יום חמישי, דצמבר 22, 2005

מן המצר

יום שבתון אין לשכוח, די לעצטע תקופה וואָס ס'האָט מיר אָנגעכאַפּט אַ שטומעניש וועל איך נישט אַזוי שנעל פאַרגעסן, זכרו כריח הניחוח, זיך דערמאַנען פון די אָ זמנים איז כריח ניחוח, אָבער אויף דער שבת קודש שטייט אויך, וינפש, ווי אבדה נפש. הייסט עס אַזאַ אור וחושך משתמשים בערבוביא. ואני תפלתי אַז דער נפש וואָס פלעגט מיר טרײַבן צום שרײַבן איז נישט פאַרשווינדן. יונה מצאה בו מנוח, די יונהלע זאָל ווײַטער זינגן, ושם ינוחו יגיעי כוח, און איך זאָל ווײַטער דאָ געפינען אַ פלאַץ אָפּצורוען מיינע אויסגעמאַטערטע כוחות.

ואני בעניי האָט זיך מיר פיל מאָל געגלוסט צו דאַווענען און האָב איך אַנדעקט אַז מען קען דאַווענען אַפילו מען איז נישט איבערצייגט אַז עס איז דאָ צו וועם. איך האָב מיך פאָרגעשטעלט אַז אַלע תפילות זענען געצילט צו אַ צימער וואָס איז שטענדיק פאַרשלאָסן און קיינער ווייסט נישט וואָס טוט זיך הינטער דער טיר. די וואָס גלייבן דאַווענען צו אַ גאָט וואָס זיי זענען זיכער געפינט זיך אינעווייניק. די וואָס צווייפלן, אָבער דאָך דאַרפן אַ תפלה טון דאַווענען אויך און צום זעלבן טיר. נישט ווײַל אפשר איז דער צימער נישט לער כאָטש אַ פאַרשלאָסענער טיר איז פאָרט נישט אַ וואַנט. דער עיקר סיבה איז ווײַל אפילו עס געפונט זיך דאָרט קיינער נישט ווערן זיי מחוזק פון די פיל תפלות וואָס אַנדרע צילן אַהין. דאָס תהילימל קען אינספירירן אפילו ס'האָט נישט קיין אַדרעס.

דאָס קלער איך קען זײַן וואָס חז"ל זאָגן אַז דער בית המקדש הייסט תלפיות - תל שכל פיות פונים אליו. אפילו אַז ס'איז נישט מער ווי אַ תל אָבער פון דעסטוועגן ליגט דער קדושה אין דעם אַז אַלע מעלער קערן זיך אַהין און לאו דווקא ווײַל ס'איז מכוון כנגד בית המקדש של מעלה אָדער ווײַל דער שכינה געפונט זיך דאָרט.

איך האָב אויך אַנדעקט אַ סבה פאַר גאָט אין אַ ליד פון דזאָרדז הערבערט דער טריץ (דער שלעפער?). אָבער טראָץ די אַלע פשטים האָב איך זיי געניצט בלויז פאַר אַ פאַרזיכערונגס פלאַן טאָמער זאַכן וועלן זיך ערגערן און איך וועל מיך מיזן ווענדן צום מן המצר. למעשה האָב איך אויפגעהויבן מײַנע אויגן עטליכע מאָל אָבער קיין תפלה האָט זיך נישט געזאָגט.

*********************************

שוין גענוג געקרעכצט. ס'קומט באַלד חנוכה און איך דערמאַן מיך פון אַ פאַסירונג אין שיל אויף דעם צווייטן טאָג ראש־השנה בײַ מנחה. מה ענין שמטה...? אַנו, איז אַזוי. מיר געדענקן דאָך אַלע ווען חנוכּה זענען מיר געזעצן און זיך געטשאַטשקעט מיט די פשעטלעך פון דער בית יוספס קשיא בשעת ווען די פאָנטשקעס האָבן געדראָדעלט אין דער נאָז. מען האָט שוין פאַרענטפערט בטוב טעם, מען האַלט שוין נאָך סוגיא דכבתה און אַלע אויגן זענען צום טיר האָט דער בעל דרשן אָנגעהויבן מיט אַ וווּנדערבאַרער פשט איבער דער מנהג צו עסן מילכיקס און מיט דעם פאַרענטעפערט דעם בעל ועל הנסים איבער דער פּשיטא פון רשעים ביד צדיקים כּאילו צדיקים זענען מאז ומתמיד נאַטירליכע זיגערס און צום אויסצופיר האָט ער פאַרענטפערט פאַרוואָס ר' כהנא בשם ר' נתן בר מניומי בשם ר' תנחום האָט צאַצגעשטעלט דער אינהאַלט פון יוסף הצדיקס גריב מיט דער הייעך פון אַ חנוכּה מנורה און דער שייכות צו דער הייך פון אַ סוכה מיט פרסומי ניסא און שוין שוין די לאַטקעס קומן צו גיין.

