יום שבת, ספטמבר 05, 2009

השקיפה ממעון קדשך

ביים לייענען היינט אינדערפרי איז מיר דורך אַ ציטער צו הערן דעם הויכן השקיפה. ביי מנחה האָט מען שוין געזרקא´ט אויף לא יאבה ה´ סלוח לו און גפרית ומלח, אויסגעלאָזט האָט מען מיטן צוגעברימטן הנסתרות און נעקסטער וואָך גייט מען שוין צו סליחות. ואני אנה אני בא?

גאַנץ ווייניק געשריבן במשך דער יאָר, געטריבן על המחיה ועל הכּלכּלה און געלט גיסט זיך אַלץ נישט בשפע, איז וואָס יאָ? אַביסל שעפשערישע נחת פון מיר אַליין וואָלט נישט געווען אַ שלעכטער זאַך, שרייב איך דאָך אָבער נישט. איז גייט מען צום יום הדין און מען מאַכט זיך אַ חשבון הנפש וואָס מען האָט אויפגעטון במשך´ן יאָר און דער שאַפער שטייט לער, די זכותים זענען נול, און די צאָל שרייבערייען זענען בדוחק אַ מנין.

וועט מען יאָ שרייבן? איז לאָמיר שוין זען עפעס אַ יידיש וואָרט. באַווייז שוין צי דיין זרוע הנטויה קען נאָך אַהערשטעלן אָדער צי דער יאָג פון שטיפן פאַפירן האָט אויסגעטריקנט און צוגעגנבעט אַלע קראַפטן. און אַז עס איז טרוקן איז לאָמיר מאַכן סתימת הגולל און זאָגן אַ לאַנגן קדיש נאָכן הדרן עלך און זיך מער נישט לייגן יעדער נאַכט און צושטערן יעדן לכו נרננה מיט ´שוין נאָך אַ טאָג, נאָך אַ וואָך, און גאָרנישט אָפגעשריבן´.

איז נישט מען שרייבט און נישט מען האָט זיך געזעגנט. איז וואָס יאָ? זאָגז´עט איר: וואָס רבונו של עולם יאָ?

תגובה 1:

Kalechige Yosem אמר/ה...

בכל זאת, עפעס פונ'ם רעבנ'ס סליחות קענט איר נישט געבן אביסל טועם צו זיין???
איך מיין אז עס וועט בלאזן דעם "סליחות ווינטעל" וועט שוין זיין אותיות פורחות באוויר.
אויפן ערגסטען פאל, וועלן די כפרות הינדלעך אייך עפעס אריינלייגען אין מויל אריין.
את אשר ישים ד' בפי אותו אשמור לדבר.