דער שד פון שרייבן האָט זיך ווידער גענומן צו מיינע ביינער און לאָזט נישט מנוחה. ווי דער מלאך וואָס הייסט גראָז וואַקסן און דער מלאך וואָס האָט פרעהן געשלאָגן ווען ער האָט זיך פאַרחשקט אין שרהן (שרי, האָט זי דעמאָלסט געהייסן) און זי האָט דעם מלאך באַפוילן, שמייס, שמייס, אַזוי שטייט איבער מיר אַ מלאך און פאַרדרייט מיר אַ קאָפּ, קוק, זע, שרייב. לעצטענס טו איך אים איגנאָרירן אָבער פון צייט צו צייט לאָזט ער מיר נישט אָפּ ביז איך זעץ מיך אַראָפּ און לאָדן אָפּ וואָס ליגט מיר אויפן האַרצן צום עקראַן. נאָר נאָכדעם געלונגט מיר צו זאָגן צאתכם לשלום פאַר די מלאכי השרת ביז זיי טשעפּען זיך ווידער אָן.
מען זאָגט נאָך פונעם חזון אי"ש אַז ער האָט געזאָגט אַז ווען ער געט אַרויס אַ נייער ספר איז עס ווי ער פירט אַ קינד אונטערן חופּה. דער חזון אי"ש האָט אָבער נישט געהאַט קיין קינדער. איך האָב קינדער און כאָטש איך האָב זיי נאָך נישט געפירט אונטערן חופּה האָב איך שוין געזען מיינע און מיין פרויס געשוויסטער אונטערפירן זייערע קינדער און איך מיין אַז אַרויסגעבן אַ ספר איז פיל ערגער. דער פאַרגלייך פון שרייבן צו קינדער איז אָבער אַ גוטער.
פּונקט ווי אַ קינד הייבט זיך אָן פון איין פלייסיקער זוימן צווישן מיליאָנען אַזוי איז אַ ביך צי אַן אַרטיקל דער פועל יוצא פון מיליאָנען מחשבות און געדאַנקן וואָס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און נישט מער ווי מחשבות לבטלה. ווי רש"י זאָגט אָנהייב פרשת וישב אַז די דערציילונגן פון ספר בראשית זענען ווי איינער וואָס זיכט אַ פּערלשטיין אין זאַמד. ער זייט דער זאַמד ביז ער געפונט דעם טייערער שטיין און דערנאָך וואַרפט ער אַוועק אַלע פּראָסטע שטיינדלעך (אַ טיאָריע פון היסטאָריע ווי ביאָגראַפיע). אַזוי אויך איז עס מיט מחשבות וואָס פליסן דורכן געוויסן ווי זאַמד, מען קלאַפּט זיך אָן אין אַלע סאָרט שטיינדעלעך און פון צייט צו צייט כאַפּט זיך אַריין אַ בריליאַנט. וואָס מער מען קאָנציטרירט זיך אויף די שטיינדלעך איז מען אַלץ מער מסוגל צו געפונען דעם בריליאַנט, אָבער שטיינדלעך זענען אַלץ דאָ.
און אַז פון אַ זוימן ווערט אַ ולד מוטשעט זיך מען מיט דעם ערשט ניין חודשים איידער מען שעפּט עפּעס נחת. ניין חודשים קאָפּעט עס איידער מען הערט אפילו אַ קרעכץ. מיט אַ שעפערישן ולד איז גאָרנישט בעסער און פיל ערגער. אויך דער סאָרט וולד קען מען מפּיל זיין, עס קען אויך געבוירן ווערן אַ מאָנגאָל, אָן הענט און פיס, אָדער אפילו אַ נפל. און אַז עס ווערט געבוירן, פּשׁיט און אַהט אַיעדער אויף אַ וואָך צוויי, דער טאַטע צי די מאַמע באַקומן מזל טובס רעכטס און לינקס און דערנאָך פאַרגעסט מען. אַן עופעלע פאַרשטייט זיך אַנטוויקלט זיך נאָכן געבורט און אַז דער שעפערישע וולד איז אַ געראָטנס איז נישט אַנדערש. עס דאַרף וואַקסן, מען דאַרף דערצו נעמן אַ שטעקן, אַ מוהל מעסערל, עס אַרומוויקלן, עס קען שטינקן, עס קען שטערן שלאָפן און עס קען לא עלינו אַרויסגיין לתרבות רעה. און אַז ווערט אַ לייט, לערנט מען אַריין דערין פשטים, מען דעבאַטירט די מעלות, מען לאַכט פון די חסרונות, מען דינגט זיך ביי דעם, מען טראָגט עס אָן פאַר אנדערע און מען איז זיך מחיה צי מען מאַכט עס אַוועק. דער ישמח האב ביוצא חלציו גייט נישט אַנדערש אָן ביי דעם. איינער שעפּט נחת, איינעם גייט עס נישט אָן און נאָך איינער האָט עס פיינט יעדער מאָל ער קוקט עס אָן ווייל ער זעט דערין דער שוויגער. ווייטער נאָך איינער האָט עס נאָך מער פיינט ווייל ער זעט דערין זיך אַליין.
