יו״ט באשטעל איך מיך געווענדלעך א צייטונג. אמאל צאל איך צו און מען ברענגט עס מיר אהיים, אמאל צאל איך פאר יום טוב אדער איך גיי צו דארט וואו איך בין באקאנט און איך נעם אויף בארג. ווי משה רבינו איידער ער האט געהרגעט דעם מצרי, ויפן כה וכה וירא כי אין איש, גנבע איך מיך אריין אין געשעפט, איך קנייטש איין דער צייטונג אין ביזעם און איך גיי ארויס געשפאנט מיט אראפגעלאזטע אויגן. אז די פרוי וואס קומט אויפוואשן און ריין מאכן קומט אריין אויף יום טוב בעט איך איר זי זאל מיר ברענגן און לעצטענס גייט פאר מיר איינער פון מיינע זונען וואס אים נייגערט אויך וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט.
אויסער דעם אז מען איז איינגעשפארט איבער יום טוב און מען וויל מיטהאלטן מוז מען אויך האבן עפעס פריש צו לייענען. פאר און נאכן דאווענען, ווען מען לענט זיך אן נאך די סעודות, ווען מען ווארט אויפן שווער אויף דער סעודה ווייל ביי זיי שטעלט מען זיך האלב צען און זיי זאגן אלע יוצרות, און זיי האבן סתם ליב צו שלעפן. און מען דארף אויך עפעס מסיח דעת צו זיין פון בבוקר יאמר מי יתן ערב, ווען קומט שוין מוצאי און דאס רעדל פון דאווענען, עסן, שלאפן און גרעפצן וועט נעמען אן עק.
איז אבער אויך דא נאך א חשבון. אז מען קומט אין שיל פרעגט דער עולם צי עס איז דא נייעס און אויפן צווייטן טאג יו"ט נאך מען האט שוין אלעס דורך געקייט פרעגט מען דאס גאר אפט איז וויל מען נישט אנטוישן. איך בין נישט פון די וואס זענען מקהיל קהילות ברבים, אזוינע נייעס טרעגערס וואס קענען נאכזאגן מלה במלה טראמפס לעצטע פיקחות און דערנאך זיך דינגן איבער זיין פיסק אויף שרויפן. אבער אעפ”כ אז יידן פרעגן איבער א קאווע אין סוכה ווען אינעווייניק זינגט מען ממקומך וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט איז גוט צו האבן אן ענטפער.
עס איז דא ביי אונז א ייד וואס זיין וועקערזייגער וועקט אים מיט די נייעס סיי אין מיטן וואך און סיי שבת און יו"ט האט ער אבער א טבע אז ער האט מורא צו דערציילן. אז מען פרעגט אים ברבים ווייסט ער נישט און ער לויפט אוועק. נישט איעדער איז פעהיג רעדן צו אן עולם וואס ווי לענגער מען רעדט וואקסן ארום די מענטשן און דער געדרענג ווערט שטערקער. און אז דער עולם ווערט צו גרויס קומען די גבאים און שרייען, נו שלמה מילך מאכטס נישט קיין קופקעס.
ווייטער אז מען פרעגט אים ביחידות הייבט ער אן בראשית ברא. איך פרעג וואס זאגט דער ראדיו און ער זאגט מיר וואס ער האלט איבער אלעס פון סיריע, דער מיטל מזרח, אבאמא, רוסלאנד, אוקראינע און די שבעה כוכבי לכת.
א שטיקל איפכא מסתברא בין איך אויך אין איך האב ליב אליין צו לייענען ווי איידער אנדערע זאלן מיר זאגן. איז ליין איך מיר אפ מיינס און אז איך קום אין שיל און הער מעשיות מיט בערד קען איך אריינהאקן לא כך היה מעשה און נאט אייך די פאקטן. און אצינד אויף אוכל נפש קענט איר צוקאכן צימעס וויפל איר גלייכט.
