יום שבת, ינואר 15, 2005

התכבדו מכובדים...

שבת בײַם טיש האָט מײַן ייִנגל דערצײלט אַז אַן עלטערע ייִנגל האָט אים געזאָגט אַז בײַ זײ אין כּתה לערנט מען הלכות בית הכּסא און אַז דאָרט שטײט אַז מען טאָר זיך נישט אָפּװישן מיט דער לאַנגער פֿינגער. האָט איך אים געפֿרעגט װער װישט זיך דען אָפּ מיט אַ פֿינגער? איך האָב שפּעטער געזאָגט פֿאַר מײַן פֿרױ נאָך זי האָט פּראָטעסטירט אַז אַזאַ שמועס געהער נישט צו אַן עס טיש, אַז דאָס איז גאָר גוטע בלאָג סחורה. זי האָט מיר געבעטן אַכטונג צו געבן װײַל מען קען דורך דעם געװױר װערן װער איך בין. האָב איך געזאָגט אַז זי האָט זיך נישט װאָס צו זאָרגן װײַל אין הונדערטע צי טױזענטע תלמוד תורות איבער דער װעלט לערנט מען מיט קינדער די גאָר װיכטיקע הלכות. ס'איז אַזױ װי איך זאָל דערצײלן אַז מײַן ייִנגלס רבי האָט געזאָגט פֿאַר ייִנגלעך װאָס האָבן געשמועסט בײַ מנחה אַז װעגן זײ זענען דאָ באָמבעס אין ארץ־ישראל, אָדער אַז מײַן פּלעמעניצן איז אַ כּלה געװאָרן בײַ די זיבעצן נאָך זיך טרעפֿן מיטן בחור פֿאַר אַ האַלבע שעה. װאָס קען מען זיך דערפֿון אױסדרינגן אױסער אַז בתוך עמי אנכי יושב?

און װאָס איז דען שלעכט אױסצולערנען די קינדער װען זײ זענען נאָך ייִנג אַז מען טאָר זיך אױפֿדעקן בלױז אַ טפֿח פֿון פֿאָרנט און צװײ פֿון אינטן און בײַ אַ פֿרױ פֿון פֿאָרנט גאָרנישט? חנוך לנער על פּי דרכּו און אַז זײ װעלן עלטער װערן װעט עס בלײַבן בײַ זײ אין זכּרון אַז הלכות בית הכּסא מײנט נישט לײגן אשר יצר פּאַפּיר אין בית־הכּסאס װײַל בחורים קענען אָנשטאָפּן די שיסלן און טאָמער קומט עמעצער באַזוכן דער ישיבה און דאַרף פּונקט אַרױס גײן װעט עס מאַכן אַ חילול השם. ועוד גזרו אַז זײ קענען נעמן נאַסע שטיקלעך פּאַפּיר און עס אַרױפֿװאַרפֿן אױפֿן דאַך און זיך פּשעטלן צי מען מעג עס טון אױף שבת װעגן חשש סחיטה. הלכות בית הכּסא איז אױך נישט װעגן זיך װאַשן די הענט מיט זײף װײַל דער באַשעפֿער האָט באַשאַפֿן דער װעלט אױף אַ מאָדנעם אופֿן װי דער נביא זאָגט מײַנע װעגן זענען נישט אײַערע װעגן. דער סדר העולם איז אַז דאָרט װוּ עס איז דאָ זײף איז נישט דאָ קײן טעפּל אױף זיך צו װאַשן די הענט װי אַ ייִד. װײַטער דאָרט װוּ עס געפֿונט זיך יאָ אַ טעפּל איז דאָ אַ האַנטיך װאָס אמת ס'שמעקט טאַקע אָבער דער ריח איז אַן אום־באַטעמטע ריח נישט װי אַ שטיקל זײף און דערפֿאַר איז דער האַנטיך מותר. ולפֿיכך איז גאָר נײטיק אַז מען זאָל מיט קינדער לערנען אַז װען מען גײט אַרױס און מען זאַמלט זיך צאַם די ד' כּנפֿות װי בײַ מהר והבא עלינו זאָל חלילה נישט אַנטפּלעקט װערן מער װי צװײ טפֿחים.

