יום שני, דצמבר 25, 2006

הכּותב שתּי אותיות חייב

איך ווייס נישט צו איך בין אין דעם דער איינציקסטער, אָבער מיין גאַנצער לעבן פאַרברענג איך טראַכטענדיק, וואָס וועט זיין דער תכלית? וווּ וועט זיך דאָס אַלעס אויסלאָזן? וואָס וועט זיין? מתי אעשה גם אנכי לביתי? ווען וועט מען זיך שוין נעמן איין מאָל פאַר אַלעמאָל? אפשר איז עס אַ ייִדישער קרענק, אפשר אַ חסידישער, דאָס איז אָבער אַלמאָל זיכער אַז איך בין דערפון אַ ליידער. און פון די אַלע זאַכן וואָס דערקוטשן מיר, קובע זיין עתים לתורה, אָנהייבן לערנען דף היומי, דאַווענען שחרית מיט מנין, קומן שבת אין שיל ביי צייטענס, לערנען און פאַרברענגן מער מיט מיינע קינדער, פון די אַלע זאַכן שטייט קאָפּ און פלייצעס העכער דערפון מיין שרייבן. עס גייט נישט דורך אַ טאָג וואָס איך שטראָף מיך נישט פאַר נישט שרייבן מער און וואָס איך שווער מיך נישט אַז מאי דהוי הוי און מהיום והלאה גייט מען זיך נעמן צום עבודת הקודש ווי עס דאַרף צו זיין. און וואָס מיינט איר? ויהי ערב ויהי בוקר און איך שטראָף מיך ווידער און איך שווער מיך ווידער.

דאַרף מען דאָך פאַרשטיין, הלא דבר הוא. וואָס איז דען אַזוי שווער אָנצוכאַפּן אַ פעדער און אויסגיסן אַביסל טינט? וואָס קומט מיר אָן מיט אַזויפיל מי אַביסל צו זעצן אויפן קיבאָרד? דער אמת געזאָגט איז עס פּחד. אַ פּחד אַז מיט שרייבן היינט וועל איך געווויר ווערן אַז דער נעכטן איז געשטאָרבן און אַז די קראַפטן פון אַמאָל זענען עבר ובטל. דער פּחד ברענגט מיט זיך פוילקייט, מידיקייט, אומבאַשליסנקייט און יעדער מכּה אשר לא כּתובה. אַבי נישט צו שרייבן. ווי דער משנה זאָגט אם בטלת מן התורה הרבה בטילים יש לך. אַזויווי מען וויל זיך נעמן צום שרייבן קומן אונטער בטילים פון אַלע זייטן. מיט אַמאָל מיז איך אויספאָרשן ביכער אויף אַמאַזאָן, זוכן מציאות אויף איביי, אַראָפּלאָדענען מוזיק, זיך פאַרהיינטיקן מיט די לעצטע נייעס, און אויף להכעיס באַזוכן ביי בלאָגס פון אַנדערע און קראַכן פאַר קנאה אַז ביי זיי פליסט דאָס וואָס ביי מיר איז טרוקן. ווי אַ פלעשל משקה נאָכן קידוש פון דעם חתן תורה: יבש המעין ונקצץ האילן.

איך רוף עס אַ פּחד, חסידים וואָלטן עס אפשר גערופן גאוה. כּלומר, וואָס מיינסט דו אַז דו ביסט אַזאַ מיוחס אַז דו דאַרפס גוט שרייבן? שרייב שלעכט. ווי רבי ר´ זושא האָט געזאָגט, ´זושא, זושא, מען וועט דיך נישט שמייסן אַז דו ביסט נישט מילך. שמייסן וועט מען דיך אַז דו ביסט נישט זושא.´ און ווי דער רבי ר´ בונם פון פּשיסכא האָט געזאָגט, ´אַז איך קען מיך בייטן מיט אברהם אבינו וואָלט איך מיך דערפון אָפּגעזאָגט. וואָס וועט דער באַשעפער דערפון האָבן? ווייטער איין אברהם און איין בונם´. אלא מאי טאָלסטוי זאָל זיין טאָלסטוי און קטלא בלייבט קטלא. דער וועלט האָט דאָך שוין געהאַט איין טאָלסטוי איז וואָס דאַרף מען נאָך איינס? איז זיי אַ קטלא, און זיי אַ קטלא עד הסוף. שרייב ווי עס גייט און העכסטנס וועלן קריטיקער זיך דינגן איבער דער יונגער קטלא און דער שפּעטערער קטלא, און פירן וויכּוחים און סימפּאָזיומס איבער וואָס האָט אים געהרגט, און ווער איז געווען דער רוצח און ביי וועלכן שטיקל גענוי ליגט דער הינט באַגראָבן.

