מיינט נישט אַז מיר האָבן מיר פאַרגעסן פון אונזערע אסיפה. עס איז פשוט אַז מיר האָבן מפסיק געווען צו געפונען אַ טרופע זינגער, אַ קאָמפּאַניע וואָקאַליסטן, אַ מנין חזנים, אַ מחנה גאָרגלרייען, אַ כאָר, אַ קאַפּעליע און ווינאָר איר ווילט עס אָנרופן, און דערנאָך האָפן מיר צו מאַכן אַ חזר לענין הראשון. זיך נעמן צום אסיפה רבתי מיט רמ"ח באָסעס און שס"ה צעטלעך ווי עס פּאַסט זיך פאַר אַ תקנה גדולה וואָס זייט תקנות טליטולי"ה ומולינ"א האָט מען נאָך אַזוינע תקנות נישט אינסטוטירט. מען קען דאָך אָבער דעם עולם נישט אַנטוישן און היינטצוטאָג אַז מען רופט אַ ציבור דאַרף מען זינגערס איז זייט מוחל אַז דאָס האָט אַביסל געדויערט מסדר צו זיין און בפרט אַז מיר זענען אומבאַהאַווענט אין די ענינים.
דער וואָס האָט נאָר אָמאָל געדינגן זינגער וועט שוין פאַרשטיין במה דברים אמורים. קוים וואָס מען הייבט מיט זיי אָן און באַלד ווערט מען פון זיי טויבּ. לאָמיר נאָר אָנהייבן מיטן נאָמען אַליין. מיר האָבן גערעדט מיט די כאָרמייסטער פון משוררים און מזמרים, מיט די קאָנדוקטאָר פון קול אומר הודו און ובכן ישתבח, צו די אַגענטן פון שירה, זמרה, המנגנים, רננו צדיקים, לכו נרננה, שיר חדש, פרק שירה און שיר ורננים. טרופּעס מטרופּעס שונים מיט נעמער וואָס יתרו וואָלט זיך פון זיי געמעגט לערנען. כולם שווים לטובה, יעדער איינער מיט אַ חברה יונגעלייט אין געפּרעסטע אַנצוגער, געביגלטע העמדער, צוגעפּאַסטע וועסטלעך, גלאַנצעדיקע שיך, קאַפּעליושן אויסגעגלייכט מיט אַ מעסטער און יעדער איטליך פריש געטובלט אין קראָכמל. מיר האָבן גערעדט מיט איין איזריילי טרופע וואָס זאָגן צו אַז די פיאות וועלן זיי גרייזלען נוסח אַמעריקע און יעדער 'ר' וועט קומען איינגעוויקלט אין אַ סלוי וואַזעלין. אַז איינער וועט באַמערקן פון וווּ זיי זענען זאָגן זיי צו אַ מאָני־באַק גאַראַנטי.
עס האָט שוין געהאַלטן ביי דעם אַז מיר האָבן געדינגן מבינים אויף צו דינגן מבינים. ווי עס ווייסט אַיעדער היינט לעבן מיר אין אַ צייט געבענטשט מיט חכמים ונבונים, יודעי דבר און מבינים דבר מתוך דבר. חדרים וווּ מען לערנט נישט קיין אות אחת אָבער עס וואַלגערן זיך ביי זיי היימישע פּאַדאַגאָגן און פּסיכאָלאָגן מיט אַ געוואַלדיקן חוש צו חינוך. שידוכים וואָס נאָר אין הימל האָט מען אַזוינס געקענט צופּאַסן לייזט מען מיט שלום בית מבינים. די משנה זאָגט אויף הבאת שלום בין איש לאשתו אַז דאָס איז פון די זאַכן וואָס אדם אוכל פירותהם בעולם הזה און מיט אונזערע מבינים זען מיר בחוש דער וואָרהייט פון אַ מאמר חז"ל. מאַכט זיך אַמאָל, נישט היינט געדאַכט, אַ פירוד צווישן צדיקים ברענגט מען באַלד חושן משפט מבינים און מען קריגט זיך נאָך צען יאָר. מעדיצין? וואָס ווען ווער אַ דאָקטאָר? ברענגט אַ היימישע מבין און ער וועט אייך לייענען צווישן די שורות פון די עקס־רייען וואָס דאָס לערנט מען נישט אין קיין שום מעדיצינישע שולע.
