שטעלט זיך אױס אַז דער 'אָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל' איז גאָר געװען ראָמבאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל. נישט די ראָמבאָלס װאָס מען געבט בײַ קידושים װאָס איז צאַמגעדרוקטע לעקך מיט ראָם. נײן דאָס איז גאָר דער שמעו נאָ רבותי פֿון אַ יאַט מיטן נאָמן מײַקל באָפֿער. די שרײַערס זענען געװען אַ יונגערמאַן מיט אַ מײדל אַ יפֿת תואר מיט אַ גרינע געשטריקטע פּעלערינע. אַכּלל זײ האָבן זיך אַזױ לאַנג צושריגן ביז אײנער האָט זײ געזאָגט זײ זאָלן זיך פֿאַרמאַכן די פּיסקעס. געבט דער בחור אַ שרײַ אױס װי דער פֿאַרקױפֿער פֿון די מצוות, 'צען דאָלער פֿאַר אַ מײַקל באָפֿער, נו צען דאָלער, װער געבט צען דאָלער?' אַז קײנער האָט זיך נישט אָפּגערופֿן רופֿט ער זיך אָפּ, 'דרײַסיק דאָלער פֿאַר אַ מײַקל באָפֿער מיט איר 'טאָפּ אָפֿף'. אַז איר װאָלט 'איר' געזען מיטן טאָפּ אָן װאָלט איר שױן פֿאַרשטאַנען אַז יותר ממה שקראתי כּתוב כּאן. דאָס האָט געהאַט דער עפֿעקט װי אין שיל װען דער גבאי פּראָבירט אָפּפּטרן אַן אחרון ואין קונה און מיטאַמאָל געבט ער אַ שרײַ אױס 'פֿופֿציק דאָלער אחרון חזק.' װאָס איז פֿאַר אַ מינוט געװען ביליג װי באָרשט איז מיטאַמאָל אַ בלינדע מציאה. 'הונדערט' רופֿט זיך אָפּ דער זעלבער זקן װאָס האָט פֿריער געשריגן 'שאָר' אָפּ'
איך בין מיר געזעסן װי אליעזר בײַם ברונעם װאַרטענדיק און שװײַגענדיק צו זען װאָס װעט זיך דאָ אױסקאָכן. דער מאַן האָט געזאָגט אַז די מײדל איז גאָר זײַן שװעסטער, 'באָט ע בוב איז ע בוב'. ער איז לכאורה נישט מער װי גערעכט. אַז ס'האָט זיך מיט גאָרנישט אױסגעלאָזט האָבן זײ זיך גענומן צום עקזאָטישן יונגערמאַן װאָס איז געזעסן אײן זיץ פֿאַר זײ. זײ װילן איך זאָל ראָמבלן. זעענדיק מײַן אום־חשק פֿרעגט ער מיר, 'דו קענסט עמעצן אין דער װאַגאָן?' זאָג איך אַז נײן. 'נו איז װאָס גײט דיך אָן?' גײ זײַ אים מסביר אַז מיר אײניקלעך פֿון אברהם אבינו זענען ביישנים און מיר ראָמבלן נישט בפֿרהסיא. איך האָב אױך אים געפֿרעגט װאָס דאָס באַדײַט. זאָגט ער מיר דאָס איז דער קול קורא פֿון מײַקל באָפֿער. 'און װער איז דאָס מײַקל באָפֿער?' 'דו װײסט נישט װער מײַקל באָפֿער איז?' פֿרעגט ער מיר מיטן ניגון פֿון אַ מחזיר בתשובה אין תחנה מרכּזית װען ער הערט אַז אַ זעלנער װײסט נישט װער ר' עקיבא איגר איז געװען. באָפֿער זאָגט ער מיר איז אַ באַרימטע בעל מקרא פֿון ספּאָרט און פֿאַרװײַלונג אימפּרעזעס און זײַן סימן מובהק איז 'לעטס געט רעדי טו ראָמבאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָאָל'.