מען דערציילט פון דער קאָצקער אַז ווען מען האָט אים געזאָגט אַז עמעצער איז געשטאָרבן פון הינגער, האָט ער געזאָגט, "פון הינגער איז ער געשטאָרבן? פון גאוה איז ער געשטאָרבן." זיין בושה פון גיין בעטלן אויף הייזער דאָס האָט אים געהרגט און דאָס האָט דער קאָצקער גערופן גאוה. ווער ווייסט, אפשר דאָס וואָס רופט זיך דיגניטי איז נישט אַ חסידישער באַגריף.

הייסט עס אָבער אַז מיין פחד רופן זיי גאוה. ווי דער כּוונה וואָס עס שטייט אין אַפּאָר סידורים אויף ונפשי כעפר לכּל תהיה, מען דאַרף זיך לאָזן צוטרעטן פון יעדן. און וואָס איז דער פּועל יוצא פון דעם אַז בחורים און יונגעלייט לערנען שער הענווה פון קינדווייז אָן און וואַקסן אויף און האָבן נישט קיין שום זיכערהייט ווייל קיינער איז נישט איינגעפאַלן זיי צו דערציילן אַז זיי טויגן יאָ צו עפּעס. קען גאָר זיין ווייל דער עפּעס איז נישט שטענדיק צו געפונען אין חדרים און ישיבות האָט מען אים פאַרדעם געזאָגט, ´דו שלימזל מיט צוויי לינקע הענט´ און ´גולם קלאָץ´ און ´כאָלעמאָק´. פאַרדעם איז ער אויסגעצייכנט אין ענווה און יעדער מאָל עס פאַלט אים איין אַז אפשר טויג ער יאָ אויף עפּעס אַרבעט ער ווידער אויסצווואָרצלן זיין מדה פון גאווה. אין חסידישע ספרים לערנט ער אויך אַסאַך אַז טאָמער ער ווערט פאַרייאושט זאָל ער זיך האָבן מיט וואָס מחזק צו זיין. אפשר אונטערדרוק נישט וועט מען נישט דאַרפן אַזויפיל חיזוק? קען מען דאָך נישט ווייל עקב ענווה יראת ה´, און וואָס דען דאַרף אַ איד אַז נישט יראת שמים? אַ בפירושער פסוק: מה ה´ אלקיך שואל מעמך...

זעץ איך מיך אַוועק אויף אַן אָווענט ניין אַזייגער ביים קאָמפּיוטער, די קינדער שלאָפן, דער הויז איז שטיל, די משולחים קלאַפּן קוים, און דער טעלעפאָן קלינגט שוין אויך נישט און איך זאָג אַ לשם יחוד צו שרייבן בשם כּל ישראל. הייבט זיך אָן. וואָז זאָל איך שרייבן? ממשיך זיין די פּאָר טויזנט ווערטער וואָס זענען שוין אָפּגעשריבן? ניין, איך האָב מורא אהין צוריק צו גיין, פון די בושות אַז איך וועל אַנדעקן אַ רעטך, און פאָרכטענדיק דער עגמת נפש אַז איך וועל נישט קענען ווייטער גיין. אפשר זאָל איך מיך נעמן צו דער אידיי וואָס וואַלגערט זיך שוין ביי מיר אין קאָפּ חודשים און יאָרן? בין איך ווייטער חושש אין פאַל אַז פון דער זומן וואָס האָט זיך פאַרשוואַנגערט וועט געבוירן ווערן אַ נפל. ווי אַ רבי האָט געזאָגט אויף דער גמרא ´חישב לעשות מצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה´ אַז ווען מען קלערט צו טון אַ מצוה איז עס נאָך מער בשלימות ווי ווען מען טוט עס, וויבאַלד אַלע אינטערעסן און פעלערס וואָס מאַכן זיך ביים טון זענען נישט דאָרט ווען ס´איז בלויז במחשבה. דער שלימות פון דער מחשבה קען נאָר פאַרקלענערט ווערן במעשה.

