יום שלישי, ינואר 03, 2006

גדיים נעשו תיישים

גדיים נעשו תיישים, ציגן ווערן ביקעס, בחורים ווערן יונגעלײַט און בלאָגערס ווערן שרײַבערס. קטלא קניא בלײַבט אָבער קטלא קניא נאָר אַמאָל האָט ער בלויז געדאַווענט אויף איין פלאץ און הײַנט וועט ער דאַווענען פרײַטיק־צו־נאַכטס דאָ און שלש־סעודות דאָרט. שחרית דאָ און מנחה מעריב דאָרט. ובכן מורי ורבותי ורעבעצענותי פאַרן נײַעסטן שטיקל ביןאיך אײַך מזכּה מיט שכר הליכה און איך בעט אײַך זיך מטריח זײַן און געבען אַ בליק אויף מײַן רעצענזיע פון העלאַ ווינסטאָנס ביך´אָנטשאָויזן´ וואָס ערשיינט אין דער וואָכעדיקער ´אַלגעמיינער זשורנאַל´.

מעין דער הגדה אויף שבת הגדול וועל איך דאָ אַראָפּברענגן דעם ערשטן פאַראַגראַף צו באַקומן אַ טעם פונעם זאַך אַליין ואידך זיל גמור דורך קליקן לקמן, והמהדרין זאָלן אַזוי גוט זײַן און קויפן דאָס געדרוקטע בלעטל ויקראו ענוים וישבעו.

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=1005

עי"ש: אַזאַ עלייה לגדולה וואָלט אוודאי געפאָדערט אַ בלאָג צו געבן שבח והודייה פאַרן בורא עולם על כל החסד אשר גמלנו און אויך ווײַזן פאַרן עולם פונעם אַלטן שטיבל אַז מיר גיבן חלילה דאָ נישט אויף און ס´איז פשוט אַ התרחבות פון די גבולי דקדושה. אַבל מה אעשה אַז צײַט איז נישט בשפע. ממילא זײַט אײַך מחייה מיט דער טועמיה, טרינקט אַ גלעזל לחיים און ווינטשט אַביסל אָן און זײַט אַזוי גוט און בּאזוכט אין אַפאָר טעג אַרום וועט האָפענטלעך זײַן עפעס אויף קינוח סעודה.

מוצאי אתה בחרתנו

ווען וועלטלעכע שרייבער שילדערן חסידים איז לא ימלט אַז זיי זאָלן נישט מאַכן דעם איינדרוק פון האָבן אינפילטרירט אַ געהיימע סעקטע אַרומגענומען מיט מעכטיקע באַפעסטונגען. פיל מאָל טרעפט אַז שרייבער אַנטדעקן´די וועלט פון חסידים אין זוך פון זייער אייגענעם אידענטיטעט. ווידער, אַ סך פון זיי ווערן ראָמאַנטיזירט פון דער עקזאָטישקייט מיטן געפיל אַז אפילו אויב ביי זיי אַליין איז דאָ ווייניק אידישקייט און גייסטיקייט, זענען נאָך דאָ די שרפי קודש וואָס זענען יוצא אַלע אַנדערע אידן. אַנדערע, ווידער, גיין אַוועק צופרידן אַז וואָס זיי האָבן געמיינט איז אויטענטישע אידישקייט, איז אין אמתן גאָר דעקאַדענט, אָדער סתם אָנגעבלאָזן און נישט זייער צום אַפּעטיט, און ממילא איז זייערע אייגענע ווערסיע גאָרנישט אַזוי פּסול
אַצינד לייענט ווײַטער...

12 תגובות:

Also A Chussid אמר/ה...

Katley,

You couldn't have said it any better. While you don't seem to question Hella's hidden agenda I think otherwise. I have documented partially to justify this accusation.

katla fan אמר/ה...

also a chussid took this to personal. i wonder why.

אנונימי אמר/ה...

א גוטן ר' קטלא איך וויל אייך גראטולירן פארן געלונגענעם מאמר אינען "אלגעמיינעם", זייט געבענטשט.
אויף ווידערזען.
נ. חסיד

נ. חסיד אמר/ה...

קטלא! איך האב דורכגעלייענט אלע דיינע גניזות און איך באטראכט דיר לויט זיי ווי א צעמישטער מענטש, וועלכער ווייסט נישט וואס איז אמת און וואס איז שקר, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט.
אפשר, קטלא, לופטערסטו אויס אלע דיינע פילאזאפישע און טעאלאגישע צווייפלונגען איבער די שפאלטן פון דיין בלאג, און ס'זאל דא ווערן א ריתחא דאורייתא - זה מותיב וזה מפרק, איבער אט-די פראגעס.
דאס וואס דו האסט אנגעמערקט אנומעלט, פרעגנדיג וואס איז דער נפק"מ צווישן א דיקטאטור און ג-ט וועלכער האט אונז באזאטלט מיט וואליזן מיצוות ומעשים טובים, איז דוכט זיך נישט קיין פראגע אויף אפצופרעגן דער עקזיסטענץ פון ג-ט.
אויב איז נישטא קיין ג-ט איז דאך די קושיא נישט רעלאוואנט, און אויב עקזיסטירט ער יא, איז ער על כרחך היבש קלוגער פון אונז, כאטש אזוי פיל ווי מיר זענען קלוגער פון מאלפעס. און אויב א מאלפע וועט בשום אין אופן נישט קענען פארשטיין פארוואס מיר פייניגן א מענטש ביי א הארץ-אפעראציע וכדומה, קענען מיר נישט פארשטיין די מעשים פונען באשעפער.
מ'קען בעצם פיל מאריך זיין אין דעם אבער ס'איז איצט גענוג אויף אנצוהייבן.
זיי געבענטשט קטלא, און אויף ווידערזען.

