יום חמישי, דצמבר 23, 2004

המלאך הגואל אותי...

דאָס פֿאָלגענדע מאָלערײַ פֿון דער האָלענדישער מאָלער רעמבראַנדט װאַן רין איז פֿון מײַנע באַליבסטע בילדער.

Image Hosted by ImageShack.us

ס'שילדערט װי יעקב בענטשט אפֿרים און מנשה און װי יוסף פּראָבירט אים צו פֿאַררעכטן די הענט און יעקב ענטפֿערט אים 'ידעתי בני ידעתי.' איך האָב שױן אַפּאָר מאָל געװיזן דעם בילד פֿאַר הײמישע מענטשן צו זען װיאַזױ זײ רעאַגירן מיט זײערע אום־אױסגעשולטע אױגן צו אַ בילד װאָס א תינוק בן יומו איז מיט דער מעשה באַהאַװנט. רוב האָבן נישט צוגעטראָפֿן און אַפֿילו נאָך איך האָב זײ געזאָגט איז זײערע ערשטע פֿראַגע געװען, 'װער איז דער פֿרױ?' פֿון דעם דרינג איך מיך אױס כּמה הלכתא גברוותא דאיכּא למשמע מנה. ראשית כּל אַז דער סדר פֿון לערנען די דערצײלונגן אין דער תורה איז נישט צו חשקן די קינדער זיך פֿאָרצושטעלן װיאַזױ די מעשה האָט אױסגעזען. פֿאַרקערט די בילדער װאָס די קינדער ברענגן אַהײם זענען דירעקט ס'זאָל אױסזען אינגאַנצן נישט װי ס'האָט אין אמתן אױסגעזען. מען טוט אָן די אבות און די שבטים אין שטרײַמלעך און װײַסע זאָקן אַז קינדער זאָלן זיך נישט מתבונן זײַן אין װאָס האָט דאָרט פּאַסירט פּונקט װי זײ זענען זיך נישט מתבונן אין דאָס װאָס טוט זיך אַרום זײ הײַנט־צו־טאָג. דערפֿאַר פֿרעגן רוב נישט די קשיות װאָס ס'פֿרעגן אָפֿט צום בײַשפּיל גויים, אָדער בעלי תשובה, אָדער פֿרױען װען מען זאָגט זײ צום ערשטן מאָל זאַכן װאָס מיר הערן יאָר אײַן יאָר אױס און ס'פֿאַלט אונז נישט אײַן אַז עפּעס קלאַפּט נישט. נישט נאָר ס'איז אונז נישט שװער נאָר ס'איז אונז מאָדנע די קשיות, 'איך מײן אַ קשיא אױף אַ מעשה. מעשה שהיה באַך היה.'

װיבאַלד מיר טראַכטן נישט װאָס דער פּסוק זאָגט װערט דער גאַנצער מעשה אַ קוגל פֿון פּסוקים, רש"יס, מדרשים און לעגענדעס פֿון ספֿר הישר. דער קוגל מיז אָבער זײַן געמאַכט מיט הײמישע סממנים. קומט רעמבראַנדט און לײגט אַרײַן אַ פֿרױ איז עס אַ געלעכטער, אַ פּשוטע עם־הארצות װאָס ער האָט זיך אױסגעבאַקן. טראַכט נישט פֿאַר אַ רגע אַז פֿאַרװאָס זאָל דער מאַמע נישט דאָרט זײַן? פֿאַרקערט, 'װער איז יענער פֿרױ? אַ, אסנת, נו, זײַער שײַן' דערנאָך װערט אַ פּשעטל װי אַלט אפֿרים און מנשה זענען געװען און צי זײ זענען טאַקע געװען פּיצעלעך. האָט איר די זעלבע מענטשן װאָס װעלן איגנאָרירן דער טעקסט, דער פּשוטו של מקרא און אָננעמן אַלע פּשטים און דרושים, אָבער אַזױ װי מען געבט זײ נאָר דאָס װאָס זײ זענען צו דעם נישט צוגעװױנט װערן זײ מיטאַמאָל פּעדאַנטן ביז אַ קוצו של יוד.

