יום ראשון, אפריל 17, 2005

שבת הגדול

איך בין געגאַנגן מיט מײַן זין אַ שפּאַציר אין אַ גאָרטן און מיר האָבן געזען אַ בוים אין פולן בלי. איך האָב געזאָגט פאַר מײַן זין אַז עס זעט אויס ווי ס´וואַקסט שניי אויפן בוים. איך האָב מיך דערמאַנט אַז אַמאָל אַלץ בחור בין איך אין דעם סוכּותדיקע בין הזמנים אַרויס געגאַנגן אין אַ פּארק מיא אַ פעדער און אַ העפט און פאַרזיכט שרײַבן פּאָעזיע איבער די געפאַלענע בלעטער, די נאָך איבערגעבליבענע רויטלעכע בלעטער און די האַלב נאַקעטע צווײַגן. בימים ההם האָב איך געמיינט אַז אַ פּאָעמיע מיז זײַן איבער נאַטור מעשה ברכי נפשי. אזוי האָב איך געזען אין די פריע העברעיִשע געזאַנגן, ביאַליק בתוכם, וואָס איך האָב געלייענט בגניבה אין אַ ביבליאָטעק און אַזוי האָב איך געהערט זינגן די לויבן פון יידן וואָס זענען געווען אין שווייץ. איך האָב געמיינט אַז איך מיז פליען אין דעם עולם הדמיון, כּלומר גראָזן מיזן שושקן סודות, בלעטער מיזן דערציילן און שטערן מיזן טשעפטשן, און אַז דאָס אַלעס מיז זײַן נקוד מלמעלה מיט מה רבו מעשיך השמס און סופערלאַטיוון לרחצה. נאָך זיצן און קוקן און טראַכטן און אָנפראָבירן אַלע מאָזן פון פליגל האָב איך געזען אַז קיין איינס פּאָרט מיר נישט. דאָס אַליין אַז מען געניסט פון נאַטור מיינט נאָך נישט אַז מען איז אַ בעלן עס צו באַגראַמן. און אַז מען ווערט אויפגעצויגן אין אַן אורבאַנער לאַנדשאַפט ווי מען פאַרבינדט זיך נישט מיטן נאַטור פון די הושענות ביז די שבועותדיקע בלומען, אויסגעשלאָסן דעם באַזוך צום זאָאָ אויף חול־המועד פּסח, איז נאַטירליך אַז מען אָאָאָאָאָט און אַאַאַאַאַאַאַאַאַט אויף יעדער פלאַטערל און מען זאָגט שמע־ישראל ווען סע חלומט זיך פון אַ בין. אויף גוטער פּאָעזיע איז עס אָבער נישט גינציק.

מען דערציילט נאָך פון דער צאַנזער רב אַז ער האָט געזאָגט אַז ווען ער איז געווען ייִנג האָט ער געמיינט אַז ער וועט פאַררעכטן דער וועלט, אַז ער איז עלטער געוואָרן וואָלט ער זיך באַגעניגט מיט פאַררעכטן זײַן משפּחה און צום סוף האָט ער געזאָגט הלוואי וואָלט ער זיך פאַרראָכטן. איך האָב אויך פאַרזיכט שרײַבן וועגן דער גאָרער וועלט, און אַז עס איז נישט געגאַנגן מיטן חצר בין איך אַרײַן אין דער עזרה. דאָרט האָב איך פראָבירט צו שילדערן דער געלער שויתי, די צאַנקערדיקע ליכט, דער אויסגעריבענער בימה צודעק, מיטן אָנגעטראָפּטן סידור. אויך דאָרט האָב איך מיך אָנגעקלאַפט אין דער זעלבער קליפה פון אָנגעשטעלטקייט און פאַטשקערײַ. האָב איך פאַרזיכט עולם, שנה, נפש. עולם אין דער נאַטור, שנה אין די פילע זמנים פון טאָג און יאָר ווען אַ שיל איז לובש צורה ופושט צורה און איך בין געבליבן בײַ נפש. אַמאָל מײַנס און אַמאָל אַ צווייטענס. אין איין נפש זענען דאָ די פאַרבן און די קלימאַטן פון נאַטור, די סעזאָנען און די אכזרות פון צײַט ועל כּולם אַלע מעלות וואָס יעדער נפש ברענגט צום געשעפט. דער נפש איז דאָך כּלומפערשט אַ בר־דעת איז פאַרדעם קען מען פון אים די מערסטע שרײַבן, נאָך מער קרענקן און לאַכן יותר מכּולם.

*

מײַן זין האָט מיר געזאָגט אַז ער האָט מיר עפעס צו פרעגן. איך האָב געמיינט אַז איך ווייס שוין וואָס קומט. ער איז שוין אין די יאָרן ווען ער הייבט זיך אָן צו אַנטוויקלן און איך ערוואַרט אַז ער זאָל מיר אַ פרעג טון מאַיִן באתי און איך וועל מיר פאַרלירן דעם צינג. ראשית כּל, וויאַזוי זאָגט מען פאַר אַן אייגן קינד וועגן סעקס ברחל בתך הקטנה? אומגעלימפערט ווי דער דיין האָט עס מיר געזאָגט אויפן יום החופה פון אַ צעטל וואָס ער האָט אויפגעקנייטשט כּאילו ס´איז אַ הוספה צום רזיאל המלאך און די אבות הקדושים האָבן געלערנט וועגן וואַזעלין פון דעם זעלביקן צעטל? איך פאַרלאָז מיך אָבער אַז איך וועל מיך איבער דעם אַן עצה געבן און נישט דאָס איז מײַן פּחד. ס´איז לײַכט זיך אײַנצורעדן אַז איך האָב מורא אַז ער וועט פאַרשטיין דעם מעכאַניזם וועט ער עס וועלן אויספראָבירן. וועלכע קינד וויל נישט אַליין אָנצינדן אַ שוועבל נאָך ער זעט דער וווּנדער פון פײַער? דאָז איז ווײַטער אויבערפלעכליך און אַ פועל יוצא פון דער שאַנטאַזש פון די חרדים וואָס ציטערן אַן אימת מוות פון סעקס. פאַרקערט, די וואָס פאַרשטיין נישט זייערע גוף און זייערע רייצונגן זענען אַסאַך מער עלול צו זײַן סעקסואַלע יוצא־דופנס ווי די וואָס וויסן ווואָס טוט זיך.

מײַן פּחד איז אַ צוויי פאַכיקע. איינס אַז איך וועל שפּירן עטוואָס אַ הנאה פון רעדן די ענינים מיט מיין זין און דאָס וועט בײַ מיר פאַררעכענט ווערן פאַר אַ זינד. אַ סאָרט ´אַביוז´, נישט לעגאַליש נאָר מאָראַליש. איבער דעם איז אויך דאָ אַן עצה אַז איך קען אַרויס נעמן אַפאָר ניכער פון דער ביבליאָטעק וואָס נאָך זיי לייענען איז ברחל בתך הקטנה ווייניג געזאָגט. דער מעלה איז אַז דער כּחול בשפופרת וועט ער דאָרט זען און די שאלות קען איך אים דערנאָך ענטפערן וויפיל ער וויל. מײַן אמתער פּחד איז אַז מיט וויסן וועט ער האָבן איבער מיר אַ שליטה. ער וועט צו גוט פאַרשטיין מײַן חציו ולמטה איש, דעם כּוח וואָס מיר זענען אַלע דערצו קנעכט. איך האָב מורא אַז ער וועט ליגן אין בעט און הערן די קוויטשערײַען פון די שפרינגערם אין די מאַטראַצן און ער וועט זיך צושאַרפן זײַנע אוירן. אַז ער וועט מיר זען אויפשפּאַרן מײַן צימער שבת פאַר מנחה וועט ער בעסער פאַרשטיין דער שינה בשבת תענוג. איך טראַכט אויך נישט בלויז וועגן מיר. וויבאַלד אַז אַ קינד איז אַזוי אָפהענגיק אין אַ טאַטע און אַ מאַמע אַז ער וועט וויסן פון מײַנע און מײַן פריוס טרײַבונגן און גרינגקייטן קען ער שפירן אַז דער בוים וואָס שיצט אים און אויף וואָס ער לענט זיך איז גאָר אַ וואַקעלדיקס.

די פון אינדערויסן פון מײַן קהילה וועלן טראַכטן אַז איך טרײַב איבער דער גאַנצער מעשה. איך קים אָבער פון אַזאַ קולטור וואָס מײַן טאַטע האָב איך נאָר געקענט פרעגן אונטער אַן אָנשטעל פון אַ גמרא קשיא, ´וואָס מיינט טיפה סרוחה?´ און די תשובה דערויף איז געווען ´וועסט עלטער ווערן וועסטו פאַרשטיין´. ווײַטער אין ישיבה האָב איך קיינעם נישט געפרעגט נאָר מען האָט מיר חוקר ודורש געווען ווי אַן אינטעראָגאַציע פון די ען־קע־ווע־דע. ´וואָס ווייסט דו? פון וועמן ווייסט דו דאָס? מיין נישט אַז מיר ווייסן נישט, מיר ווייסן אַלעס, מיר ווילן עס אָבער הערן פון דיר. און לאָמיר הערן וועם האָסט דו שוין ווײַטער דערציילט?´ נאָך אַזאַ ערציאונג מיין איך אַז יעצט אַז איך האַלט בײַ מײַן עלטסטער זין איז פאַרשטענדליך אַז תורה היא וללמוד אני צריך.

למעשה האָט ער געהאַט געלייענט עפעס וועגן ´האַסקאַלאַ´ און ער האָט געוואָלט וואָס דאָס מיינט. איך האָב אָפּגעאָטעמט און אָנגעהויבן אַ דרשה מלא בקיאות און חריפות, פון סאָקראַטיז ביז גאַלילייאָ און שפּינאָזאַ ולמעלה בקודש. איך ווייס נישט וווּ איך האָב אים פאַרלוירן אָבער עס מיז זײַן אַז אָדער האָט ער גאָר אַ שטאַרקן יצר־טוב אָדער איז דאָ נאָך א בעל־דבר וואָס לאָזט אויך נישט לערנען כּפירה. קען עס גאָר זײַן דער זעלבער בחור וואָס לאָזט נישט אביי ורבא? ווער ווייסט?

*

ווי מײַן זין ווערט עלטער ווערט בײַ מיר נולד אַ שאלה: וויפיל יידישקייט דאַרף איך אײַנהאַלטן צוליב אים. למשל, דעם שבת אינדערפרי בין איך ספעציעל געגאַנגן אין א שיל וווּ מען זאָגט נישט א שבת־הגדול דרשה ווײַל איך האָב מיך פאַרלאָזט אַז איך וועל גיין נאָכמיטאָג. נאָכמיטאָג האָב איך נישט געהאַט, יידיש גערעדט, כּוח און נערוון צו גיין און איך ביך טאַקע נישט געגאַנגן. באַשעפער טײַערער, אתה יודע רזי עולם ותעלומות סתרי כּל חי, דו ווייסט ווי עס עקבערט מיך אַז מײַן זין האָט נישט געזן אַז זײַן טאַטע גייט צום דרשה. מײַן מורא איז נישט אַז ער וועט נישט גיין ווען ער וועט זײַן עלטער נאָר אַז אין זײַנע ביינער וועט נישט ברענען דעם באַדײַט פון שבת הגדול ווי עס ברענט אין מײַנע. מיז איך דאַווענען אַ לענגערע שמונה־עשרה צוליב אים? וועט בײַ אים ליגן אַ קלענערע ערע פאַרן שבס־קודש ווײַל ווען עס ווערט הייס טו איך מיר אויס דער בעקיטשע בײַם סעודה? נאַרישע שאלות, איך ווייס,דאָס פאַרענטפערט זיי נאָך נישט און זיי טון אויך רעגירן אין אַ געוויסן מאָס מײַן אויפפירונג. און איך בין דערין נישט אליין. דער טאַטע וואָס צוקאָכט זיך איבער זײַנע קינדער ווײַל זיי זענען געווען אינדערויסן בײַ זכור אויף שבת זכור, אָדער וואָס נו´קעט ווײַל זײַן הויזגעזינד רעדן אויס צווישן די כּזיתים בײַם סדר איז עס נישט דער מצווה וואָס ברענט אין אים. עס איז דער פאַרשוועכונג פון דאָס וואָס איז פאַר אים אַ רעליגעזער לאַנדצייכן, מען האָט צובראָכן דער מצה פון זײַן קולטורער עירוב וואָס נעמט אַרום, באַגרעניצט און זינדערט אָפּ זײַן לעבן. און איך דאַרף מיך בייזערן, אָדער עס אײַנשלינגן צוויי מאָל: איין מאָל ווען זיי פאַרשוועכן עס און נאָך אַמאָך ווען איך פאַרשוועך עס. האָב איך צוויי מאָל מרור אָן חרוסת.

איז דאָס טאַקע דרכּה של תורה?

5 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

שרייבסט גוט קטלא טייערער, איך פיל דיין פיין, גם אני בחלומי, אויף געהאדעוועט איבער א האלבן טוץ בנים גדלתי יונגווארג ועוד היד נטויה לקיים מה שנאמר לערב אל תנח ידך.

פונדעסטוועגן דאך האלט איך אז אלע לערנען זיך אויס לבסוף גלייך מיט איעדן.

ספעלט דיר אליין עפעס?

איך פלאן אויך אלעמאהל צו כאפן א שמועס מיט דעם צדיק עד שלא יחטא, אבער ווען איך נעם מיך אהן די מוט אין שטעל איין די זיבעציג יאהר , וויסט ער שוין מעהר פאר מיר, לאז ער זיך באכען שובבים, איך האב עס אויך געטוהן.

אנונימי אמר/ה...

איך פרוביר אויך נישט איבר-צוגעבן די אנגעצויגענע דרך החינוך פאר די דורות הבאים זאלן זיי כאשיג לעבן א זיס יודיש לעבן

למעשה אבער גייט עס נישט און איך כאפ גאר פון עם פסקים ווי פון מיין טאטען אליין אז ס'דאכט זיך מיר אז מיין טאטע רעדט מתוך גרונו של משה

אז איך מאך קידוש אן א שטריימל באפאלט ער מיך אז ביי קודוש האט מען אן א שטריימל און מ'דארפ שטיין...

איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט די פרומקייט וואס איך האב פון מיר אויסגעריסן

צו פון זיינע מלמדים מיט וועם איך האב געטרענט אלץ בחור
צו פון מיינע עלטערן צו וועם איך גיי צוויי מאל א חודש (יעדע צווייטע מוצאי שבת)
איין זאך בעט איך דיך הייליגע באשעפר אז ס'קןמט זיך מיר פעטש OK
אבער פארוואס מיט צוויי שטעקענעס פון אויבן און פון אינטן אביסל רחמנות פליס מיט עפעס א בחירה דארף איך נוך בלייבן

אנונימי אמר/ה...

וואס קען מע טוען?

Isaac אמר/ה...

Rabayni, I regret that I have not been able to read your work lately. It takes me a long time to read Yiddish and I have other things going on, but I look forward to printing and reading over yom tov. Meanwhile, a freilichen Pesach, enjoy the wonderful sights of spring (I thought of something you wrote a while back.)

Isaac, vrayuso

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

איר האָט געשריבן אַז די וואָס זײַנען ניט פֿון דײַן וועלט וועלן אפֿשר מיינען אַז דו טרײַבסט איבער. קען זײַן, און אונדזערע לעבנס זײַנען זיכער אַנדערש, נאָר פֿון דײַנע ווערטער שפּירט זיך די פֿאַרצווייפֿלונג וואָס באַפֿאַלט יעדן וואָס שטייט אויף פֿון בעט און גיט דעם ערשטן אָטעם אין דער פֿרי, זאָל זײַן מיט צי אָן אַ מודה־אַני.

יישר־כּוח צום פּאָסט. באמת אַ פֿײַנער.

און אַ פֿריילעכן פּסח (כּשר וועט זיך אַליין מאַכן, די באַמיִונג שטעקט אין דער פֿרייד),

שלום