יום ראשון, ינואר 01, 2017

האיש יקדש

נאָך יאָרן פון שרייבן, דענקן, קרענקן, האָט עס ענדלעך פּאַסירט. דער בחור וועט אי"ה מקדש זיין בשעה טובה ומוצלחת און אין אַ מזלדיקע שעה וועט מען שטעלן חופה פאַר אים און זיין בת זוג וואָס מען האָט אים באַשערט זייט פערציק טעג איידער ער איז באַשאַפן געוואָרן. וועט איר מיר פרעגן, און אַז דאָס קינד איז נאָך נישט באַשאַפן ווי איז שייך עס משדך צו זיין? וועל איך אייך ענטפערן אַז איר קענט נישט אנזערע שדכנים.

ומעשה שהיה כך היה.

אַז איר האַלט מיט מיין סעריע פון האיש מקדש וועט איר שוין וויסן אַז ילד יולד לנו, גאָט מיט זיין גרויס גענאָד האָט אונז געשאָנקן אַ זון, מען האָט אים געייִדישט, ויגדל הילד ויגמל און מען האָט אים געשוירן, געפירט אין חדר, דערנאָך בר־מצווה געמאַכט, געשיקט אין ישיבה אַריין, און אַז גאָט צו דאַנקן ער איז אָנגעקומען צו די יאָרן האָט דער עולם זיך גענומען ווינטשן, שדכנים האָבן גערופן, מיר האָבן אָנגעויבן צו 'הערן' (אָדער אויף ענגליש, ליסענינג), מען האָט אָנגעטראָגן 'זאַכן', פון זיי האָבן אַפּאָר אונז נישט געוואָלט אן ביי אַנדערע האָבן זיי נישט געוואָלט, מען האָט נאָך אָנגעטראָגן, ער איז מיט איר אַרויסגעגאַנגן איין מאָל, און נאָכאַמאָל, און ווידער אַמאָל און אַלץ שפּעטער אַהיים געקומען, ער האָט שוין נישט אַלעס איבערדערציילט, ער האָט ארומשפּאַצירט אין דער היים אָן צו רעדן און בלויז זיך ציען דאָס בערדל, און אין אַ שיינעם טאָג, אָדער בעסער געזאָגט, אָווענט, האָט מען געבראָכן טעלער, דער עולם האָט אויסגערופן מזל טוב און מיר זענען געוואָרן אַ מחותן.

וואָס זאָל איך אייך זאָגן? דאָס מחותנשאַפט איז אינגאַנצן עפּעס אַנדערש. שבת גריסט מען אייך, גוט שבת ר' מחותן! ייִדן קומען צו אייך צו אַז מהיום והלאה איז מען שוין אַריבער צום צווייטן זייט. כלומר ווי דער וועלט איז צוטיילט אויף צווייען: די וואָס האָבן נאָך נישט חתונה געמאַכט און די וואָס יאָ. כאָטש זיי זאָגן נישט בפירוש קלער איך אַז זיי מיינען אַז דאָ ענדיקט זיך דער שטראָז פון דער טראַכט און עס הייבט זיך אָן דער שאָסיי פונעם קבר. "ברוך הבא" זאָגן ייִדן מיט גרויע בערד וואָס שפּראָצן אויף זייערע אוירן און אין דער נאָז.

מיינט אָבער נישט אַז מען איז אַהער לייכט אָנגעקומען. עס איז שווער צופיל צו דערציילן אָן אַריינצוקריכן אין מיין זונס אהבה רבה אָדער זיך צו פאַרפּלאָנטערן מיטן מחותן זאָל זיין געזונט. אין אמתן האָט איך גאָרנישט אַזויפיל צו דערציילן ווייל נאָך איין צוויי מאָל האָט דער זון שוין נישט איבערדערציילט. עראָס האָט געשאָסן זיינע פיילן, די האַרצן האָבן אָנגעהויבן צו קלעבן און צו אונז האָט זיך זיין מויל געגעבן אַ פאַרקלעם. פּראָסט אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דעם על כן יעזוב. מיר די עלטערן זיצן אויף שפּילקעס צי מה' יצא הדבר און צי די בת־קול האָט טאַקע זיי געמיינט און זיי זיצן זיך אין אַ באַר און פאַרבערנגן שעות אויף שעות און ער קומט דערנאָך אַהיים אַז "ער ווייסט נישט". נאָר ער דאַרף נאָך און נאָך און נאָך.