װאָס זײ װעלן נישט טון, און קענען נישט טון, איז צוריק שטײן במחשבה, בדיבור ובמעשה און באַטראַכטן דאָס צאַרטקײט פֿון דעם זקן יעקב אבינו, דאָס אומשולדיקײט פֿון די קינדער, די מאַמעס אױגן און איר באַשײדנקײט װי זי גײט נאָך װאָס מען טוט מיט אירע קינדער אָבער װי אַ מאַמע װאָס ברענגט איר זין אין חדר צו ערשטן מאָל מיז זי שטײן און צוקוקן אָן קענען אַנטײל נעמן. און יוספֿס חיטריקײט אין אױסגלײכן זײַנע טאַטעס הענט. ער איז נישט געװען דער ערשטער װאָס האָט געקלערט אַז מיטן אַלטן טאַטן קען מען טון װאָס מען װיל. יעקב איז נישט אַנדערש געװען מיט די ברכות. לעניות דעתי טוט דאָס בילט אָפּכאַפּן דער געמיט און דער הײליקײט פֿון דער מצב מער װי הונדערט ושײם אַבותײַ ושײם אַבותײַס.

יברך את הנערים

איך האָב געזאָגט פֿאַר מײַן ייִנגל אױף שבת אַז ער זאָל נישט רײַסן 'סקאָטש טײפּ', האָט ער מיר געענטפֿערט אַז אין דער משכּן איז נישט געװען סקאָטש טײפּ. דער זעלבער תנא קמא איז געװען מיט מײַן פֿרױ אין 'שפּילערײַ אנחנו' (טױז אַר אָס בלע"ז) און זעענדיק אַ װאָגן פֿיל מיט מער מתנות װי אַפֿילו יעקב האָט זיך געלאָזט קאָסטן פֿאַר עשון האָט ער זיך אָנגערופֿן אַז טאָמער ס'דאַכט זיך עמעצן אַז סאַנטאַ עקזיסטירט זאָל ער אַהערקומן װעט ער שױן זען װוּ מען האַנדלט אײַן די מתנות. און איך װײס נישט צי איך זאָל װײנען צי לאַכן.

5 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

איך זע נישט אויפן בילד ווי דער אלטער ישראל קרייצט זיינע הענט און נישט דאס כיטרעקייט פון יוספ'ן ווי ער פרובירט מאניפולירן
די עגיפטער ווי מען זעט אויף די היעראגילפען טראגן נישט קיין בערד איז פארשטענדליך פארוואס יוסף איז געשוירען חז"ל זאגן אז די ברידער האבן יוספ'ן נישט דערקענט ווייל דאן האט ער קיין חתימת זקן נאכנישט געהאט
זיין קרוין קוקט ענדערש אויס ווי א שטריימל
אסנת האט אים בארויבט פון די רביד הזהב וואס פרעה האט אים געשאנקן
די קינדער גייען נישט אין יארמולקעס
וואס קען מען זיך דינגען איבער די אייניקלעכ'ס עלטער, מנשה און אפרים זענען געבוירן פאר די הונגער יארן ווי די פסוק זאגט, זיבעצן יאר האט ישראל פארברענגט אין מצריים, נו זענען זיי געווען פיצלעך?
קטלא: רעמבראנדט איז געווען א גרויסער עם הארץ

אנונימי אמר/ה...

שוב ראיתי אז רעמבראנדט טוט אן דאס זעלבע היטל פאר פוטיפר'ן, און בכלל ווער זאגט אז יוסף איז געווען באקרוינט?

אחר אמר/ה...

גוט געזאגט. מיר זענען אזוי איינגעוואוינט אריינצולערנען די מדרשים אין פסוק, אז ווען מ'קוקט אין חומש זעהט מען די אגדה אלס פשוט פשט. טאמער זאל מען זיך נעמען ליינען די חומש, בלויז די טייטש פון די ווערטער, דערוויסט מען זיך פון אינגאנצען אנדערע מעשיות.

איך האב געמיינט אז זי איז די שכינה וועלכע איז געזעצן על ראש המיטה.

אנונימי אמר/ה...

kk, you need to get away from those stodgy oils but if you can only travel so far from the hood, check out the facial expressions in:

http://www.ibiblio.org/wm/paint/auth/degas/absinthe/degas.absinthe-2.jpg

girl

אנונימי אמר/ה...

I read Rembrandt's profile from the link you provided and it looks like that Artists seem to have liked Jewish neighborhoods back then too, hmmm...I wonder why, and I am sure that was he protested by the locals....

"In 1639, Rembrandt and Saskia moved to a prominent house in the Jodenbreestraat in the Jewish quarter, which later became the Rembrandt House Museum."