קוקט מיר נישט אָן װי עפּעס אַ צוריק געבליבענער פֿאַרצײַטישער ייִד. איך האָב שױן געזען אַסאַך מאָװיס, דער ענגלישער המודיע לײן איך פֿון דעקל צום דעקל און איך האַלט גאָר שטאַרק פֿון דזאָן גרישעם און עולם ומלואו פֿון רעביצן יונגרײַז. איך קען אױפֿן שפּיץ פֿינגער אַלע ליצנותא דעבודה זרה פֿון אמנון יצחק, איך האָב מיך אײַנגעשריבן אין אַ קורס פֿון 'ערכים' און ס'איז שגור בפֿי טיפֿע פילאָזאָפֿישע אַרגומענטן אױף דע מה שתשיב, און יעדער מאָל יונתן ראָזענבלום דערמאַנט אַן עקאָנאָמיסט אָדער סאָציאָלאָג איבערצוצײגן אַז דער אמת ליגט פֿאַרשטעקט צװישן די דרײַסיקער גאַסן בײַ עלעף און די זעכציקער גאַסן בײַ די צװאָנציקערס און קײן עין הרע ס'האַלט אין אײן װאַקסן פּאַטש איך זיך דאָס בײַכל און איך זאָג פֿריש אשרינו מה טוב חלקינו. עם כּל זה האָב איך פֿון מײַקל באָפֿער נישט געהערט אוּן פֿון װוּ זאָל איך אים קענען אַז ער דאַװענט נישט אין מײַן שיל? איך װעל מיזן זיכן אין דער ביבליאָטעק זײַן ביאָגראַפֿיע.
װיל די מײדל װיסן פֿאַרװאָס איך גײ אַ יאַרמולקע. רבונו של עולם, פֿרעג מיר לײַכטערע שאלות. פֿאַרװאָס? איך מײן װאָס הײסט פֿאַרװאָס, מען גײט װײַל מען גײט. באַלד װעט זי װעלן װיסן פֿאַרװאָס ה' מלך פֿאַר ברוך שאמר זאָגט מען דרײַ מאָל און דער זעלבער פּסוק בײַ יהי כבוד איז געניג אײן מאָל. דאָס איז טײַטש זאת חוקת התורה און דאָס מײנט רש"י אַז די פֿעלקער טשעפּערן דערמיט די ייִדן. איך האָב איר געזאָגט אַז מען גײט אַ קאַפּל צו געדענקן פֿון גאָט. איך האָף עס האָט זיך געהערט איבערצײַגיק װײַל טיף אין מיר האָב איך געװאָלט זי זאָל מיר פֿרעגן 'און דו גלײבסט טאַקע אַזױ?' און איך זאָל איר און אים קענען געבן צו הערן אַז טראָץ מײַן סאַמעטע יאַרמולקע און מײַן באָרד און פּיאות בין איך אַלײן נישט איבערצײגט אין גאָט און אין דער רבי זי"ע און אין דער רבי שליט"א און אין מײַן זינס תלמוד תורה און אין דער שדכנתע און אין דער מקווה װאַסער און אין דער שרון רעגירונג און אין יונתן פּאָלאַרד און װער רעדט נאָך פֿון פּאַרקינג טיקעטס כאָטש