דארף מען אבער וויסן וואס צו דערציילן. אן עקסידענט צי א רציחה ווייסן אנדערע בעסער, אויף געבורטן און פטירות מוז מען גייו אין מקווה, ארץ ישראלדיקע נייעס שוין ענדערש אבער אויף דעם זענען אויך דא צו גרויסע מבינים. און אז מען דערציילט מוז מען אויך אויסהערן די רחמנא לצלנס און ימח שממס איז מיר לייכטער מיט דעם נישט אנצוהייבן.
איז אבער דא פאליטיק און אינטערנאציאנאלע נייעס און די רעפובליקאנער און דעמאקראטן און דער פויפסט און פוטין און פארשטייט זיך אליין וואו האלט וואל סטריט און אויל און גאלד וכו'
וואס טוט מען אבער אז דער נייעס איז אז מען האט געפונען וואסער אויף מארז? איך בין אין די זאכן א גאנץ קנאפער ידען כאטש איך ווייס אז מארז איז ווייט און רויט און וואסער איז א יסוד פון לעבן. אבער פארזיך זיך שטעלן אין שיל ווען מען פארקויפט רביעי פאר צענדליקע 'טויזנט' און זאג איבער וואסער אויף מארז. דער וועט זאגן, נו איז וואס, א צווייטער, אז מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן, א דריטער אז דאס איז אפשר די מים העליונים פון די ששת ימי בראשית, א פערטער אז זיי האבן נישט מיט זיך וואס צו טון און אויף דעם וועט זיך איינער וויצלען אז ער קען בעסער טון מיט דער געלט וואס דאס קאסט און דערנאך פרעגט איינער, וואס איז מארז און איצט גיי הייב אן.
ווייטער דורשי רשומות וועלן זאגן אז עס איז מרומז אין שמחת בית השואבה און ניסוך המים וועט שוין איינער צולייגן אז נאסא ווערט נאס. די דורשי רשומות וועלן אבער ערענסט ווערן אז עס איז נישט קיין חכמות און ווער ווייסט חס ושלום וואס דער ליקוי לבנה פון דער ערשטער נאכט סוכות באדייט. און אין גמרא שטייט שוין, טאקע אין מסכת סוכה, אז ישראל מונים ללבנה און פון דארט קען מען ברענגן היסטאריע וואס האט אלץ פאסירט נאך אזוינע געשענישן. און צו דעם קומט דער געלערנטער יאט אז מאדים איז א סימן פון בלוט און אפשר טאר מען ניטאמאל גלייבן איבער וואסער.
איז דעריבער לייכטער צו זאגן אז פוטין און אבאמא האבן זיך געטראפן. דער זאגט אבאמא איז א בהמה און פוטין איז א חברהמאן. א ציוניסט רעדט אריין אז ארץ ישראל וואלט עס שוין לאנג ערלעדיקט, און נאך איינער אז טראמפ וועט שוין גוט צופיקסן פוטינען און ווען איינער ווארפט אריין הילערי שיסט מען פאר געלעכטער.
דערווייל שרייט איינער השם השם און די רייכערער לייגן אראפ די נאך ברענענדיקע ציגארעטלעך וואס די קינדער כאפן שפעטער דערפון שיריים. און דער עולם לייגט זיך ארויף דער טלית אויפן קאפ און גייט אריין איבערדערציילן דער פרישער נייעס בין גברא לגברא.
תגובה 1:
דער וועט זאגן, נו איז וואס, א צווייטער, אז מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן, א דריטער אז דאס איז אפשר די מים העליונים פון די ששת ימי בראשית, א פערטער אז זיי האבן נישט מיט זיך וואס צו טון און אויף דעם וועט זיך איינער וויצלען אז ער קען בעסער טון מיט דער געלט וואס דאס קאסט און דערנאך פרעגט איינער, וואס איז מארז און איצט גיי הייב אן.
איך וועל זאגען 'נו, וואסער. ממילא אז מ'טרעפט וואדקא, לוינט זיך עפעס. אבער וואסער?! וואס איז די גרויסע גליק?'
הוסף רשומת תגובה