יום ראשון, אוקטובר 17, 2010

ליפּא לא יושיענו

    ראשית כּל אַ מחאה. ר' ליפּא האָט געלייגט אַן אבן הפּנה פאַר זיין נייע שטיבל אין איירמאָנט און מען האָט אונז נישט גערופן, נישט געבעטן אַ בריוו און אפילו נישט מודיע געווען. פאַרשטייט זיך אויפן דריטן טאָג סליחות וואָלט מען ניטאַמאָל צו אונז געקענט אַריינקומען אויסער דרייע פאַרטאָגס נאָך וואַרטן פיר שעה. אָבער אף על פּי כּן וואָלטן מיר מן הסתּם געשיקט איינס פון די קינדער מיט אַ בריוו פונעם טאַטן און געבעטן אנ"ש זאָלן זיך משתתף זיין כּדי צו האָבן אַ פינגער אינעם נייעם שיסל. ממילא מיזן מיר מוחה זיין אויפן בזיון פון כּבוד התורה און מלך שמחילה על כּבודו...

    אין אמתן זענען מיר אינגאַנצן נישט בייז. חוץ פון וואָס מיר זענען פון די הנעלבים ואינם עולבים פּאַסט דאָך נישט צו גיין אויף אַזעלכע פּלעצער וווּ עס קומען נישט לכל הפּחות נאָך אַ מנין בעלי מופתים, בנן של קדושים, צדיקים, חסידים ואנשי מעשה. עס איז אויך למעשה אַ סאַך בעסער אַז מען זאָגט נישט אויפן גאַס אַז מען האָט אונז גערופן ווייל כאָטש מיר גיין אויפן דרך בעל שם און זענען מקרב אַלע יידן מיזן מיר דאָך אויך אינזינען האָבן כּבוד בית קטלא. ווי דער טאַטע פלעגט צו זאָגן, טאַקע בנים אתם לה' אלקיכם אָבער נישט אַלע קינדער לאָזט מען גיין אַ קאָלפּיק.

    אָבער ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל. מיר האָבן היינט אַ יו-טיוב וואָס בזכות דעם קענען מיר זען ווי גדולים מאַכן זייערע כּפרות נאָך איידער מען האָט דעם האָן געשחטן, און נאָך פאַר מען האָט דער כּלה געגאָלט קענען מיר זיך שוין מיטפרייען מיט צדיקים טאַנצנדיק די מצוה טאַנץ. ווי נשמות פון זיידעס וואָס קומען פון גן עדן צו חתונות אַזוי האָבן מיר זיך באַטייליקט. מיר האָבן מיר געהערט רבי ר' מיכאלס דברי פּתיחה, רבי ר' ליפּאס דברי ברכה און רבי ר' בערלס דברי שירה.

    עליונים ששו ותחתונים עלזו צוצוקוקן אויף אַ דור דעה ווען די נביאות און רוח הקודש וואָס איז ביז היינט נאָר געלעגן ביי די האַלבערשטאַמס און טווערסקיס, טייטלבוימס און האַגערס גייט מיטאַמאָל אַריבער צו יידן וואָס מען האָט פאַר זייערע זיידעס נישט געבעטלט איבער גאַנץ גאַליציע און אונגאַרן. די רביס מיט די הייליגע זיידעס מאַכן אוודאי הטוב והמטיב אַז מי יתן כּל עם ה' נביאים ווערט מקויים און אייניקלעך פון פּלאָמערס און סטאָר קיפּערס מאַכן זיך אויף שילן, פירן טיש, זאָגן תורה און גיין אָנגעטון מיט געפאַרבטע בעקיטשעס ממש ווי דער זאַך אַליין. ובזה אפשר לפרש די סתירה אַז עס שטייט אין בן דוד בא סיידן אַז עס איז כּולו זכּאי בשעת ווען עס שטייט אויך אַז בעוקבתא דמשיחא חוצפא יסגא. נאָר וואָס דען צו זיין פון די זכּאים פאַרלאַנגט זיך נישט אַ קליין מאָס חוצפּה.

    מורי ורבותי! מיר ווילן אייך נישט אַנטוישן און קאַליע מאַכן אייערע באַגייסטערונג ווען איר קוקט זיך צו ווי די שכינה נעמט זיך איר פּעקל און שטעקל און קלייבט זיך איבער קיין איירמאָנט. יידן נעמען זיך צאַם כּאיש אחד בלב אחד און מאַכן זיך אַ בית תּפילה אָן קיין ווייסע זשופּיצע אין זייערע מיט. מיר וווּנטשן מיטן פילן האַרצן עוד תטעי כּרמים בהרי קאַטסקילס און אייערע ווערק זאָל זיך פאַרשפּרייטן קיין ברוקלין, קיין איירופּע ולמעלה בקודש קיין ישראל.

    און מיט דעם אַלעם טוט אונז לייד אַז ווי אַן אמתער ייד וועט דאָס זיין דער שיל וווּ מיר גיין מיר נישט. מיר האָבן ליב קליינע שטילע אַלטע שילן מיט געלע לעמפּ און טישן וואָס לויפן בלויז אַרום די ווענט וואָס שטיין איינגעזאַפּט מיט יאָרן פון תפילות, און נייע שילן מיט מאַרמאָרשטיין און ישראלישע ארון קודשס גלייכן מיר עפּעס נישט. ממילא איז שוין בעסער צו בלייבן דאָרט וווּ מיר זענען איינגעוווינט, וווּ מיר קענען דעם קל אדון פון יעדן בעל תפלה און דער מאָגן האָט זיך שוין צוגעוווינט צום טעם פונעם הערינג.

