יום שני, נובמבר 22, 2004

במוצאי יום מנוחה אָדער שבת־צו־נאַכט פֿיבער א'

איך בין אױף צרות. איך האָב שױן נישט געשריבן איבער אַ חודש און ס'שרײַבט זיך נישט. זאָל זיך קײנעם נישט דאַכטן אַז אין דער צײַט װאָס מען האָט פֿון מיר נישט געהערט האָב איך אָנגעפֿילט גאַנצע העפֿטן מיט חידושי תורה און סיפּורי צדיקים. לײדע חוץ פֿון אַפּאָר אָבזערװאַציעס װאָס איך האָב מיך אױפֿגעצײכענט האָב איך דער גאַנצער צײַט פֿאַרברענגט מיט פֿאַרשידענען ענינים, מאַנכע פֿון זײ זענען דוחה שרײַעבן אין אַ בלאָג אָבער צו מײַן שאַנדע האָב איך אױך אָפּגעבטלט אַ חלק פֿון מײַן איבעריקע צײַט ובידי אין מעש, איך האָב נישט װאָס צו צײגן פֿאַר די פֿאַרלױרענע מינוטן, שעות און טעג. װי אַ צדיק האָט אַמאָל געטײַטשט ובימי אקרא, איך װעל רופֿן מיט מײַנע טעג, דאָס הײסט ער װעט אָנפֿולן זײַנע טעג מיט מצוות ומעשים טובים און די טעג װעלן אים פֿאַרטײדיקן. צום באַדױערן פֿעלן מיר אַ היפּשע פּאָר טעג פֿונעם חשבון. אַ צדיק האָט אָבער אױך געזאָגט אַז כּל זמן דאָס לעכטעלע ברענט קען מען פֿאַררעכטן און דאָס בין איך אַצינד אױסן. צו פֿאַררעכטן.

ס'איז נישט לײַכט װײַל װאָס װײניקער מען שרײַבט האָט מען אַלץ װײניקער אױף װאָס צו שרײַבן און װי חז"ל זאָגן אַז די תורה זאָגט אַז דו װעסט מיך איבערלאָזן אױף אַ טאָג װעל איך דיר איבערלאָזן אױף צװײ טעג. פֿלעגט דער רבי אין חדר דאָס ערקלערן אַז דער תורה איז נישט װי מען גײט אַראָפּ פֿון אַ באַן בײַ אַ סטאַנציע און אַז דער באַן פֿאָרט אַװעק איז דער װײַטקײט פֿון דעם מענטש ביז צום באַן אַזױ פֿיל װיפֿיל דער באַן איז געפֿאָרן. אַז מען לאָזט איבער דער תורה אױף אַ טאָג בלײַבט מען נישט שטײן װײַל אַ טאָג אָן תורה איז בעל כּרחך אַ טאָג מיט עפּעס אַנדערש און דער יצר־הרע שטײט גרײט באַלד אָנצופֿילן דעם קאָפּ מיט נאַרישקײטן און ערגערס. דערפֿאַר אַז מען לאָזט איבער דער תורה אױף אַ טאָג איז סײַ די תורה פֿאָרט װײַטער און סײַ דער מענטש פֿאָרט פֿון דער תורה אַװעק און פֿאַרדעם װערט פֿון אַ טאָג נישט לערנען אַ צװישנשײד פֿון צװײ טעג.

אױך איך בין געפֿאָרן אױף אַ באַן. צי עס איז געװען תורהדיק צי נישט לאָז איך איבער פֿאַר אײַך. במוצאי יום מנוחה האָב איך געדאַרפֿט פֿאָרן קײן פֿאַר ראָקעװײ. פֿרעגט נישט פֿאַרװאָס און פֿאַרװען אָבער איך האָב נישט געהאַט קײן אַנדרע מיטל צו פֿאָרן נאָר מיטן באַן פֿון פּען סטאַנציע און דווקא מיט אַ באַן װאָס פֿאָרט װען ס'איז שױן נאָך חצות. נו, אין ניו יאָרק איז לילה כּיום יאיר און װער רעדט נאָך אױף שבת־צו־נאַכטס װען ניו יאָרק פּראַװעט אַ מלווה מלכּה ביז אין די פֿריע שעות און אין די װינקלן און אַלקערן פֿונעם סטאַנציע קײט מען איבער די שריים און מען כאַפּט גאָר אַ דרימל. מען האָט אױסגערופֿן אַז דער באַן װעט פֿאָרן אין 1:04 און זײַענדיק אַ ייִד בין איך זיכער געװען אַ איז אַזאַ צײַט פֿאָרט קײן אײנער נישט חוץ פֿון שיכּורים און קרימינאַלן. די ציצית פֿון דער געזעלשאַפֿט װאָס הענגנן נאָך נידעריקער װי די פֿראַנזן.