זאָל איך שרייבן אין ענגליש לעשות שם בקרב הארץ, אָדער איז בעסער אין יידיש וואו די מומחים און קריטיקער קענען נישט דערלאַנגן? איז יידיש בעסער ווייל אין דעם שפּראַך לעבט מיין יידישקייט, אָדער ענגליש אַז אַנדערע זאָלן אויך פאַרזוכן פון דעם עץ הדעת? אַנטלויף איך פון די אָ ספיקות, צו דער צייטונג, צו דער פריזידער, צו דער וועב, צו וווּ עס זאָל נאָר זיין אויסער וווּ איך וויל און דאַרף צו זיין. און אַזוי וועט פאַרלאָפן אַן אָווענט און איך לייג מיך אין בעט מיט אַ שרעקליכער חשבון הנפש אָבער קיין וואָרט איז נישט אין מיין בייטל. און אַ טאָג אָן שרייבן איז קוים אַ טאָג געלעבט און זיכער נישט אַ טאָג כּדאי צו לעבן.

פרעגט זיך, און וואָס איז דער גדולה דען אין שרייבן? וואָס איז שלעכט אַ שמועס? אָדער אַ ספּאָרט? אָדער אַ פרעס? מה נשתנו אלו מאלו, וואָס איז שרייבן אַזאַ מחותן? ראשית־כּל איז עס דער מותר האדם מן הבהמה. אַ בהמה קען פרעסן, פּאָפן, און אַלע אַנדערע עולם הזהדיקע פאַרגעניגענס. אַ בהמה קען אָבער נישט רעדן אָדער שרייבן. שפּראַך איז דער חכמה בינה ודעת פון וואָס מיר זענען. און אַז אין רעדן איז דאָ אַ שיעור וויפיל קענען הערן און עס האָט אויך נישט אַ קיום, איז שרייבן דער גוף פון וויסנשאַפט וואָס לאָזט אויסשפּרעכן אידייען, זיי אויסשלייפן, זיך אין זיי מפלפל זיין, זיי אָפּווענדן אָדער זיי פאַרשטאַרקען און בויען אויף זיי פרישע אידייען.

האָט אָבער דער בעל שם געזאָגט צא מן התבה, גיי אַרויס פון דער וואָרט, באַגרעניץ דיך נישט אין ווערטער נאָר שטייג העכער. אַמאָל האָב איך עס דורש געווען לגנאי און עס פאַרגליכענט צו דער בראשית פון דער ברית חדשה, בראשית איז דער וואָרט. אַז איך בין עלטער געוואָרן האָב איך געזען אַז ווי חשוב ווערטער זענען איז דאָ העכער ווי ווערטער וווּ רוחניות און גייסטערישקייט געוועלדיקט. סוף מעשה איז במחשבה תחלה, און דאָס קומט נאָך פאַר דער וואָרט און איז העכער ווי דער עולם הבריאה. דער וועלט פון מוזיק וואָס לאָזט זיך נישט באַגרעניצן ווי אַ וואָרט וואָס מיז האָבן אַ באַדייט און אַ תוכן און אותיות און זאַצן. צא מן התבה, האָט דער בעל שם געזאָגט, שוועב העכער אין אַן אין סוף וווּ גרעניצן, צוימן און רשותן עקזיסטירן נישט.

כאָטש איך וויל דווקא יאָ שרייבן, איז גוט צו וויסן אַז עס איז פאַראַן ערגעץ העכער ווי ווערטער און פון צייט צו צייט אַהין גיין באַזוכן. איך פאַרקריך אָבער, און אפשר איז עס אויך נאָך אַ תירוץ צו אַנטלויפן פון דער וואָרט אויף עפּעס אָפּצושרייבן. ווער ווייסט?

(דער אַרטיקל האָט ערשט ערשיינט אין דער אַלגעמיינער זשורנאַל אויף דעצעמבער 12טן 2006)

יום שבת, דצמבר 09, 2006

מכתב לגדול א´

לכבוד האי גברא רבא יקירא מגדולי הל"ו בלאגערס שבדורינו, כבוד שמו תפארתו, הידוע לשם ולתהלה, עטרת ראשינו ומצנפת קדקדותינו, שטריימל, נרו יאיר ויפרח כשושנה ויציץ כלבנה