ולמה נקרא שמה, כּלומר דער נאָמן פֿון דעם שטיקל התכבדו מכובדים? װײַל אין דער ערשטער סעיף אין הלכות בית הכּסא זאָגט דער מחבר אַז װען מען גײט אַרײַן אין בית הכּסא זאָל מען זאָגן התכבדו מכובדים וכו' אָבער הײַנט פֿירט מען זיך נישט עס צו זאָגן. נאָך אַ מזל װײַל נישט נאָר מען װאָלט געזען ייִדן, װי איך האָב געזען במו עיני װען איך בין אָנגעקומן דאַװענען מנחה די װאָך שבת נאָכמיטאָג, שטײן און שאָקלן זיך און טשעפּטשן בײַם בימה און װען זײ קומן צום סוף געבן זײ אַ לאָז אױס ומפֿליא לעשות אַביסל אױפֿן קול. נישט נאָר דאָס װאָלט מען בײַ געלעבט נאָר בײַם אַרײַנגאַנג אין בית הכּבוד װאָלטן געשטאַנען ייִדן און אײדער זײ טון אױס דאָס גאַרטל מיט אַ שמיס דאָ און אַ שמיס דאָרט און הענגן אױף דער טשרײַמל אױף אַ העקל װאָלטן זײ געשטאַנען און זיך געשאָקעלט בײַם טיר אױ װײַ װײַ תנו כּבוד לאלקי עליון און טאַנצענדיק אױף אײן פֿיס, הרפּו ממנו, לאָטס מיך שױן אָפּ אױ װײַ װײַל איך קען שױן נישט...

נישט דאָס בין איך אָבער אױסן. װען מײַן ייִנגל האָט מיר דערציִילט זײַן מעשהלע און מיך געפֿרעגט צי די מלמדים קענען האַלטן אַ גלײַך פּנים װען זײ לערנען דאָס האָב איך מיך דערמאַנט װען מען האָט עס מיט מיר געלערנט. איך געדענק אַז נאָכן לערנען האָב איך שטאַרק געװאָלט װיסן װאָס דער וכו' נאָך התכבדו מכובדים אין דער מחבר טוט פֿאַרטרעטן. ס'איז פֿאַר מיר געװען װי דער וכו' נאָך בואי ונצא פֿאַר מזמור לדוד בײַ קבלת שבת. אין די אַמאָליקע צײַטן זענען מיר נישט געװען אַזױ ראַפֿינירט װי אין אונזערע עקבתא דמשיחא. אַמאָל האָט מען געדאַרפֿט דאַװענען זאָגנדיק אתה חוננתנו אין אַ שמונה עשרה װאָס איז געװען געדרוקט נאָך שחרית און אַז ס'איז שױן יאָ געװען אַ באַזונדערע שמונה עשרה פֿאַר מעריב האָט זיך עס געדאַרפֿט טײלן מיט מנחה. חוזק געמאַכט פֿון גאָט. הײַנט אָבער דריקט מען אָפּ זיבן קדיש יתומס נאָך יעדער אײנס פֿון די שיר של יומס און מען לײגט נאָך צו אַן אַכטער פֿאַר נאָך ברכי נפֿשי. ממילא איז נישט קײן װוּנדער אַז בואי ונצא איז בוכשטאַבירט ביזן לעצטן עפּל פֿון די תפּוחין קדישין. אַמאָל אָבער אַז אַ ייִנגל האָט געקענט די װערטער איז ער געװען כּמעט אין דער מדרגה פֿון די ייִנגלעך װאָס זענען געגאַנגן בײַ די זעקס מיט אַ האַלבן מיט אַ װאָלענעם טלית־קטן אױפֿן העמד אוּון אַ גאַרטל בײַם דאַװענען װאָס האָט זײ כּמעט דערשטיקט. האָב איך געװאָלט װיסן װאָס קומט נאָך התכבדו מכובדים נישט אַזױ װײַט אױף עס צו זאָגן נאָר אױף צו װיסן צי עפּעס זאַפֿטיקס באַהאַלט זיך אונטער דעם וכו'.

קײן תשובה האָב איך דערױף קײנמאָל נישט באַקומן. טראַכטנדיק יעצט פֿאַרשטײ איך נישט פֿאַרװאָס ס'איז מיר נישט אײַנגעפֿאַלן אַז אױב צװײ מלאכים באַגלײטן שטענדיק אַ מענטש חוץ פֿון אין בית הכּסא אַרײַן איז װאָס איז דען דער גדולה פֿון שבת אַז צװײ מלאכים באַגלײטן אַ מענטש אַהײם, זײ זענען דאָך מיט אים אַ גאַנצע װאָך אױך? אײַ װעט איר זאָגן אַז שבת איז אַנדערש װײַל מען האָט אײן גוטער מלאך און אײן שלעכטער מלאך, קען דאָך אױך נישט זײַן, װײַל קען דען זײַן אַז שבת איז ערגער װי דער גאַצער װאָך בתמיה? נאָר װאָס דען, פּקח עיניך וראה ועשה אזנך כּאפֿרכסת והרי לך סוד גדול בענין זה.