איז לאָמיר איבערלאָזן דעם בחור און דער בתולה צו זייערס. אַז זיי ווילן באַשרייבן זייערע חולת אהבה, געזונטערהייט, אָבער דאָס איז נישט פאַר אונז. גלייבט מיר נאָר אַזויפיל אַז המקרא הזה אומר דרשוני. זייט אליעזר עבד אברהם האָט געמאַכט קניען די קעמלען ביי דער קאָרעטע חזרט מען כסדר איבער פרשת שידוכים און בלויז דאָרט זאָגט רש"י יפה שיחתן של עבדי אבות. די אבות אַליין רעדן פון ייחוס און געלט און אַ דאַך איבערן קאָפּ און ווען און וווּ מען וועט שטעלן חופה און ווער וועט מסדר קידושין זיין און וועם זאָל מען געבן ברכה אחריתא.

אָבער די עבדי אבות זיי רעדן צו דער זאַך. זיי דערציילן פון דער ערשטער טעלעפאָן פון דעם שדכן ביז מען איז געלאָפן צום שכן באַרגן אַ וויסקי ווייל דער לחיים איז אויסגעלאָפן ביים שלום זכר מיט צוויי וואָכן פריער און דאָ וואַרטן צען פעטערס און מען וויל שוין 'שליסן' ולרש אין כל בלויז אַן איי קאָניאַק צי אַ בנאַנאַ ליקער ואָס צוברעקלט זיך ווען מען דרייט אויף דאָס דעקל וואָס מען האָט נישט געעפנט זייט דער אָפּשערן, טאַקע פון דעם חתן דינן, ווען דער זיידע וואָס קען נישט טרונקן האָט געבעטן מען זאָל אים אַריינגיסן אַביסל 'פון דער געלע' 'אויף יוצא צו זיין'. די עבדי אבות זיי רעדן אויך פון די באַשויען, ווי לאַנג זיי האָבן געדויערט, און וואָס זיי האָבן געשמועסט.

איך זאָג 'זיי' כאילו בעל כרחך איז געווען מער ווי איין באַשוי, און מיר ווייסן אַלע אַז מען קען מיט איין באַשוי אויך, כאָטש מיר נייטן חלילה נישט די קינדער און טאָמער ווילן זיי דווקא נאָך איין מאָל איז אין מוחין בידם. נאָר וואָס דען, דבר הכתוב בהווה און בדרך כלל ביי היימישע ייִדן נאָך דער ערשטער באַשוי טרעפט מען זיך נאָכאַמאָל אויף פעסט צו שטעלן אַז די פּאָר געציילטע ספיקות זענען נישט מער ווי איינרעדענישן ווי די מאַמע האָט געזאָגט און אַלע גיין עס דורך און כּל זמן דער שמועס איז געפאָרן איז אַ ראיה אַז מאת ה' היתה זאת.

ממילא פון דער צווייטער באַשוי ביז צום לחיים קען זיין דער לענג פון אַן אשרי ובא לציון אָן למנצח. דאָס הייסט קוים זענען זיי אַריין אינעם צימער מיט דער טיר אָפן אַ שפּאַרע מחמת ייחוד, הייבן שוין אָן די טעלעפאָנען מיט אנעים זמירות און מען זאָגט פאַר יעדן 'נאָך נישט' און פאַר דעם בחור זאָגן מען ער קען נאָך רעדן צוויי מינוט ווי מען זאָגט פאַר אַ בר־מצווה בחור ער קען זאָגן נאָך צוויי אַ האַלב ווערטר פון זיין פּשעטל איידער מען זינגט אים נאָכאַמאָל אַריין און מען זעצט אים אַוועק. און דערנאָך שטוינט מען אַז יעדער ווייסט שוין אַזוי שנעל און בדיעבד נעמט מען אָפּ די מזל טובס און מען האַקט אַריין דאָס פּאָר פאָלקל אַז דער לחיים שטייט שוין גרייט.

מיר זענען פאַרפאָרן ווייל אונז האָלטן מיר נאָך ווען דער שדכן האָט גערופן. אייגנטלעך איז עס געווען אַ שדכנטע, און דאָ בין איך אויך עפעס געווויר געוואָרן. אַז ביי די שטאַרקע חסידים זענען בדרך כלל די שדכנים מענער משא"כ ביי ווייניקער חסידישער און אַזוי גערופענע "מאָדערנע" איז עס בעיקר פרויען. פרעגט מיר נישט פאַרוואָס און דער כלל האָט גענוג יוצא מן הכללס אָבער כן נראה לי. ביי חסידים ברענגט מען אויך בעיקר דעם שידוך צום פאָטער. איך קען אייך נישט זאָגן צי ביי נישט חסידישע ברענגט מען די שידוכים צו דער מוטער אָבער אַזוי איז געווען ביי מיר. איך האָב איבערגעלאָזט דער גאַנצער מסכת קידושין צו מיין אשת חיל. זי האָט געפרעגט אויסקומף, חוקר געווען מה טובן, געפרעגט שאלות און געזוכט תשובות און בלויז ווען עס איז געקומען צו די דיני ממונות האָט מען מיר געברענגט צום טיש - כמעט צו מאַכן אַ חורבן פון אַלעס.

ווען מען פרעגט אויסקומף קומען די תשובות אויף אַלע אופנים. אויף איינעם האָט מען אונז געזאָגט אַז די עלטערן זענען צובראַקעוועט און עס איז דאָ אַ קלאַנג אַז אַזוי ווי זיי מאַכן חתונה וועלן זיי זיך צוטיילן, אויף נאָך איינער אַז דער פאָטער האַלט שוין ביים צווייטן, די איז אַ מיאוסע, די, זאָגט מען אונז, איז שווער געברוסטעט, די איז באמת אַ געשיקטע נאָר אירע קליידער זענען פון די פיר אינטש קאַטעגאָריע, כלומר צו פרום. די איז פון אויסלאַנד און מיר ווילן לכתחילה פון דאָ הי. די שדכנטע לאָזט זיך אָבער נישט און איז מסביר אַז טאָמער איז די אַנדערע צד אין דער ווייטענס מוז מען פאַר יו"ט זיך נישט דינגן מיט די מחותנים און דאָס פּאָר פאָלק צווישן זיך צו וועם זיי זאָלן גיין אויף יו"ט. האָט איר אַ שדכנטע.

אויף איין מדוברת האָבן מיר נישט געהאַט וועם צו פרעגן נאָר אַ פּלעמעניצן וואָס קען אַ חברטע און נקוט כללא בידך אַז אויף אויסקומף רופט מען נישט אַ פרעמדע. מען מוז געטרויען דעם וואָס מען פרעגט אַז זיי זאָלן ענטפערן דברים כהוייתן און נישט זאָגן גוטס ווייל זיי מיינען 'אייער טובה' אָדער ווייל זיי ווילן נישט 'קאַליע מאַכן'. אפילו אַזוי איז מען נישט פאַרזיכערט ווייל עס זענען פאַרהאַן די מצווה ייִדן און ייִדענעס וואָס האַלטן עס איז אַ 'גוטער זאַך' און מען דאַרף עס 'שטיפּן', אָדער סתם קליינע מבינים אויף כאַראַקטער און ביי זיי איז כולם אהובים כולם גבורים, יעדער איז פיין און ווויל און זיי ווילן נאָר זאָגן גוטס אויף אַ ייִדן. די ערגסטע פון אַלע זענען די גוטע ייִדן וואָס ביים ערשטן טעלעפאָן מעלקן זיי פון אייך אויס דאָס זאַפטיקע און דערנאָך זענען זיי אַזוי פאַרנומען אַז אפילו פינף איבעריקע מינוטן אין צוויי וואָכן פאַרמאָגן זיי נישט.

נו, אַז די שדכנטע האָט גערופן עפעס פריש אָנצוטראָגן נתמלא הבית כולו אורה. און אַז מיין פרוי האָט געהערט במה דברים אמורים איז עס איר געפאָלן. זי קען די פאַמיליע און זענען בעל־הביתשע מענטשן, נישט איבערגטעריבן נאָר באַשיידן אָבער דאָך מיט טעם. און איצט דאַרף מען הערן אויפן סחורה. שטעלט זיך אויס אַ פיין מיידל. האָט מען זיך געטראָפן און געטראָפן און איך האָב אָנגערייצט מיין זון ער זאָל איר בעטן איר צעל און אַזוי אַרום קען ער פטור ווערן די שדכנטע און פירן די זאַך אַליין אָבער סיי מיין פרוי און סיי מיין זון זענען צו דעם נישט גרייט.

און דאָ, מיינע פריינט, קום איך אַריין. אני הקטן, מעגט איר וויסן, איז נישט שטאַרק באַהאַווענט אין אהבה רבה. כלומר אַזוי: אנכי בדרך נחני ה'. אַז איך בין אַלט געוואָרן אַכצן יאָר האָט מען מיר גערעדט אַפּאָר שידוכים, מיט איינעם האָב איך מיך געטראָפן אין איין שיינעם אָווענט נאָך האָבן געטראָפן אירע עלטערן און מיינע עלטערן איר. מיט צוויי טעג שפעטער האָב איך איר ווידער געטראָפן אויף אַ פרייטיק אינדערפרי אויף בערך אַ שעה על מנת אַז טאָמער געפעלן מיר זיך וועט מען מאַכן דער לחיים נאָך פאַר שבת.

וכך הוה. שוואָגערס און פעטערס און באַבעס און זיידעס זענען זיך צאַמגעקומען, מען האָט אָנגפילט די שטאָמפּיקלעך מיט וויסקי און ליקערן און זיך געווינטשן מזל טוב און אין די ערב שבתדיקע מרחצאות האָט מען זיך דערציילט פון דער לייטעסט שידוך. אַ האַלב יאָר שפּעטער נאָך זען מיין כלה בגניבה בלויז אויפן תנאים בילד וואָס איך האָב אין ישיבה באַהאַלטן אונטער מיינע וועש האָט מען געשטעלט חופה. פאַרשטייט זיך די פאַרטיידיקע וועלן זאָגן אַז חלילה מען נייט קיינעם נישט, אַראַנזירטע שידוכים זענען נישט געצווינגענע, מיר מאַכן נישט חתונה יונגע מיידלעך צו גראָבע בייכלעך אין די פערציקע יאָרן, מען פרעגט אָן ביים בחור ובתולה צי זיי ווילן און סך הכל געט מען זיי אַ קליינער שטיפּ ווייל פאָרט איז קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף.

איך בין אָבער נישט אויסן זיך מיט זיי צו דינגן. איך מיט מיין פרוי זענען נאָך צוזאַמען און איך רעד מיך נישט אָפּ נאָר פאַרפעלט האָב איך. ווען איך בין ענדלעך אָנגעקומען צום פרק פון חולת אהבה האָב איך שוין געהאַלטן נאָך חופה וקידושין. צו דודי בין הבנות האָב איך נישט זוכה געווען ווייל איך האָב פון אַנדערע בנות גאָרנישט געוויסט. מיינס האָט מען מיר געוויזן, איך האָב געזאָגט יאָ און מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער איר אָנגעטון אַ קידושין רינגל. ווען עס איז אָבער געקומען צו מיין זונס שידוך מצא לו בעל חוב מקום לגבות את חובו.

אים וועט קיינער נישט שטיפּן, נישט איינטיילן, נישט צואיילן, נישט אָנווייזן כזה ראה וקדש. זאָל ער איר טרעפן אויף האַלבע נעכט און גאַנצע טעג. זאָלן זיי זיך דורכשמועסן ביים ערשטן מאָל זיך טרעפן מער ווי אַנדערע פּאָר פאָלקן יאָגן אָן איידער זייערע ערשטער באַהעפטונג, זאָל עראָס אים לעכערן דאָס האַרץ און זאָל זי נאָך אים לעכצן. זאָלן זיי זיך צושמעטערן די הערצער אויף קרישלעך אָבער ידיד נפש זאָל ער אָפּלערנען מיט אַלע פירושים.

איך דער קליינער מבין האָב מסית ומדיח געווען. אַז מיין פרוי האָט געוואָלט אַסאַך אויסקומף האָב איך געזאָגט, זאָלן זיי אַרויסגיין. איך האָב אים נאָכאַמאָל און ווידעראַמאָל געזאָגט קום נישט אַהיים אָן איר צעל נומער און נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל איז ער אַהיים געקומען מיט ליידיקע הענט. מיין פרוי איז נישט געווען זיכער, מיין זון האָט מציע געווען אָנפרעגן דער שדכנטע, זיי האָבן פון מיר געשפּעט פון וווּ איך בין מיטאַמאָל געוואָן דער גרויסער מבין אויף ליבע אָבער איך האָב מיך געהאַלטן ביי מיינס. אַז מען פרעגט נישט באַקומט מען נישט, האָב איך אים געראָטן.

וזה חלקי מכל עמלי, דער אַנשטאָטיקע נחת וואָס איך האָב דורך אים געשעפּט און די קרענקן פון ליבע וואָס איך האָב מיטגעלעבט ע"י שליח. זיי זענען זיך נישט געווען פרעמד, זיי האָבן זיך אַליין דורך גערעדט זייערע ספיקות, זיי האָבן זיך געזען און גערעדט און פאַרבערנגט און געלאַכט און געוויינט זיי צווישן זיך אַליין. די נומער טעלעפאָנען האָבן זיי זיך אויך סוף סוף איינגעטוישט און זיך געואָטסאַפּט אין אַלע שעות. איך האָב מיך נישט געפרייט צו זען ווי ער קרענקט אָבער איך האָב עס באַטראַכט ווי יסורין של אהבה. אַז איך מוז מודה זיין על האמת האָב איך געשפּירט אַ נקמה אויף וואָס מען האָט פון מיר אָפּגעהאַלטן. אָבער מער ווי דעם האָט מיין האַרץ געקוועלט צו זען ווי פון אַ אפשר ווערט אַ זיכער און פון זיין גאַנץ פרעמד איז געוואָרן צו גלייכן און דערנאָך צו ליבן.

און צום סוף איז ער נישט אַ חתן געוואָרן ביי אַ שבתדיקן עס טיש מיט גלאַנצן פון זילבער און קלאַנגן פון בעכערלעך נאָר אויף איין קני מיט אַ בוקעט פון בלומען. מען האָט נישט געשלאָסן מיט אַ מזל טוב און הענט שאָקלערייען איבער אַ לחיים מיט די זקני המשפחה נאָר אין אַ פּאַרק אונטער אַ זוניקע בלויע הימל צווישן פיר אויגן. און אונז האָט מען מודיע געווען מיט אַ פשוטער מעסעדז, "שי סעד יעס!" ממש ווי אין דער נוסח התנאים, "ובשאילת פיה ואמרה הן".

רבותי, דאָס הייסט ייִדיש נחת!

תגובה 1:

אנונימי אמר/ה...

Katle,thhis was one of your best ever it was worth the almost one year wait,may you see much much NACHAS FROM THEM