נישט צום ערשטן מאָל בין איך געװױער געװאָרן אַז נישט אַלעס װאָס איך גלײב אַלץ ייִד איז װאָר. דער באַן איז געװען אָנגעשטאָפּט װי לאָמיר זאָגן אינדערפֿרי אָדער נאָכמיטאָג אַ האַלבע שעה פֿאַר אָדער נאָך דער געדרענגע־שעה. אַלע זיצן זענען געװען באַזעצט און אַרום די טירן איז מען אױך געשטאַנען, אָבער אָטעמן האָט מען געקענט. איך זעץ מיר אַראָפּ און מאַך זיך באַקװעם מיט מײַן טאַש לעבן מיר. איך בין נישט מחוייב מפֿקיר צו זײַן מײַנע חפֿצים און װײַל איך גײ אַ יאַרמולקע מיז איך אַרױף לײגן די געפּעק איבערן קאָפּ אַז מען זאָל זײ קענען לײַכטער לאַקחענען? ס'איז שױן הױך צײַט אַז קריסטן הײבן אױך אָן מאַכן אַ קידוש השם. שױן צװײ טױזענט יאָר װאָס מיר פֿלאַטערן מיט די הענט און פֿיס װען עמעצער לאָזט אונדז אַריבער גײן דער גאַס, און נאָך װען ס'איז פֿאַר יענעם רױט. און װאָס האָבן מיר דערפֿון? אַז יעדער קען זיצן אױף באַנען און באָסעס בפּישוט ידים ורגלים און מיר נעמען זיך צאַם דאָס מאַנטל אַז ס'זאָל חלילה נישט אָנרירן אַ צװײטנס זיץ.

פֿון הינטער מיר הער איך װי ס'זעצן זיך אַפּאָר בגילופֿינדיקע חברה װאָס װײסן גאָרנישט פֿון ר' יוחנן'ס עדיקט אַז עס איז פֿאַרבאָטן זיך אָנצופֿילן דאָס מױל מיט געלעכטער אין דער װעלט. מײַן גענעטישע ענטענע, אַנטװיקעלט און אױסגעמושלמט אין צװײ יאָרטױזענט פֿון גלות, איז געװען אָנגעשפּיצט און אױסגעשאַרפֿט צו װאָס ער װאַרט מיר דאָ אָפּ. מײַן אַרײַנגעבױטע נאַװיגאַטאָר האָט מיר געהאַלטן אין אײן אײַנחזרן דעם ערשטן און לעצטן כּלל׃ דרײ דיך נישט אױס און אַז זײ קומן פֿאַר דיר מאַך חלילה למען השם נישט מיט זײ קײן אױגן פֿאַרבינדונג. װאָס נאָך האָב איך געקענט טון אױסער זאָגן שיר המעלות ממעמקים און נישט זאָגן װידוי װעגן אל תפֿתח פּה לשטן?

מיטאַמאָל האָט אױסגעבראָכן אין דער װאַגאָן אַ קול רעש גדול, אַ געװאַלד קול 'אָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל.' דאָס קדחת האָט מיר געכאַפּט. אַ פּאָגראָם. אַ קאַפּיטל תהילים װאָלט דעמאָלסט געװען װי אַן אַנאַסין פֿאַר אַ נוטה למות. און װאָס װאָלט מיר געטױגט אַ משכּיל לדוד װען איך קום אָן צו די טױרן פֿונעם בית דין של מעלה און דער אָפֿיציר כאַפּט מיך אָן בײַם גאָמבע און פֿרעגט בײַ מיר, 'זאָג נאָר דו װוּ איז דײַן שמע ישראל? האַ?' און דעמאָלסט איז שױן צו שפּעט אַפֿילו אױף אַ ברוך הוא וברוך שמו. בײַ מיר איז געװען זיכער אַז נאָך דער יללה קומט אַ מעסער און אַסאַך װעט מיר העלפֿן אַז איך װעל זײ זאָגן אַז איך האָב נאָך אָן די שבתדיקע הױזן. נאַריש קינד! װאָס האָב איך נישט געפֿאָלגט דער שװיגער װען זי האָט זיך בײַ מיר געבעטן אַז ס'איז סכּנת נפֿשות פֿאָרן אױף די באַנען אין אַזאַ שעה.

2 comments:

אנונימי אמר/ה...

רבי לעבן, דער המשך פעלט.

אנונימי אמר/ה...

רבינו
מיר טרונקען מיט דורשט יעדעס ווארט, עס פרייעט דאס הארץ אז דער רבי האט האט באוויליגט אראפצורייסן פון די טייערע צייט אונז צו שענקען אפאר טייערע ווערטער, אבער מיר זענען באמת און א פחד וואס האט זיך אויסגעלאזט דארט אויפן באן, ביטע פארענדיגן די מעשה