איך האַלט עס אָבער פאַר אַ יאָר ווייל איך ווייס דו זוכסט נאָך נישט."

איז שמע מינה תרתי. ראשית כּל, דער עולם ווייסט פון מיין צדיק צו זאָגן און ברוך השם יידן האָבן אים אינזינען. אַסאַך וויכטיקער איז אָבער דער "נישט רחי ש." פון דעם איז משמע אַז די בת קול פון בת פלוני לפלוני הערט זיך שוין פון הינטער די קוליסן. יידן שמועסן שוין מיט וועם עס וואָלט געקלאַפּט, מיט וועם איך בין צוגעפּאָרט און צו וועלכער שטערצל געהער מיין טאָפּ. מען האַלט שוין אפילו כמעט ביים צווייטן בת קול נאָך דער ערשטער איז אָפּגעשלאָגן.

מיינט אָבער נישט אַז דער רחי ש. איז סתם אַ ברכה לבטלה. איך זאָג אייך עס איז גאַנץ אַ שיינער זאַך. דער פאָטער האָט אַ פּאָר דאָלער, דער מיטער פאָרט אַן עס יו ווי מיט טעלערלעך מיט איר נאָמען ווי אירע יום־טובדיקע מחזורים, אַ שיינע פאַמיליע כאָטש ער האָט זיך מאָדעניזירט און שטיצט זיך דאָס בערדל, אַ הויז האָבן זיי ווי אַ רבי פון טויזענטע, זיי זענען שוין פּסח און סוכות נישט געווען אינדערהיים זייט ער האָט זיך אויסגעטון זיינע ווייסע שטרימפּ, פון על איי ביז אילת דורך שפּאַניע און האַווייאי איז נישט דאָ אַ הכשר וואָס זיי האָבן נאָך נישט טועם געווען, און די צדקות וואָס ער טיילט אויס נאָך אַ רייזע קיין לאַס וועגעס איז ממש להפליא. ממילא מאַכט מיר נישט אינגאַנצן אַוועק, פאַר קטלאן טראָגט מען אָן גאַנץ שיינע זאַכן.

דאָס מיידל הייסט עס איז היפּש פרומער ווי זיי און זיי באַשולדיקן אַז די שולע האָט איר אָנגערייצט קעגן די עלטערן. אָבער וואָס האָבן מיר צו דאגהן פון דאָס מיידל אַז אַרום און אַרום קלאַפּט אַלעס. סייווי האַלט מיר שוין פּאָסט רחי ש. ממילא וואָס דאַרף מען סתם באַרעדן מענטשן.

איך קען אָבער נישט ענדיקן אָן די שוועגערן. זי האָט באַלד געפרעגט, "נו, לאָמיר שוין הערן ווער." זאָגט מיין פרוי אַז זי ווייסט נישט און זי האָט ניטאַמאָל געפרעגט ווייל אונז האַלטן מיר ביי גאָרנישט. "וואַט, יו דידנט איוון אַסק, יור קרייזי." זי זאָגט ווייטער אַז מען קען זיך נישט וואַרפן און מען דאַרף אַלעס נעמען אין באַטראַכט ווייל היינט איז נישט קיין חכמות. מיין מבינטע שושקעט זיך טאַקע נאָך איבער איר טאָכטער אָבער נאָך האָבן חתונה געמאַכט אַ פּאָר קינדער איז זי שוין אַזוי באַהאַוונט אַז ווען זי זאָגט דעות איז נישט דאָ קיין עצה אויסער אויסצוהאָרכן.

אין תגובות: