יום שני, יולי 11, 2005

אַ בת־קול

מען דערציילט פון ר´ ישראל סאַלאַנטער אַז ער האָט אַמאָל געזען אַ שנײַדער אַרבעטן ביז שפּעט בײַנאַכט און ער האָט דערפון זיך אויסגעלערנט אַז ווי לאַנג דאָס לעכטעלע ברענט קען מען נאָך פאַררעכטן. אויך בײַ מיר האָט זיך געמאַכט אַ מעשה דעם שבת אויפן וועג אַהיים נאָך אַ קידוש וואָס מען קען זיך דערפון אויסדרינגן אַ געוואַלדיקער מוסר השכּל.

אַ מאַמע איז געגאַנגן מיט איר קינד און דאָס קינד איז געלאָפן פאָראויס. קומט צו פאָרן אַנטקעגן אַ קינד אויף אַ ביציקל און פאָרענדיק האָט ער געהאַלטן אַ רימען וואָס אויפן צווייטן עק איז געווען צוגעבינדן אַ הינטל. אַ קליין געוואַקסן הינטל אָבער זה הקטן גדול יהיה, און מיר האָט עס אויסגעזען ווי אַ ´פּיט־בול´. סוף סוף בין איך דאָך אַ ייִדיש קינד און אַ הינט איז דאָס וואָס מען זאָגט דערויף ולכל בני ישראל איז ממילא נעמט נישט אָן מײַן מבינות אויף הינט ווי אײַער רבס איבער אַן אתרוג. און אַז אויף כּשרע היישרעקן זענען מיר נישט מבינים איז דאָך קל־וחומר איבער הינט. פונדעסטוועגן גיב איך דאָ נישט עדות אויף קידוש החודש און מיר האָט עס אַזוי אויסגעזען.

אַז דער ייִנגל האָט געזען דאָס הינטעלע ווי עס לויפט כּדי צו קענען מיטהאַלטן מיטן באַלאַבאָס אויף רעדער האָט ער זיך באַלד אויגעדרייט בואי בשלום צום מאַמן און אָנגעהויבן שרײַען ´מאַמי, אַ דאָגי.´ אַ ייִדיש קינד כּדת משה וישראל ווי בתיה בת פּרעה האָט שוין געזאָגט אַזוי ווי זי האָט נאָר געזען אַ וויינעדיק קינד, ´מילדי העברים הוא זה´ ער איז אַ כּשר ייִדיש קינד. ס´איז בטבע אַז אַ ייִד איז זיך מחיה צו וויינען. קען ער האָבן וואָס ער וויל און ס´גליסט זיך אים בלויז צו לאָזן טרערן. אַז נישט אויף זיך איז אויף שכינתא בגלותא, אַבי אַ קרעכץ.

זאָגט די מאַמע פאַרן קינד, ´אַז מען לויפט אַליין קומט אַ דאָגי.´ יע יע יע, זאָגט די מאַמע פאַרן קינד, מורי ורבותי, אַז מען לויפט אַליין, אײַ יײַ יײַ, אַז מען לייפט אַליין קומט אַ דאָגי. איך האָב מיך באַלד דערמאַנט אַז מיט אַ טאָג פריער איז געווען ראש־חודש תמוז און תמוז איז ראשי תיבות ז´מני ת´שובה מ´משמשין ו´באין. עולם, די הייליגע טעג זענען שוין אויפן שוועל איז געדענקט פאַר אײַערע נשמהס וועגן, אַז מען לויפט אַליין קומן דאָגיס.

איך בין מיר געגאַגן ווײַטער אויף מײַן וועג מיטן זיכערקייט אַז אויף יענעם טאָג האָב איך זוכה געווען צו הערן דער בת־קול מהר חורב.

15 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

וואס מיינט דאס למעשה באמת? אז מען לויפט אליין'ס אפילו ווען מען איז א טאטע קומט אויך א הונט צו נאר ווען מען איז א קינד און מען לויפט אליינס קומט די דאגי?

אנונימי אמר/ה...

קטלא די הייבסט שוין אן וועפען
דיין פריינט אבישי

Also A Chussid אמר/ה...

KK,

You never seize to amaze me. Very profound.

אנונימי אמר/ה...

קומט אלע צו מיין נייע וועבסייט אין הייד פארק "די אידישע וועלט
הק' אבישי
הק' אבי ריינער
מלפנים דער אלגעמיינער

Chani Vogue אמר/ה...

wow,,
kk,, as men loift alein kimt a doggy,, annonymous asked if it only applies to children, or adults as well,, arent we all the beshefers kinderlech? What an inspiring piece.
AB

אנונימי אמר/ה...

Oh, how sveet. A friend of mine always says, one of the funniest sights in NYC is a dog walker among Chasidim...oy the scattering!

The police don't need horses here, they should just employ little Chiuawas.

אנונימי אמר/ה...

az der hint bilt...... i do not remember the ending but i guess this enough is good too

אנונימי אמר/ה...

לכבוד אלע קטלא קניא'ס חסידים
אני הקטן האב לעצטענ'ס זיך אריבער געצויגען צו די אידישער-וועלט וועב סייט אויפען אינטערנעט
פארוואס קומט איר מיך נישט באזיכען? טוט אייך אליין א טובה און שרייבט אייך איין אלס חבר
א דאנק
אבישי28
וביום שמחתכם ומועדיכם אשיב לכם בלי"נ

אנונימי אמר/ה...

לכבוד אלע קטלא קניא'ס חסידים
אני הקטן האב לעצטענ'ס זיך אריבער געצויגען צו די אידישער-וועלט בלאג
פארוואס קומט איר מיך נישט באזיכען
היינט האב איך א שיין שטיקעל אופען פריערדיגען רבין פון סאטמאר קומט און האט הנאה

א דאנק
אבישי28

אנונימי אמר/ה...

וואס זענען די טעמי המקרא אויף "אז מען לויפט אליין קומט א דאגי"? די ירושלימער מגידישער סליחות קרעכץ?...

קטלא קניא אמר/ה...

ר´ טמיר, שאלת כּהוגן. איך האָב אַ ספק צווישן ר´ שלום שוואַדראָן און ר´ יענקל גאַלינסקי.

אנונימי אמר/ה...

א גיטן פורים

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

אין מאַנהעטן זאָגט מען דאָך „אַז מע לויפֿט אַליין קומען גנבֿים.“ דאָס איז אָבער נאָר חל אויף צענטראַל־פּאַרק אויף דער נאַכט . . .

אנונימי אמר/ה...

Katla! Wake up, were thirsty for a GITS!

אנונימי אמר/ה...

קטלא,וואס איז געווארן פון דיר?דו שוויגסט צו לאנג אונד איך הייבט אן צו דאייגענען .השמיעי קולך כדי די יידן ווערד ווייטער פרייען זיך מיט דיינער אמרי שפר אשר לא יסולאו בפז....