יום שני, מרץ 13, 2006

אַ פרייליכן פורים!

בײַ אַ זאַלי האָט אַמאָל געפעלט מעות
האָט ער געצויגן אַ ליטווישן שמוּעס
´'כוועל אויפגעקאָכן א צימעס
פון התגרות באומות
ואלך ואתבענו בערכאות´

אַ זאַלי האָט זיך גאָר שטאַרק צולאַכט
ווי ר´ אהרן האָט שובבי"ם פאַרבראַכט
´קר"י בקיט"ל
איז גאָר אַ שוואַך מיטל
צו הייסן אַ קדוש פון טראַכט´

ר´ אהרן איז געוואָרן צוטראָגן
איז ער אַרויס אויפן פעלד האָזן יאָגן
ס´האָט אים שרעקלעך פאַדראָסן
אַז ער האָט זלמן לייבן געשאָסן
און ער וועט שבעה נאָך אים מיזן קלאָגן

ר' אהרן האָט געהייסן זײַן פמליא
מיט רשות פון הרב ר' גדליה
אַז אָן קיין חציצה
זאָל מען מאַכן מציצה
און אים הענגן מיט ויזתא און אדליא

אין מאָנראָוי איז געווען א בהלה
ס'האָט יעדער גערופן הצלה
אויף די זאַליס אַ פלאַן
צו קויפן געווער אין איראַן
און ניוקן פון איהעל ביז קראָלע

אַן אַרויני מיט אַ שווערן געוויכט
האָט אַ סימן אויף אַ גוטן אויסזיכט
'רבינו ר' יואל
אַנטלויפט נישט פון אוהל
ווײַל ער'ז מסכים צום פסק פון געריכט'

גייט זיך אַ בעלזער אַ בלאַסער
ער זאָגט ס'איז קלאָר ווי ריין וואַסער
אַז ויואל משה אמת
ותורתו אמת
ס'איז אַ בפירושע פסק ראָזנוואַסער

ס´איז געוועזן אַ מלמד אין טאָש
ס'האָט יעדער געזאָגט ראשו חש
ס'גייט אים אין לעבן
אַז אַ זין פונעם רבין
איז אַ הדיוט וואָס איז קופץ בראש

אַ באָבאָווער חסיד אַן אַלטן
האָט פון בן־ציונען נישט געוואָלט האַלטן
'ללחם לא רעב
מיט אַ קפטן של זהב
אַז ס'קומט מיר די זײַטן צו שפאַלטן'

דער בּאָבּאָווער אויסערן מיניסטער
האָט גאָר אַ געניטן געשוויסטער
נאָך אַ ברוכים הבּאים
אין חמש וארבעים
איז ער אַ רבי און מער נישט אַ מיסטער

אַ גרויסער חסיד פון בן ציון
האָט געהאַט אַ זין אַ מצויין
האָט געזאָגט מרדכי דוד
מאי דעביד עביד
אָבער לאָזט אים נישט גיין אויפן ציון

בײַם טיר פונעם באָבאָוון אוהל
האָט זיך געשטעלט אַ מומחה אַ מוהל
דער קוצץ בן קוצץ
האָט געגעבן אַ מוצץ
און געזינגן דער נײַער המלאך הגואל

ס´איז געווען אַ מלמד אין קרית יואל
אין דער זײַט איז ער געווען אויך אַ מוהל
ער האָט גענומן אַ יינגל
אים געמלעט דאָס צינגל
ווײַל ער האָט געזאָגט אַז ער ווייסט וואָס מיינט 'בּועל'

ס´האָט געזאָגט אַ מוהל אין באָסטן
וואָס דער עולם האָט זיך געלאָזט פאַר אים קאָסטן
אַז מציצה בפה
איז דער טעם דערפון פע!
און אויף דעם האָט ער פאַרלוירן זײַן פּאָסטן

האָטס מיר אַ פרייליכן פורים
מאַכט נישט דערפון יום כיפורים
זאָל יעדער באַזונדער
אָפּשפּעטן די רינדער
וואָס קאָפּן אונז שטענדיק ווי שטירן

אַ פרייליכן פורים פאַר אַלע!

4 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

Good, Can you explain what happened with the M`lamed in Tush, I used to learn there and I wonder wats going on?

אנונימי אמר/ה...

א פראגע צו אלע קטלא'ס חסידים.

ווער קען פועלן ביים רבין ר' קטלא שליטא זאל ארויפשטעלן א לינק צו וויקיפעדיע, דער אידישער.?

yi.wikipedia.org

וויפל מאל איך האב אים שוין פרובירט מסביר זיין די מעלות פון וויקיפעדיע, אדער איגנארירט ער מיר, אדער ענטפערט ער מיר אז ער האט נישט קיין צייט.

איז פרעג איך אייך קוקט אריין אין זיינע לינקס אוואו שיקט ער אייך אריין אין דעם היידפארק ארוני.זאלויני קינדער גארטן? אפאר אפגעשטארבענע בלאגס. פארוואס האלט ער נישט פאר וויכטיג צו שטיצן אזא פראיעקט ווי וויקיפעדיע וואס איז א רבים, און איז דארטן מעודד יעדן איינעם צו שרייבן זיין מיינונג, אפיציעל וויל דאך קאטלא קניא פרייע ספּיטש? אדער אפשר טאקע נישט?

הוםםםם... חומר למחשבה!

אנונימי אמר/ה...

אַ קדוש פון טראַכט I love that!

Could you please tell all us curious folks which of these stories are real and which are just made up?

Shkoyach!

אנונימי אמר/ה...

קטלא

א יישר כח פאר די ווארעמע גראמען זיי זענען ממש נוגעים ללב

מ'דארף מאכען אזוינע גראמען לכל הפחות 4 מאל א יאר צו ברענגען אביסעל ערנסטקייט ביים עולם, דאס איז ממש ווי גראמען פארן חתן פאר גייט ער אט אט טאנצען אשת חייל