איך האַלט שטאַרק פֿון אַ טעלער טשולענט. און אױך זײַט הײמישע ייִדן זענען געװאָרן רעפּובליקאַנער אָבער נאָר װען זײערע קעשענעס זענען לער װי צום בײַשפּיל שבת און יום טוב, אָדער װען זײ האָבן אין גאַנצן נישט אָן די קעשענעס למשל אין דער טוש און אין דער מקווה, זײַט דעמאָלסט בין איך אפֿילו נישט זיכער צי איך בין אַ ייִד אָדער אַ קריסט. ויש מרבותינו זאָגן גאָר אַז ייִדן און קריסטן לױפֿן הײַנט אױפֿן זעלבן טיקעט. אַ 'דרים טים' ריפֿט זיך דאָס. אַנדרע ריפֿן עס אַ 'נײַטמער'. ס'האָט אין גאַנצן געפֿעלט אַ האָר אַז רב אלישוב זאָל אינדאָרסירן דעם חלמא טבא. נאָר װיבאַלד אין אָהײַאָױ איז עפּעס שװאַך ייִדישקײט, און דאָס איז אױך נאָר װײַל רב שטײנמאַן איז זײ נישט געקומן מחזק זײַן, האָט מען באַשלאָסן אַז סתם דעמאָקראַטיע אָן צו קענען בױען אַ פּאָר ישיבות אָדער אַלעדיקן פּדיון שבויים אָדער מאַכן אַ קעפּעל אין 'יאַטעד' אַז די אַמעריקאַנע װאַלן הענגן אין די גדולי ישראל, אַזאַ דעמאָקראַטיע איז ביטול תורה. זיצענדיק אין באַן מיט אַזעלכע ספֿיקות מײן איך איז בעסער אַז איך האָב געשװיגן.
דערנאָך האָט ער אָנגעהױבן מיט זײַנע שאלות. באַלד װיל ער װיסן װעגן אַראַנזשירטע שידוכים. יאָ, ס'איז אמת אַז מען אַראַנזשירט שידוכים אָבער בדרך כּלל נײט מען נישט. (ס'איז פֿראַגזאַם װאָס הײסט נײטן אַז מען זעצט צאַם אַ בחור מיט אַ מײדל װאָס זײַט זײערע קינדערגאַרטן יאָרן האָבן זײ נישט געהאַט צו טון מיטן אַנדרע מין אױסער אַ שװעסטער קינד אָדער אַ שכן, און פֿון די נײַן, צען דאָס אױך נישט. זעצט מען זײ צאַם אױף צװײ מאָל אַ האַלבע שעה װען אינדערױסן זענען שױן אָנגעגאָסן די בראנפֿן גלעזלעך מיטן פּאַרעװע אַלטערנאַטיװ צו 'בײליס אײַריש קרים,' און נאָכדעם פֿרעגט מען זײ, 'ביסט זיכער?'. ס'האָט אַזאַ טעם װי װען לבן האָט געפֿרעגט רבקהן נאָך אַלע מתנות און דער סעודה, 'צי װילסט דו גײן מיט דעם מאַן?') דערנאָך װיל ער װיסן צי מען טרעפֿט זיך װידער פֿאַרן חתונה. בײַ די אַלגעמײנע חסידישע נישט אָבער נהרא נהרא ופּשטיה און יעדער טוט זיך װי זײַן מנהג.