כמעשהו בחול כך מעשהו בזינגן. פידלערס, שפילערס, טענצער, משמחים, מרקדים און זינגערס וואָס נאָטן לייענען זיי אפשר בדוחק ווייל דער דזוליאַרד שולע איז עפּעס נישט אַזוי היימיש אָבער דאָך האָבן זיי זיך נישט צו שעמען פאַר קיינעם. אויף אונזערע קיבאָרד שפּילער קען מען זיך דונגן אָבער די זינגערס זענען הקול קול יעקב און צו השיר שהלויים היו אומרים האָט מען אויך נישט געהאַט קיינע נאָטן.
האָבן די מבינים געראָטן אַז יעדער גרופּע זאָל מען רופן אויף אַ פאַרהער, איטליך מיט איר ילד פלא, מען וועט זיי מכבד זיין אַראָפּלייגן אַ וזכני און טאָמער איז קיין אויג נישט טרוקן ביי ומאירים את העולם דינגט מען זיי תיכף ומיד בכסף מלא. אַז איר ווילט לצנות מאַכן קענט איר עס רופן אַזאַ סאָרט שוואַנץ פאַקטאָר אָבער ווי קומט דאָ אַריין לצנות? ווען האָט איר דער לעצטער מאָל געזען אַ טרופּע מיט אפילו אַ רמז פון אַ שמייכל? חלילה, די טרופּן האָבן געקרייט, די הויפּט זינגערס האָבן געמאַכט האַווייעס מיט די הענט און מיט די פיס, די קינדער האָבן געקוויטשעט און די אויגן זענען גערינען ווי משה רבינוס שטיין נאָך מען האָט עס דערלאַנגט אַ שמיס.
מיינט איר אוודאי אַז ביי דעם האָט זיך עס געענדיקט. זאָג איך אייך אַז מען דערקענט אַז איר האָט קיין אַנונג נישט איבער דער מלאכת השירה. וואָס זאָג איך מלאכת, עס איז חכמה ואינה מלאכה. גלייבט מיר אַז שלמה המלכס קליגשאַפט קומט צו דעם גאָרנישט צו. ער האָט געקענט דער געזאַנג פון בהמות, דער האַרמאָני פון אייזלן און קאָנטראַפּונקט פון קיען אָבער איבער אַ כאָר פון "אתקינע סידעסע" ביי אַ פּשוטע מלוה מלכה וואָלט ער פאַרשטאַנען ווי אַ בעל קורא צו אַ ירח בן יומו.
איבער אַקוסטיקס דאַרף איך אייך נישט אויפהאַלטן ווייל מיר האָבן שוין לאַנג געלייזט דעם פּראָבלעם. מען ברענגט ספּיקערס אמתים וחצי רחבו ועשרים אמה קומתו, מען דרייט אַרויף דעם דרייער ווי ווייט עס גייט אויף רעכטס און עס באָמבעט, עס קנאַקט, עס דונערט. בקיצור סע ראָקט. אָבער איבער די מייקס איז שוין אַ גאַנץ אַנדערע מעשה. איך רעד שוין נישט איבער דער ראשית חכמה פון אַ היימישע קאַפּעליע אַז פאַר יעדער פינף זינגערס דאַרף מען אַכט מייקס. איך ווייס נישט וויפל מייקס מען דאַרף צו מאַהלערס סימפאָני פון טויזנט אָבער וואָס פאַרשטיין דען די אומות העולם צו זינגן? מיר זענען אשרי העם יודעי תרועה און מיר האָבן זיך גאָרנישט צו לערנען פון שירה יוונית. די מאָדזיצער רביס האָבן געקענט אַראָפּלייגן אַן אָפּעראַ וואָס ווערדי און פּוטשיני האָבן זיך געקענט פאַר דעם פאַרשטעקן איז רעדט אייך נישט איין אַז די אומות העולם קענען אַלעס. חכמה בגויים תאמין, מעג מען גלייבן, אָבער חכמה ביהודים? וואָס הייסט מען זעט עס בחוש ביי אתה חונן דריי מאָל אַ טאָג.
פאַרפאָרן מיר שוין ווייטער אָבער מיר קומען צוריק צו די זינגער. דאָ ווערט שוין אַביסל האַקל און וויבאַלד די אסיפה איז פאַר קינדער מוזן מיר אַכטונג געבן און מיר וועלן בעטן די קינדער זאָלן זיך שפּילן אינדערויסן אַ פּאָר מינוט. נישט אַלעס איז פאַר זיי. אַ משנה, אַ קאַפּיטל תהילים, שנאָרן אויף חנוכה און פורים, אַ פראַסק מהיכי תיתי אָבער די ערענסטערע זאַכן, דאָס קען זיי חלילה קאָנפיוזן און זיי וועלן פרעגן שאלות וואָס מיר ווייסן אַליין נישט די תשובות. ממילא איז שב ואל תעשה עדיף און אַז זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי שוין אַליין פאַרשטיין.