קטלא קניא אמר/ה...

"און אויב עקזיסטירט ער יא, איז ער על כרחך היבש קלוגער"

מהיכי תיתי?

קטלא קניא אמר/ה...

הגהות המחבר(ת) וואָס איך גיב איבער מיט איר רשות

Hello! I am just writing to let you know that I really enjoyed your sensitive and insightful review of my book. You were absolutely correct to emphasize that this was not a portrait of the community per se, and also that there are many, many people who manage to straddle both worlds without making a full break, or rejecting religion. I myself know many chassidim who read all manner of books, follow sports, go to Atlantic City, watch movies (and some who even "swing" at bungalow colonies)--all without giving a thought to leaving the community, or rejecting religion. From what I have learned at least, the tendency/ability to do this depends, to a large degree, on one's social position within the community (for example, this seems to be more common among baalebatim than those from rebbish or rabunish families, who feel they have more to lose if discovered). In fact, this is actually a central focus of my dissertation (I am only partially joking when I say I would love you to read it and offer your insights. But don't worry--I am not a sadist!) As for what propels those who make the break to do it, I think it is, obviously, a combination of emotional and intellectual factors. The reason I think it is so hard for many to do, however, and looks somewhat "extreme," is that, unlike in past generations, there are really no organized social movements for people to join (e.g. socialism, Zionism) and thereby become integrated into another "community" and meaningful way of life. I also believe that in many ways there was more openness to, and contact with, the "outside" world even thirty years ago, which made the transition much easier for people. Nonetheless, there are many who are managing it, though, as you point out, there are likely many more (if the amount of email I have received is any indication)who long to live a more "modern" life but feel they cannot do so because of family and children, etc. In fact, one man who contacted me last week wrote that, until now, he thought he was the only one to harbor questions or doubts, and that he has spent most of his life feeling isolated and somewhat depressed (he also told me that he read Darwin on his Palm Pilot in the bathroom in shul on Yom Kippur, while keeping the fast). He wrote that he is waiting for his grandchildren to get married (and I think he was serious) to "come out of the closet," mainly because he feared hurting them so much. So I do think there is more going on than meets the eye. Whatever the case (and I think it will take some time to really know what's going on), however, I found your final observation that, as hard as it is to be a Jew, it is harder to stop being a Jew, extremely poignant in its profound truth--it is a fact that, to me at least, is cause for great comfort, no matter what kind of Jew one is.

All the best,
Hella Winston

אנונימי אמר/ה...

"און אויב עקזיסטירט ער יא, איז ער על כרחך היבש קלוגער"
די קלוגע גאט איז א "זי". נעמליך, סאפיע

אנונימי אמר/ה...

עמיצער האט אריינגעכאפט א מצוה און דאס איבערגעזעצט פאר איר אויף ענגליש
“He read Darwin on his Palm Pilot in the bathroom in shul on Yom Kippur”
ווי פארשאפט מען אזאלכע ברייטע קיטל טאשן. לעכערליך
“It is harder to stop being a Jew”
ווי פאסט דאס פאר א נישט-רעליעזע צו נוצן אזא שפראך. זי וואלט געברויכט צו זאגן "פרום" אדער עפעס ענדליך

קטלא קניא אמר/ה...

מיר איז שווער געווען אז ער האָט עס געקענט איינבינדן אין ברוינע פאפיר און עס לייענען אין שיל. איך האב עס שוין פיל מאָל געוואָלט טון מיט שלום עליכם נאָר לא איסתייעא מילתא.

לייענען פון א פּאַלם האָט אַ מעלה אַז די בלעטער קענען נישט זײַן פאַרקלעבט ווי אין דער מחזור און ממילא איז מען נישט עובר אויף הלכות יום־טוב. נישט אַז איך רייס חלילה אויף יום־טוב, נאָר פשוט איך צי גוט צו זען צי עס איז טאַקע פאַרקלעבט אָדער עס זעט נאָר אַזוי אויס און ביני לביני ווערט עס אויפגעקלעבט.

נ. חסיד אמר/ה...

"און אויב עקזיסטירט ער יא איז ער על כרחך היבש קליגער."
מהיכא תיתא???
לאמיר זען אז דו זאלסט באשאפן אזא וועלט!
אבער דאס איז זיכער אז א *מעגליכקייט* אז ער איז קלוגער ווי דעם קלוגסטן האמא-סאפיען איז זיכער דא, אויב אזוי קען מען ווייטער נישט פרעגן.

אנונימי אמר/ה...

http://tinyurl.com/a7dun

אנונימי אמר/ה...

קטלא קטלא, אוי מ'זעהט די מסירות נפש דייַנס נישט איבערצוהיפּן בייַם דאווענען. קומסט נאָך מיט אייַן עָרמָהּ אַזויוי די בני ישראל עֶרֶב ראֹש השָנָה. די הייליגער קדושַת לוי וואָלט געוויס בייַ דעם געלעגנהייט אויפגעהויבן זייַנע אויגן כלַפי שמַיאָ און געזאָגט מליצות ישָרות.