נאָכדעם פֿרעגט ער צי ס'איז אמת אַז דער חתן קוקט אָן דער כּלה פֿאַרן חופּה צו זען אַז דאָס איז זי. גײ זײַ דאָס מסביר אַז ס'איז בלױז אַ מנהג װעגן װאָס לבן האָט געטון פֿאַר יעקבן. מיר מאַכן בדיקת חמץ בשם ומלכות װען ס'איז נישט דאָ קײן ברעקל חמץ, מאַכן ספֿיקא דיומא װען קײנער צװײפֿלט נישט, און דער ערשטער חודש געפֿאַלט בײַ אונדז אין מיטן יאָר ממילא איז לײַכט צו פֿאַרשטײן אַז מען קוקט װײַל יעקב האָט נישט געקוקט און מנהג ישראל תורה היא. נאָך אַ מזל אַז עשוס אײניקלעך האָבן נישט אַזעלכע מנהגים װײַל װען יאָ יעדער מאָל זײ זען אַ האָריקער מענטש װאָלטן זײ אים געגאַנגן אױסטאַפּן צי ער גײט נישט אפֿשר אין זײַן ברידערס פּעלץ. איך האָב דערצײלט פֿאַרן יאַט דער מעשה מיט לבנן און געזאָגט אַז אַזױ איז דער מנהג און שױן. דערנאָך גײט ער אײנס װײַטער, איר פֿאַרשטײט דאָך אַלײן װוּ ער װיל אָנקומן, און ער פֿרעגט צי מען גײט זיך דערנאָך באַזונדערן, און צי װען מען באַזונדערט זיך טוט מען 'קאָנסיומײטן' דער פֿאַרהײַראַטונג. די יפֿת תואר האָט אים אַרײַנגערױמט אין דער אױער, "װאָס מײנט 'קאָנסיומײט,' סעקס?" איך האָב אים געזאָגט אַז די עדי קידושין גײן צום שטיב און באַקוקן עס צי עס איז דאָרט קײנער נישט דאָ, זײ מאַכן זיכער אַז חתן כּלה גײן אַהין אַרײַן אַלײן, זײ פֿאַרמאַכן דער טיר און זײ בלײַבן אינדערױסן בײַם טיר אױף אַ זמן װאָס מען װאָלט עס געקענט קאָנסיומירן װען זײ זאָלן װעלן, אָבער קײנער װיל נישט. איך האָב אים געזאָגט אַז ס'איז דאָ װאָס האָבן אַ מנהג דעמאָלסט צו דערלאַנגן אַ קיש אָבער אױף דעם איז אױך נהרא נהרא ופּשטיה. װאָס איז דער שיעור פֿון דעם זמן האָט ער מיר נישט געפֿרעגט און איך שטעל מיך פֿאָר אַז בײַ דעם איז דער חזון איש שיעור אַ קורצע און בײַ די אַנדרע אַ לאַנגע. אַזאַ סאָרט מקולי בית שמאי ומחומרי בית הלל. (דרך אגב׃ אַז מען לײענט יאָשע קאַלב און דער מעשה פֿון יענטל זעט אױס אַז אַמאָל איז יאָ געװען דער מנהג אַז מען האָט געװאַרט אינדערױסן אױף אַ מעשה ממש. צײַטן טױשן זיך און הײַנט קומט עס אָן שװערער פֿאַר די חתנים אָבער לפֿום צערא אגרא.)
דערנאָך קומט ער אָן צום פּינטל װי ער האָט געצילט פֿון אָנהײב. צי מיר פֿאַרקניפּן זיך מיט אַ לאָך אין דער לײַלעך. ס'האָט מיר אױסגעזען אַז אַלע אַרומיקע האָבן זיך צוגעבױגן. איך האָב אים נישט געקענט מער זאָגן אַז איך האָב שױן אױך געהערט דערפֿון. צו מזל האָב איך געדאַרפֿט טױשן באַנען און מיר האָבן זיך געזעגענט װי גוטע פֿרײַנד.