למעשה איז דאָס אַ שוואַכער וועג פון שרייבן און אַ שרייבער וועט דערפון נישט זען קיין סימן ברכה. דער סוד פון שרייבן איז טאַקע צו פאַרגלייכן שרייבן צו געבוירן אָבער צו געבוירן ווי היימישע יידן. ראשית כּל, נאָך בטרם כּל יציר נברא, נאָך איידער עס איז דאָ אַ סימן פון אַ ולד, דאַרף מען אַריינשפּרינגן אינעם זאַך ווי אין אַ שידוך אַריין. כּלומר, זיי דיך נישט מיישב צי דו האָסט עס ליב, צי דו וועסט דיך מיט דעם פאַרטראָגן, וויאַזוי עס וועט זיך אַנטוויקלן און שפּרינג אַריין מעשה נחשון בן עמינדב.
דער חילוק צווישן אַ היימישער שידוך און אַ נישט אַזוי היימישער, האַלב פּסולדיקן צאַמפּאָרעכץ איז דער פּסול זאָגט ער האָט געטראָפן דאָס איינע זאַך אין וואָס ער קען זיך פאַרליבן און מעשה שכם בן חמור: חשקה נפשו... תנו נא אותה לו לאשה. ווייטער ביי אונז היימישע איז גאָר פאַרקערט: ליב, וואָס איז שייך ליב, איך ווייס, ס´איז אַ גוטע זאַך און איך זע נישט פאַרוואָס נישט, און דער פון אויבן וועט שוין העלפן. ווי אַ יונגערמאַן האָט געזאָגט נאָכן חתונה וווען מען האָט אים געפרעגט וויאַזוי עס גייט, זאָגט ער, ´איך ווייס, אויף די נעקסטער זיבעציק יאָר וועט עס גוט זיין, נאָכדעם וועט מען ווייטער זען.´ און במשך די זיבעציק יאָר שטייט דער יונגערמאַנטשיק און מאַכט אַוועק דעם פּסולניק און אַלע שבעים אומות, זיי ווייסן מיר שוין אויכעט וועגן ליבשאַפט. האָבן אַפעיירס און טון אָפ כּל דבר אסור און זיי וועלן מיר לערנן מסכת ואהבתָּ. ווייטער דער פּסולניק צייגט אָן אויפן חסידישן ייד און שפּעט אָפּ, גיי פרעג אים צי ער האָט איר ליב און ער וועט זיך ציען דער באָרד מעשה טוביה דער מילכיגער און אָנהייבן צו פּשעטלן וואָס מיינט דאָס ליב. זאָגט שיר השירים יעדער וואָך, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה, און ווייסט אפילו נישט ווי ליבשאַפט קען פלאַקערן.
דאָס איז אָבער צו ליבשאַפט. וואָס שייך שרייבן דאַרף מען זיך לערנען סימן א. כּל זמן עס עקעלט נישט וואַרף עס נישט אַוועק. פאַרקערט טוליע זיך צו דעם צו און וועסט זען אַז עס איז גאָרנישט ערגער פון אַ צווייטץ. און אַז נישט וועט דער שדכן ברענגן נאָך עפּעס.