אַז איר האָט אויסגעהערט די אַלע דרשות וועט איר באַלד פאַרשטיין דער שייכות פון חנוכּה צו ראש`השנה אָן א"ת ב"ש און ס'וועט קלאַפּן ווי בײַ ר' תנחומן. אַז איר זענט אַ זקן ורגיל בײַ דרשות וועט איר דאָך וויסן אַז ס'איז נישט דאָ אַ זמן בײַ ייִדישע קינדער ווען ס'איז נישט אַ געלעגענהייט תשובה צו טון. קוים וואָס מען כאַפּט אַמאָל אַן עבירה און מען האָט דערפון צו זינגן און צו זאָגן אַ גאַנץ לעבן. פּורים מיינען ייִדן מעג מען זיך לאָזן אַביסל ווויל גיין זאָגן די דרשנים יום כּיפּורים. דאָס הייסט אַז יום הקדוש איז גאָר ווי פּורים. אָבער נישט אַז יום כּיפור זאָל מען שאַשקן, דאָס איז קרום געלרענט פשט. פשט איז פאַרקערט: פורים איז ווי יום כּיפור. קומט פסח איז דאָך איתערותא דלעילא און וווּ אַ ייִד זאָל נישט האַלטן קען ער זיך תמיד צוריק כאַפן. ספירה איז דאָך חג"ת נהי"ם און לטהרנו מכל סיג ופגם. שבועות איז אָפגערעדט און דעמאָלסט וויינט מען זיך אויס בײַ והאר עינינו. קומן די דרײַ וואָכן האָט אַ צדיק געטײַטשט כּל רודף י-ה (רודפיה) השיגוה בין המצרים, און תשעה באב אַליין ווערט דאָך משיח געבוירן איז שוין ווײַטער אָפּגערעדט. אלול דאַרף איך ניטאַמאָל זאָגן ווען טונאַ אין די סענדוויטשיס זאָגן לדוד ה' אורי. האַלט מען חנוכה און מען זינגט תמניא אפי איז דאָך כל שכן אַז המאור שבה יחזירנו למוטב און בלויז אָנקוקן די ליכט איז אַ סגולה אויף תשובה צו די האַרבסטע עבירות. איך מיין טאַקע די גאָר גראָבע, אַזוי האָט מען מיר געזאָגט שוין בײַ דער דרײַצן. און אַז מען טוט תשובה און מען וואַרעמט זיך אָן בײַם בני יששכר האָט איר דאָך אַ פאַרטיקע שייכות צו ראש השנה.

איז וואָס איז דער מעשה. דאַרף איך דאָך הײַנט עפעס פאַרדינען אויך איז וועלן מיר איבערלאָזן דער מעשה אויף אַ צווייטן מאָל.

4 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

אונד ווארום האלסט דו אז חנוכה איז שוין נישט אינקלוסיב אין ימים נוראים?וועל איך שוין ווייזן אז פאנדעסטוועגן האט דאס יא א שייכוס.אונד די ראיה איז,אז אין ונתנה תוקף שטייט בפירוש "ומי
בחני(ק)כה".אזוי לערנט דער עולם

אנונימי אמר/ה...

בשעת גאט האט אין בראשית דעם מענטש באשאפן
אן אוצר בלום איז דערביי געווען
"לאמיר" זאגט ער "אים באגיסן וויפיל עס לאזט זיך
זאלן כל חללה דעלמא וולעכע ליגן ברייט צעשפרייט
זיך מצטמצם זיין צו א שפאן"

צום ערשט האט שטארקייט געמאכט די וועג
דערנאך האט שיינקייט געפלאסן, דאן קלוגשאפט, חשיבות, פארגענוגען
ווען כמעט אלסדינג איז געווען ארויס האט זיך גאט אפגעשטעלט
איינזעענדיג אז אלס וואס פון אוצר פארבליבן
צופרינדקייט ליגט בשולי קדרה

"אויב איך וועל" זאגט ער
"שענקן מיין באשעפעניש אויך אט די צירונג
מיינע מתנות וועט ער טייער האלטן אנשטאט מיר
פארגעטערן די נאטור נישט אין איר גאט
אזוי אז ביידע וועלן מיר פארלירער זיין

לאז אים האבן צופרידנקייט
אבער האבן זאל ער עס מיט אן אינערליכע אומרואיגקייט
לאז אים זיין רייך אבער אפגעמיטשעט אז לכל הפחות
אויב שפע ברענגט אים קיין גליקליכקייט זאל אויב דאס באטריבטקייט
אריין צווינגען אין מיינע ארעמעס"

Hasidic Rebel אמר/ה...

קטלא,
ווי געווענליך שרייבסטו טרעפליך. דאס מענטשהייט גלוסט זיך צו דאווענען, און וואס איז דען שלעכט מיט א קאפיטל תהלים? צום ווייניגסטען אידענטיפיצירט מען זיך מיט דוד המלך'ס experiences, און מען ווערט געהויבן פון די פראכט פון זיינע לידער.

טמיר ונעלם, דיין איבערזעצונג איז וואונדערבאר. איך צווייפל נאר צו דער אפטייטש פון 'רעסט' איז צופרידנקייט. אלנפאלס, וואס איך זעה אלס דער וואונדער פון דער פאראדאקס האסטו גוט אראפגעשטעלט: 'צופרידנקייט מיט אן אומרואיגקייט'.

קטלא קניא אמר/ה...

ג"א מצטרף צו ר´ מורדס שבח נותנים פון ר´ טמיר. די ערשטער שורה פון דער לעצטער סטראָפע דאַרף טאַקע זײַן רעשט. דאָס ליד שפילט זיך מיטן ווערטערשפיל פון ´רעסט´ וואָס אין ענגליש מיינט סײַ רו און סײַ רעשט, און דאָס געבט זיך שווער איבער אין ייִדיש.