אַז איך האָב שפּעטער דערצײלט פֿאַר מײַן שװער זאָל מאריך ימים ושנים זײַן פֿון מײַנע פּחדים האָט ער פֿון מיר געלאַכט. ער איז אַ גרױסע גבור אָבער פֿון גאָט ציטערט ער װי אַ קלײן קינד. זאָג איך אים און אַז דער פּסוק זאָגט אַז יעקב אבינו האָט געהערט אַז עשו קומט צו גײן מיט פֿיר הונדערט מענטשן איז יעקבן באַלד פּרחה נשמתו. און װאָס עפּעס איז יעקבן אײַנגעפֿאַלן אַז עשו װיל אים עפּעס טון? אפֿשר איז עשו גאָר געװען אַ רבי אױף אַ מסע המלכות, אַ קעניגליכע רײַזע, פֿאָרט אױף קברי אבות װײַל דער אײניקל גײט חתונה האָבן? אײַ פֿאַרװאָס בלױז פֿיר הונדערט? איז פּשוט. ער האָט זיך געהאַט צושלאָגן מיטן ברידער ממילא איז איבערגעבליבן פֿאַר יעדער פֿון זײ האַלב פֿון די אַמאָליקע שװענץ. װעט איר זאָגן יעקב האָט מורא געהאַט װײַל אױפֿן גנב ברענט דאָס היטל? חלילה, טאָר מען אַזױנס זאָגן אױף יעקב אבינו? אלא מאי לאָמיר זיך נישט באַהאַלטן פֿונעם אמת אָבער װען יעקב זאָל זײַן דער גרױסער העלד װאָלט ער זיך נישט געגרײט צו אַ מלחמה מיט אם יבא אל המחנה האחת והכּהו. שמירן האָט ער געקענט װוּנדערבאַר, דאַװענען נאָך בעסער אָבער מלחמה האָט ער סך־הכּל גוט געקענט דעם המחנה הנשאר לפֿליטה. און, זאָג איך פֿאַר מײַן שװער, מוצאי שבת װאָלט מען אױך נישט געזאָגט צװײ־און־צװאָנציק מאָל אל תירא עבדי יעקב. מײַן שװער האָט אױסגעטרינקן זײַן טײ און אָנגעהױבן זינגן אליהו הנביא.

8 תגובות:
I still dont get whats "rumble"
איך וויל נאר צולייגן עטליכע פונקטן, פרעגן פארשידענע שוועריגקייטן, און נאך. ואין מוקדם ומאוחר.
איך וועל צוטיילן אין נאמבערס ס'זאל זיין גרינגער צו ענפערן.
א) איך פריי זיך צו הערן אביסל וואס האט דיר קלוג געמאכט, קוקט מיר נישט אָן װי עפּעס אַ צוריק געבליבענער פֿאַרצײַטישער ייִד. איך האָב שױן געזען אַסאַך מאָװיס, דער ענגלישער המודיע לײן איך פֿון דעקל צום דעקל און איך האַלט גאָר שטאַרק פֿון דזאָן גרישעם און עולם ומלואו פֿון רעביצן יונגרײַז. איך קען אױפֿן שפּיץ פֿינגער אַלע ליצנותא דעבודה זרה פֿון אמנון יצחק, איך האָב מיך אײַנגעשריבן אין אַ קורס פֿון 'ערכים' און ס'איז שגור בפֿי טיפֿע פילאָזאָפֿישע אַרגומענטן אױף דע מה שתשיב
איז מיר שווער צו פארשטיין אן אנדער שטיק:
און איך זאָל איר און אים קענען געבן צו הערן אַז טראָץ מײַן סאַמעטע יאַרמולקע און מײַן באָרד און פּיאות בין איך אַלײן נישט איבערצײגט אין גאָט און אין דער רבי זי"ע און אין דער רבי שליט"א און אין מײַן זינס תלמוד תורה און אין דער שדכנתע און אין דער מקווה װאַסער און אין דער שרון רעגירונג און אין יונתן פּאָלאַרד און װער רעדט נאָך פֿון פּאַרקינג טיקעטס כאָטש איך האַלט שטאַרק פֿון אַ טעלער טשולענט.
איז וואס הייסט ביזט נישט איבערצייגט אין גאט? די קענסט דאך טיפע פילאזאפישע ארגומענטן אויף דע מה שתשיב? איך מיז זאגן אז די לעצטע שטיק איז מיר גיט געפאלן דארפסט אבער זאגן די שייכות און צוקלעבן תחילתו וסופו.
ב) וואס איז טאקע די סבה פון דעם וואס די היימישע יידעלעך זענען רעפאבליקענס? געלט ווילן זיי דאך פרעסן פון די גאווערמענט, וואס די רעפאבליקענס ווילן נשיט געבן?
ג) ווער איז יונתן ראזענבלום?
ד) וואס מיינט פראגזאם ?