והשנית, אַז איר זענט שוין מיטן אידע פאַרברענגט נישט צו לאַנג מיטן זאַך. ווי די גערער קאָמענדאַנטן זאָגן אָן זייערע יונגעלייט: אַריין און אַרויס. און זיי רעדן נישט פון דער מקווה. אומר ועושה ווייל אויף ליגן איז דאָ גענוג צייט אין קבר. ווי מען זאָגט אָן אין די כּלה קלאַסן אַז דער אייבישטער האָט געמאַכט דער כּוח התאווה ווייל ווען נישט וואָלט קיינער זיך נישט געוואָלט באַמיען מיט קינדער. אויף אומצופאַרגינען דאָס יונג פּאָר פאָלק אַביסל פאַרגעניגן ווערן די ´מדריכים´ עוואָלוציניסטן. אָבער זאָג זיי אַז ברית מילה איז אפשר וועגן זאַמד אין דער מדבר וועלן זיי אייך אָפּמאַלן א שיעור חזון איש.
לעניניו אָבער איז סימן ב. פאַרברענג נישט מיטן אידע און באַלעק דיך נישט מיט זעלבסט לויב אויפן גאונישן שטיק און נעם דיך צום עבודה פון פּרו ורבו נישט פאַר הנאה נאָר לקיום המין, האָבן קינדער לשם האָבן קינדער. אַרט פאָר אַרטס סייק.
נו אַז מען האָט שוין אַ זוימן פון אַן אידיי איז מען נאָך ווייט פון אַן עופעלע. דער זוימן מיז זיך אַנטוויקלן, עס מיז קורם עור וגידים זיין, עס מיז באַקומן הענט און פיס, אַ זינען, און דערווייל קאָפּעט עס. דער קאָפּ ווערט אָנגעשוואָלן מיט אידייען, די רעיונות קאָפּן אין די געדערעם און מען ברעכט אויס ווערטער פאַר פרישטיק, מיטאָג און שלש־סעודות. אָבער דאָ אויכעט איז דער דרך ישראל סבא דאָס בעסטער. דער מנהג אומות העולם איז צו רעדן צום ולד, זינגן צום ולד, זיך איינשרייבן אין יאָגע קלאַסן, מאַסאַזשן דאָס בייכעל, אָנקויפן אַ שלל ביכער איבער וואָס צו עסן, וואָס נישט צו טרינקן, ווי צו שלאָפן, וויאַזוי עס איבערצושמועסן מיט די יונגערע קינדער און ווער רעדט נאָך פון די איידעלע ענינים פון בינו לבינה וואָס אויף דעם אַליין וואָלט מען געקענט מחבר זיי אַ גאַנצער ספר פאַר די העכערע פּאָליצעס. און די אַלע הכנות דרבה וואָס הייבן זיך שוין אָס ווען מען קלערט נאָר פון אַ קינד איז צוליב אַ ולד וואָס מען קען מפּיל זיין נאָך איידער עס האָט געלענט פונעם מלאך אַ פּסוק חומש.
לא כּנשים המצריות העבריות כּי חיות הנה. מיר פּייניגן נישט און לאָזן אַלעס צום באַשעפער. פאַר דעם זאָגט מען אַ לשם ייחוד מיט אַ גאַרטל פאַר מצוות פרו ורבו, אַ תפלה פון של"ה אויף ערב ראש חודש סיון און מען גיסט אַפּאָקריפאַלע טרערן ביי ליכט בענטשן, און אויסער דער טוט מען ווי גאָט האָט געהייסן און תפלה עושה מחצה. אַז עס איז דאָ ´נייעס´ איז אַזוי: די ערשטער דריי חודשים איז אַ סוד, דער צווייטער סעמעסטער טאָרן די קינדער בשום אופן נישט וויסן ווייל ווער האָט דען כּוח פאַר זייערע קושיות און רבונו של עולם וואָס ענטפערט מען זיי? און אויסער נישט גיין אויפן בית עולם אָדער אויף אַ לוייה, נישט גיין אין אַ זו און נישט אונטערפירן אַ קינד אונטערן חופּה איז עולם כּמנהגו נוהג. דאָס קינד וועט זיך אַליין אַן עצה געבן און דאָס וועט אים שוין זיין רבי געלט ווען ער קומט אַרויס לאוויר העולם. און מיט בינו לבינה, באַקומט מען דאָך אַ וואַקאַציע פון ניין חודשים וואָס די בנות ישראל האָבן אונז דאָס מאָל פאַרגינען און האָבן נישט געמאַכט אַ החמירו על עצמן. אַ גענאָד פון באַשעפער וואָס מען געפונט נישט ביי קיין שום מצווה. און דאָס וועט אונז זיין סימן ג´: געב זיך נישט צופיל אָפ מיטן אידיי. זעץ דיך שרייבן לשם שרייבן און שרייב. קלער נישט, קוואַקל נישט, גרעפּץ נישט, פּשוט שרייב. השלך על ה´ יהבך וועסט דו זען אַז די ווערטער וועלן זיך אָנזאַמלן ווי קניידלעך און וועסט זען ניין חודשים פון תענוגים.