איז די מעשה אַזוי. דער עולם מיינט אַז קול באשה ערווה, כּלומר אַז אַ ווייבערישע קול איז אביזרייהו דגילוי עריות און עס איז אסור במשהו הן וכיוצא בהן און כמעט ווי בילדער פון פרויען. למעשה איז עס אָבער גאָרנישט אַזוי גלאַטיק. אמת אַ פרויענישע זינגעדיקע קול איז אסור און אַז מען טראָגט אייך אָן אַ שידוך וווּ די צוקונפדיקע מחותנתטע זינגט יום זה מכובד ביים שבת טיש וועט איר שוין אַליין פאַרשטיין אַז עפּעס איז נישט פויגלדיק. אָבער מעין אַ פרויענישע קול דאָס איז שוין גאָר אַ הידור מצווה. איך רעד שוין נישט פון די ילדי הפלא וואָס כמעט יעדער וואָך גיי איך אויף זייערס אַ שלום זכר. קניינעהאָרע, אונזערע צדיקים זענען קדוש מרחם און אונזדער קינדער זענען בעלי מנגנים מרחם. פונעם ערשטן קוויטש ביים אַרויסגיין לאוויר העולם הערט מען שוין דער אויסעגעווענלעכער טאַמבער אין זייער שטימע.
איך רעד פון די ערוואַקסענע לכל דבר. אין די היינטיקע צייטן פון חסידישע זינגערס איז גאָר אַ מעלה צו האָבן אַ קעלעכל ווי אַ נקבה און צו זינגן נישט ווי א מאָן נאָר ווי אַן אשה. ברענגט אַ יונגעמאַנטשיק מיט אַ קול פון אַ בתולה וואָס איש לא ידעה מיט אַ באָרדלויזע אנדוגינוסדיקע פנים און יעדער שטייט און קלאָצט. ולא תתורו קען מען נישט עובר זיין ווייל ער גייט דאָך אַ שטריימל און האָט פּיאות כאחד האדם און צו אַ הרהור קען אַזאַ קול נישט צוברענגן ווייל אַז מען האָט קיינמאָל נישט געהערט אַ קול אשה איז אַ הרהור צו וואָס? פאַרקערט, עס איז גאָר אַ הידור מצווה און דווקא אַזאַ איינער איז גוט אַויף אַ דערהויבענער מענס אָוינלי וויקענד אין מעזביז אָדער וולעדניק.
מאידך גיסא, קיין מורה הוראה בין איך נישט אָבער לולא דמספינא וואָלט איך געזאָגט אַז עלאַ פיטצזעראָלד אָדער איימי וויינהויז ווערן ביי אונז נישט פאַררעכענט ווי אַן ערווה און איר מעגט זיי בדיעבד אפילו צושיקן אויף אַ שוכן עד. טאַנצן אפשר נישט ווייל מיר גלייכן דער קדוש קדוש קדוש טאַנץ פון אונזערע משוררים וואָס כידוע ליגט דער סוד פון אַ היימישע זינגער אין היפּש מער ווי אין זינגן אַליין. אַ גוטער זינגער מוז היינט אויך זיין וואָס רופט זיך קעמ"פּ בלע"ז. שמייכלען, זיך אַרומלייגן די הענט, זיך שאָקלען אַנשטאָט טאַנצן און ווען דער מצב וואַרעמט זיך גאָר שטאַרק אָן מאַכט מען אַ כשם שאני רוקד. קוקט נאָר צו אַ ואפילו בהסתרה און באַלד וווּנדערט מען זיך וואָס די חברה טון בהסתרה שבתוך ההסתרה.
און אַז מער רעדט פון אַזאַ בחנטע נוסח ווי ואפילו בהסתרה איז אַ שעת הכושר צו ערלעדיקן די ניגונים. די מבינים האָבן געזאָגט אַז זיי זאָלן זיין האַרציקע אָבער פּאָפּולאַרע. היות דער באַרימטע פּענגווין טאַנץ וואָס ענדלט שטאַרק אין דער מצווה טאַנץ פון צדיקים איז שוין אַביסל אויסגעוועפּט וועט מען טאַקע נעמען דעם בהסתרה. דאָס איז שווה לכל נפש און גאָר שטאַרק צוגעפּאַסט צו חתונות, אָפּשערן, חומש סעודות, יאָרצייט סעודות און יום־טוב סעודות איז פאַרוואָס נישט אַן אַסיפה אויך?