ה) מ'וועט נאך מיינען אז קאנסיומעט מיינט סעקס, עס מיינט צוענדיגן מיט סעקס דעם שידוך (נישט דוקא קונה זיין מיט ביאה...)
ו) ווי ליין איך די מעשה פון יאשע קאלב און יענטל?
ז) פארוואס האסטי נשיט אפגעלייקנט די זאך אז מיר פארקניפן זיך מיט א לאך אין ליילעך, די ווייסט דאך אז סאיז ליגנט.
ח) נאך???
אַ דאַנק פֿאַר דער תּורה. שוין געהערט וועגן ראָמבלערײַ אַ סך מאָל פֿון געפֿיפֿטע גוייִשע מײַלער נאָר קיין מאָל ניט געוווּסט פֿון וואַנען עס שטאַטמט. טאַקע דבֿר בשם אומרו.
זאָל שוין זײַן געראָמבלט!
יונתן רוזנבלום איז א
free-lace
קאלומניסט, ער פובליצירט זיינע ארטיקלען, הויפטזעכליך איבער ישראלישע אנגעלעגענהייטן, אינעם המודיע, ירושלים פאוסט, קאנטרי יוסי, און נאך
צום שואל מיט די איטליכע שאלות.
א) ורמינהו... תיובתא
ב) מען װאָלט געקענט דערױף שרײַבן אַ דאָקטאָראַט פֿאַרװאָס פֿרומע קלעבן זיך צו רעכטע פּאַרטײַען. מען װעט ערשט דאַרפֿן דעפֿינירן רעכט און לינק אין אַ פּאָליטישן קאָטעקסט. דערנאָך דער היסטאָריע דערפֿון, און ס'האָט אַ רײַכע היסטאָריע. און צום סוף פֿאַרװאָס דאָס איז אַזױ. אַז ס'איז נישט פֿון הײַנט איז זיכער. אין גאַליציע האָבן די חסידים געשטימט פֿאַר נאַציאָנאַליסטישע אַנטיסעמיטישע פּאַרטײַען אַבי צו זײַן קעגן די משכּילים װאָס זענען געװען קאָמוניסטיש געשטימט. אין דײַטשלאַנד זענען געװען גדולים װאָס האָבן משבח געװען היטלער און די נאַציס װײַל אױך זײ האָבן געהאַלטן כּל כּבודה בת מלך פּנימה, הײַנט צו טאָג אין בעלגיע שטיצן די הײמישע דער אַנטי־סעמיטישע פֿלעמישע פּאַרטײַ װײַל זײ זענען דער מערסטער קעגן אימיגראַנטן, קרי מוסלמענער.
װי װײניק איך האַלט פֿון בוש קען מען אים נישט כּולל זײַן מיט די אױבערשטע. פֿונדעסטװעגן איז עס פֿאַרבינדן און די סיבות זענען פֿיל. ס'פֿאַרלאַנגט זיך אַ באַזונדער שטיקל ועוד חזון למועד.
ג) אײנס פֿוּן די חדשים לבקרים װאָס זײ זענען חרדים נאָך זײ האָבן טועם געװען דער עץ הדעת און אױף זײערע עתה ידעתי כאַפּט זיך יהדות החרדית. אױך װערט אַן אַרטיקל.
ד) questionable
ה) מסכּים
ו) יאָשע קאַלב און כּל מיני ייִדישע ביכער קען מען קױפֿן בײַ http://yiddishbookcenter.org/+10046. פֿאַר די גענוצטע ביכער שיק אַ בליץ פּאָסט צו orders@bikher.org
ד"א איז יאָשע קאַלב אַ ביך װאָס איז שטאַרק כּדאי לײענען, איבערהױפּט פֿאַר אַ חסיד. ס'שילדערט די חסידישע הױפֿן פֿון שיניעװע און ראַחמעסטריװקע און די פּאָליטיקלעך װאָס טרײַבן די הױפֿן. ס'איז אַ סאַטירישע ביך אָבער ס'געבט אַן אױסערגעװענדלעכע בליק װיאַזױ ס'האָבן אַמאָל אױסגעזען די חסידישע הױפֿן. ס'איז אױך אינטערסאַנט דערפֿון צו פֿאַרגלײַכן װוּ אונז שטײן מיר.