נאָך ניין חודשים פון זיך מוטשען, פון שלאָפלאָזע נעכט, פון חבלי לידה, רוקן ווייטיק, פּתיחת הארון און זיך שווערן אַז מער אין דעם וועט מען זיך נישט אַריינלאָזן קומט ענדלעך אַרויס אין דרייע פאַרטאָגס אַ זאַך לאוויר העולם. עס זענען דאָ רמ"ח איברים, שס"ה גידים, פופציק טויזנט ווערטער און דער געוויין וואָס מען הערט איז פון דעם בעל מחבר אַליין: די יולדת מיטן טאַטן מיטן שווער און מאַמן אַלץ אין איינעם. דאָ איז אָבער אויך דער חילוק צווישן די בנים אתם לה´ אלקיכם און די, פאַרשטייט איר, בלשון רמיזא גערעדט, משום דרכי שלום, די וואָס שטייט אויף זיי ראו מה בין בן בני לבן חמי. מיר זענען מיר איידל אין מיר זענען מיר נישט אויסן זיך צו גרויסן מיט מעשה ידי להתפאר. מיר שטיין אויסגעדרייט בקרן זוית מיט אַ תהילימל אַז עס זאָל זיין אַ בן זכר און מיר זענען אויף אַ וואַכנאַכט אַז קיינער זאָל נישט צוכאַפּן דאָס קינד אין אַ זאַק. ווי רבי ר´ בער האָט געזאָגט אַז מען דאַרף זיך לערנען פון אַ קינד און פון אַ גנב. אַ גנב אַרבער שווער ביי נאַכט און ביי טאָג פאַרקויפט ער ביליק. אַז עס איז אָפּגעטון, איז ווער עס פטור, שיק עס אַווען אין חדר אַריין און נעם דיך באַלד צום פרישן.
ווייטער וואָס מען קען זיך אָפּלערנען פון אַ קינד קען מען שרייבן און שרייבן. אָבער נקוט האי כּללא בידך וועט אפשר עפּעס נולד ווערן, און אַז עס גייט אַלץ נישט קען מען לחשן ווי צו אַ מקשה לילד. אויף דערווייל אָבער מזל טוב: עס איז דאָ אַ שטיקל.
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
4 תגובות:
excelent!!!!!!
another thing, from a Tipa Sricha can became a Katle Kanye, Men Tur Nisht Eintershatzen dem ershten gadank. Bite lozt einz nisht varten azoi lang nuchamul.
דו מוטשעסט זיך חבלי לידה אויפן שרייבעריי, און איך האב הנאה דערפון
פארשטיי איך שוין וואס די שוויגער קוקט אלץ אן דעם איידעם מיט אזא שנאה... פאר דעם האב איך זיך געפלאגט? אז דו זאלסט קענען הנאה האבן?...
אבער מיט דעם אלעם, זי הערט נישט אויף און גייט אן ווייטער, גיי דו אויך אן ווייטער, קיפ איט אפ!
זייער גוט! שקויעך
ווי קומט עפעס מילה צו זאמד אין מדבר? כ'קען זיך נישט דערמאנען א רש"י אדער ווערטל וואס ציעט אזא פארגלייך
געווענטליך רופט מען א פרוי, איבערהויפט אן אישה כשרה, אידענע, 'אידע'? ס'הערט זיך עטוואס פרעמד
הוסף רשומת תגובה