את קולך שמעתי בגן ואירא כי ערום אנכי, ואיך אבא ערום ממצוות וערטילאי ממעשים טובים, ומי עוד יודע מך ערכי כמוני אשר זה ימים כבירים לא שמתי עטי למילי וקונצי לאמרי פי, אולם כידוע נתגלה לי בחזיון לילה בשבת קודש פרשת שמות בשנת הבצורת על אודות המעשה אשר אירע להרבני החסיד ר´ אפרים מוויליאמסבורג יע"א אשר סיפרתי זה כמה שנים בקיצור נמרץ וסוד ה´ ליריאיו כידוע, וזה מלפני זמן לא רב ישנתי ואיקץ וחלמתי שנית ובא לפני הרבני החסיד הנ"ל וצעק מרה על אשר קיצצתי בנטיעות וקצצתי ידיו ושני רגליו וכמעט עד שלא פרחה נשמתו צווח ככרוכיא שממש פגעתי בהדיוקנא קדישא שלו וגזזתי צפרניו וגלחתי זקניו ושתי פיאותיו, ואיקץ ותתפעם רוחי כי אמרתי לא טוב הדבר אשר אני עושה ואיך אקצר במקום שאמרו להאריך. על כן אמרתי בלבי לחגור מחגרתי ולשנס מתני ולצבות בטני ולנפל ירכי ואבא ואשנה במגלת ספר לספר מעשה הגדול והנורא הזה ממש מילין במילין לא פחות ולא יותר אלא כמצליף וכמו שסיפרו לי מן השמים בחזיון הגדול והנורא דברים כהווייתן.

ועל מה ששאלת על אודות המילה לי"ר בלע"ז דלא ידעי רבנן מאי היא. הלא ידעת אם לא שמעת מהחכם בגויים וויליאם שייקספיר אשר גדולי הצדיקים העידו עליו שהיה בו ניצוץ מנשמת בלעם בן בעור ומספרים על הרה"ק מרוזין זי"ע שאמר על הנסיך בגויים האמלט ´אשר מחזה שדי יחזה´, ובאמצע הופעה כאשר שמע הקושיא הידוע אמר ברוך שכיוון למה שנחלקו בו חכמי ישראל אם מוטב לו לאדם שלא נברא משנברא ותירץ הקושיא בטוב טעם, ובכתבי הר"י שו"ב נמצא שהר"מ מסאווראן כאשר שמע השורות ´האין דם לישראל, והאם עין אין בציון´ אחז בשרעפיו הקדושות וענה ואמר שהמשורר בשעה שחיבר שורות אלו כיון אותן כוונות שהיו לו לבלעם בעת שאמר מה טובו, ורמז לדבר, נופל וגלוי עיני"ם, החכם הנ"ל כתב חרוט על לוח ספר מחזה נורא ממלך זקן ובא בימים ולי"ר שמו אשר בסוף ימיו כאשר בא לחלוק נכסיו בחייו, והוא לא היה מבני בריתנו ולא ידע מהמאמר חז"ל על אודות הכותב נכסיו בחיים וכו´, ונתן כל נכסיו לשתים מבנותיו ולהבת השלישי לא נתן כלום, ולבסוף בגדו בו בנותיו וגם חתניו לוקחי בנותיו בקשרים, והבת השלישי שממנה מנע הכל היא עמדה לו בשעת דוחקו, אולם השתלשלות הדברים גרמו לו שיצא מדעתו וצווח ככרוכיא באישון לילה על גבעה בחוצות העיר ולבסוף צרותיו גרמו לו מיתתו.

כמו כן ר´ אפרים היה מלך, מאן מלכי רבנן, איש עברי תמים ולבו שלם עם ה´ ויעמוד השטן על ימינו לטשטש דעתו ולבלבל מחשבתו וגרם לו לחלוק על ה´ ולנסות את ה´ ולשאול היש ה´ בקרבו אם אין וממנה נשתלשלה לנקום נקמה בה´ רחמנא לצלן מהאי דעתא, אולם לבסוף כידוע חזר בתשובה וזכה להחזיר נשמתו לבוראו באחד וכל הפמליא של מעלה יצאו לקראתו להחביאו תחת צל כנפי השכינה זכותו יגן עלינו אמן.

המצפה לישועתן של ישראל בקרוב במהרה ומעתיר בעדך כל היום

הק´ קטלא קניא

נ"ב בשם נאמן ביתו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, מר"ש חיווה דעתו והביע רצון קדשו להפיץ מעינותיו חוצה, ואם כבודו יכול להרשים כמה מילים בגלולותיו על אודות המעשה אשר נעשה תהיה לנס, ובגל"ל אבות תושיע בנים ודפח"ח.

חלק א´
חלק ב´
חלק ג´
חלק ד´