איז אַצינד געבליבן בלויז דער מוזיק און דאָס קען מען שנעל מסדר זיין. אַ מנין לופט אינסטרומענטן און נאָך אַ מנין סטרונעס, אַ גג על גג יאַמאַהאַ קיבאָרד און אַלעס צו זינגן אַ ניגון אויף אַ פּסוק תהילים פון דריי אָדער פיר פעלער וואָס מען זינגט איין מאָל, נאָכאַמאָל און צום דריטן אָל וואַרפט מען אַריין אַן 'אוי' אינדערמיט.
איז תאו ואתכנשו אַרום דער סטייז, דער עולם מיט די קינדער צוזאַמען, קומט שטעלט אייך אַרום און קוקט אויף די זינגער, אויפן כאָר, אויף די בלאָזערס און די סטרונעס, אויפן דראָמער און אויפן טעקנישן און אויף וואָס עס זאָל נאָר זיין אַבי צו קוקן און לאָמיר אַלע צוזאַמען נתעורר ווערן:
דער אייבישטער זאָגט אונז
ואנכי הסתר אסתיר אזני
ביום ההוא
ביום ההוא
ביום ההוא
אָבער דער רבי זאָגט
ואפילו בהסתרה
עם צלחת במערה
בוודאי גם צם
ומתענה הצדיק עם קערה
גם מאחורי הדברים הקשים העוברים במיעיך
אני אוכל
אני אוכל
אני אוכל
תגובה 1:
קטלא קניא
דו רעדסט שטארק צו דער זאך - די פונקטן אמת ויציב. דו האסט קולע געוועהן למטרה בול׳ס איי ביי יעדע נקודה עקסטער.
עס דערקוויקט מיר ס׳הארץ צו זעהן אז כ׳בין נישט דער איינציגסטער וואס האלט אזוי. כ׳וויל אבער באטאהנען איין נקודה: כלל ישראל איז אפגעזונדערט מכל האומות אויך מיט׳ן פארם אוו עקספרעשאן דהיינו מיר רעדן אנדערש און זינגען אנדערש. אונזערע נגינה האט אמאהל געהאט א געוויסע נעימות און חן און כאטש מ׳האט גענומען תנועות (אדער גאנצע שטיקער) פון די גוי׳אישע מנגנים האבן מיר אבער געהאט א חוש וואס יא און וואס נישט. וואס מ׳הערט היינט ביי בי די היינטיגע זינגערס נואפים שטונקט פון ס׳ערגסטע. איי דאונ׳ט ניד טו ספעל איט אוט, ווייל כ׳בין זיכער אז דו פארשטייסט ברמיזה. אויך די אלע קומזיצן, פון גרויס ביז קליין, צריך בדיקה מי ומי ההולכים און פארוואס. עפעס זאגט מיר אז די מאטיוון פון די מארגנים ווי אויך פון די משתתפים זענען נישט ריין מוזיקאלישע. כ׳האלט אז מ׳דארף מער און מער רעדן פון די נושאים און אויפקלערן דעם עולם אין די ענינים.
דער באקאנטע קליפ פון כ״א כסלו (מה אשיב) וואס איז לעצטנס געגאנגען ווייראל ביים היימישען עולם האט מיך שטארק צורודערט. אוי לדור שכך עלתה בימיו אז ביי א סעודת הודאה און אנדערע ערנסטע מאמענטן ווצבש״פ ליכט צונדן בחצרות קדשיך מוז מען צושטעלן ענטערטעינמענט וואס שטונקט פון כ׳ווייס נאר וואס, ווייל אויב נישט האט מען קוים מנין. פע! אן עקל.
אלס מנגן האב איך מודר (מדיר) הנאה געוועהן פון די היינטיגע קרייעריי און שרייעריי וואס מ׳רופט כאסידיק מיוזיק; אלס היימישער איד זוך איך נאך א וועג צו זיין אויסגעצייכנט פון די וואס גייען געקליידעט פונקט אזויווי מיר אבער...
עלה והצלח אין דיינע עדיטאריאלס המשמחים אלקים ואנשים.
הוסף רשומת תגובה