יענטל איז דער נאָמן פֿין אַ פֿילם אַדאַפּטירט פֿון אַ באַשעװיס זינגער מעשה (דער ישיבה בחור?) איך האָב עס נאָר געלײענט אױף ענגליש. זיכט עס אין אײנס פֿון זײַנע אַנטאָלאָגיעס.
ז) װי קען איך לײקענען אַ זאַך װאָס איך װײס נישט אַז ס'איז שקר. אױף אַזױ פֿיל איז אמת אַז דער המון עם טוט נישט אַזױ. אָבער ס'איז אַ קלא דלא פּסיק אַז בײַ די גאָר פֿרומע גערער און בײַ ר' אַרעלעך טוט מען אַזױ. אװדאי אַ פּועל יוצא פֿון זײערע סעקס אָבסעסירטע פֿירער, דער בית־ישראל און ר' אַרעלע. װי איר װײסט אװדאי זענען די ענינים אַזױ װי משיח. דער װאָס װײסט זאָגט נישט און דער װאָס זאָגט װײסט נישט.
איך מוז אייך זאגן אז איר זענט א גוטער איד (ווי מען פלעגט אמאל רופן די רביס..) אזוי שיין צוריקענטפערן. א מחי'. און יעצט ווארט איך אויף די ארטיקלען, וואס וועלן ווארשיינליך נאכקומען.
אז איך שרייב שוין וועל איך אנמערקן נאך עטליכע באטראכטונגען.
קודם איז א מעלה אז דא האט מען מער פלאץ צו שרייבן הגהות, וואס איז גלייכצייטיג אויך א פעלער פון די (אזעלכע ווי מיר?) וואס ווילן נישט ענדיגן צו שרייבן.
אינטערעסאנט טאקע אז דער ענין וואס קיינער וועט נישט זאגן ברבים (אבער איז פארט גאר וויכטיג אויסגעשמועסט צו ווערן) איז אזוי געגנגעזעצט ביי די פארשידענע סארט קרייזן און שטרעמונגען ביי כלל ישראל. אבער איך גלויב אז פונקט ווי דאס ווערט ווייניג אויסגעשמועסט, אזוי טוט זיך יעדער ווי זיין הארץ באגערט אים. און גיי לערן אויס די היימישע אז מ'דארף פאלגן ראביי שמולי בוטח, (וואס איך בין ניט זיכער אז עס איז אזוי אויסגעהאלטן זיין שיטה דערין, אבער בעסער ווי א לעכעריגער ליילעך) שוין איך וועל זיך אצינד אפרוען.
A git yoor, reb Katle. S'iz lang zayt ich hob gekomentet, ober ich hob nish fargessen vegen aych. Ich bin bakant mit di oysshprach "rumble" in "let's get ready to rumble" ober di perzendlichkeit "Michael Buffer" is geven nayes tzi mir (a shood, ich vatch nisht di wrestling shows.) A dank far oyfefenen mayne oygen. Oycht vegen der inyan fin di laylech, ir zent zecher bakant mit di gemorreh in "Ksibes" voos voorent as men zol nisht teeyen vi de "Parsooiy" ober inz bayder vaysen as azoy vi inzer doir gefint naye vegen tzi interpretiren haloocheh (e.g., shaytlech, vasser filters, vechili...) s'volt nisht geveyn a surprise as ergetz is yo do azay hanhugeh.
cures budgets diagnosed lecture enough conform layman placing suven licenses fqhc
lolikneri havaqatsu
הוסף רשומת תגובה