ייִדישקײט איז גענױ װי צאַמלײגן אַ טלית. מען כאַפּט אָן דאָס טליתל, מיט הענט אױסגעצױגנע געבט מען עס אַ שפּרײט אױס איבערן בוזעם, מיטן גאָמבע כאַפּט מען אָן דאָס מיטלסטן קנײטש און מען ברענגט צאַם די צװײ װײַטע עקן, אַ קנײטש דאָ און אַ פֿאַלב דאָרט, די פֿיר ציצית בײגט מען אַרײַן אין די פֿאַלבן, די בעבעלעך אױף די פֿראַנזן געבט מען אַ דרײ אײַן און דאָס טליתל גליטשט זיך אַרײַן אינעם באַרטל װי אין אַ הענטשקע. נאָך אײן תנאי איז אָבער דאָ אַז ס'זאָל קלאַפּן טאַקע װי געשמירט, בלױז אײן תנאי. מען טאָר דערצו נישט צולײגן קאָפּ. איר מעגט זאָגן פּרשת המן, צוענדיקן פּיטום הקטורת, משלים זײַן אביי הוה אָדער האַלטן אײַערע סעל מיטן אַרױפֿגעצױגעם פּלײצע צום אױער, איר מעגט דאָס אַלעס טון און דער טלית װעט זיך צאַמלײגן. טראַכט אָבער אײן רגע װאָס איר טוט, צי ערשט דער לענג אָדער דער ברײט, צי די עטרה איז פֿון דערױסן אָדער פֿון אינערװײניק, צי נאָכן ערשטן פֿאַלב גײט עס לענג ברײט, ברײט לענג אָדער לענג לענג, ברײט ברײט, און צי דער לעצטער מאָל איז עס אין צװײען אָדער דרײַען און ס'װעט אײַך װיסט װערן. דער סוף פּסוק װעט זײַן אַ שלאַבריקן צאַמגעלײגטן טלית װאָס ס'איז נישט דאָ פֿאַר איר פּלאַץ אין דאָס באַרטל און װאָס די פֿראַנזן אירע פֿאַרהאַנקן זיך װען מען מאַכט צו דער זיפּער. און אַלץ װײַל מען האָט צוגעלײגט אַביסל קאָפּ. נו, כּן הדבר הזה והנמשל מובן.

8 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

איך האב שוין געפרעגט פאריגע וואך, נאר צוליב די ששים גבורים סביב לה איז די שאלה געווארן בטיל ב...שישים
וואס מיינט 'בילכערקייטן'?
פרעה נכה

קטלא קניא אמר/ה...

זײַט מיר מוחל אױפֿן פֿאַרשפּעטיקטן תשובה מחמת טרדת הזמן וכו' בילכערקײטן מײנט פּרעפֿערענצן

אנונימי אמר/ה...

wait wait. do you really mean i can no longer say "go f yourself" to a chasid because after years of wiping, his (and i suppose her) f-ing finger becomes automatically immobilized when in the vincinity? no, i better go back and reread.
girl

אנונימי אמר/ה...

יעצט גיי זיי מיר מסביר וואס מיינט פרעפערענצן..
איז דאס דיין אימעיל אקאונט ?
katlekanye@gmail.com
אדער איז דאס געגנבעט?

אנונימי אמר/ה...

דער ארטיקל וועגן דעם "התכבדו מכובדים" איז אזוי פיין און בטַעמ'ט, ממש צו לעקן די פינגער, אבער פארשטייט זיך נאָר דעם לאנגן פינגער, וואס גייט ארויס פון דעם גאנצן געשעפט ריין און זויבער, אזוי ווי די גמרא זאגט: "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה.."

די קשיא וועגן די צוויי מלאכים וואס באגלייטן שטענדיג דעם מענטש איז טאקע זייער א שווערע קשיא און מען מוז זאָגן אז ס'איז פארהאן צוויי סאָרטן מלאכים - וואָכעדיקע וואָס הייסן "מכובדים" און שבת'דיקע וואָס הייסן "מלאכי השרת" . אוֹיב אזוי שטעלט ווידער א פראגע, ווען מ'גייט אריין אין בית-הכבוד שבת זאָגט מען "התכבדו מכובדים", צו מ'זאָגט "התכבדו מלאכי השרת"? אָדער אפשר זאגט מען דעם נוסח פון אביי: "המתינו לי המתינו לי עד שאכנס ואצא"? תיובתא!

אנונימי אמר/ה...

speaking of yiddish dialects, did you read "Words on Fire; The Unfinished Story of Yiddish" by Dovid Katz? very interesting. i'm expecting a review, kk.

אנונימי אמר/ה...

וויי געוואלד ווי איז דער פארברענגער זיך געלאפן אונטערעברענגען אדער אימברענגען
אוי ואבוי

אנונימי אמר/ה...

here is avishi

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1259937