    דאָס איז אָבער נישט אַלעס. מיר האָבן נישט אויפגעגעבן די עבודה זרות פון אמונת צדיקים און תורת הבעל שם אויף זיך צו ביקן צום פעור פון סעלעבס און מקריב זיין קרבנות אויפן מזבח פון חסידישע פּאָפּ. אַז איר וועט צוקוקן דער ווידיאָ וועט איר זען אַז דער גדולה פונעם נייעם פּלאַץ איז איז אַז ער געהער פאַר קיינעם נישט. ומכלל לאו אתה שומע הן אַז אס געהער פאַר אַלע און יעדער וועט דאָרט באַקומען אַן אייניקע ברוך הבא. דער פּעקעדז קומט אָבער דאָך מיט אַ גרויסער באָרד אין דער זייט צו ווייזן וווּ און וואָס צו זאָגן ווי מען צייגט פאַר אַן אבי הבן אַן עם הארץ וועלכע ברכה צו מאַכן אויף אַ ברית. אַ סאָרט פּיוריטאַניזם וואָס וויל זיך אָפּשאָקלען פון קאַטוילישע היעראַכיעס. ואם תימצי לומר אַ טיי פּאַרטיי וואָס איז אַנטוישט מיטן הילוך העולם און וויל משנה זיין סדרי בראשית. און די נייע עבודה זרה האַלט מען צוזאַמען מיט נגינה אונטער אַ מאַסקע פון אחדות כּאילו מיר האַנדלען מיט די דאַשיקלעך מיט וועם דער בעל שם האָט געזאָגט תהילים.

    איז לאָמיך אייך זאָגן. דער בעל שם האָט געזאָגט אַז נאָך אַלע זיינע השגות גלייבט ער ווי אַ נאַר און ליפּא זינגט שטאָלצירנדיק 'איך בין אַ פּשוטער ייד'. ושכינה מה אומרת? די שכינה זאָגט לאָטס מיך שוין אָפּ מיט פּשוטע יידן פון וועם איך האָב די והותר און גיבט מיר זייט מוחל אַ פּאָר אפּיקורסים. אַז ליפּא וויל זיך באַנעמען ווי אַ פּשוטער ייד הרשות בידו. אַז ער וויל מאַכן אַ שיל פאַר פּשוטי עם און ברענגן אומאָפּהענגיקע דרשנים און מגידים זיי דערציילן אַ מעשהלע, אַ משל מיט אַ נמשל און אַ טייער וואָרט איז הבא לטהר מסייעין לו. קומט מיר אָבער נישט פאַרקויפן אַז מען איז דאָ משנה סדרי בראשית, אַז ויאמר אלקים יהי אחדות און עס איז געוואָרן אַ שיל.

    מורי ורבותי! אונזער חורבן איז נישט אַז עס פעלט אונז אחדות. אונזער חורבן איז אַז מיר וויסן נישט וויאַזוי זיך צו קריגן. די פרומע אויפגעקלערטע וואָס ברענגן קליפּס און פאָטאָגראַפיעס פון נאַציאָנאַל גיאָגראַפיק ווי די אחדות פון אַ באַנדע באָפעלאָויס קען באַזיגן אַ לייב פאַרגעסן אַז דאָרט האַנדלט זיך טאַקע מיט בהמות. אחדות געבט אונז המודיע און יתד און משפּחה וווּ מיר זענען אַלע אַזוי ווויל און אַזוי זיס און אַזוי פיין. אחדות געבט אונז כּל העולם כּולו וווּ מען קען קוקן די שיינע פּיקטשערס אָן אפילו אַ רמז פון עפּעס דענקעריש.

    אחדות געבט אונז לויות פון טויזענטע פאַר אַ פאַרדאַמטן רוצח, אחדות געבט אונז תהלים פאַר אַבּיוזערס פון קינדער, אחדות געבט אונז מוזיק פון ליפא ושותפיו פאַר רובאַשקין און אחדות באַטיטלט דער ראש פון אַ שפּיטאָל, מענגעלע. נישט ווייל מיר זענען גערעכט, נישט ווייל מיר זענען צדיקים, נישט ווייל אַנדערע זענען אומגערעכט נאָר ווייל זיי קענען אויסטאַפּן אַטאַוויסטישע פּחדים פון נעבעך אַ לעמל צווישן זיבעציק וועלף וואָס יעדער וויל פאַרצוקן. ביי כּלל ישראל קען זיך איטלעך זיין פּעקל און ווייסט אַז דער שלא אחד בלבד קומט בכל דור ודור און קען נאָך אפשר קומען אָנקלאַפּן אויף זיין טיר. ממילא אַזוי ווערט אַן אַחדות פון מייזלעך וואָס לויפן צוזאַמען אינעם לעכל אַריין צו שרייען משכיל לדוד בהיותו במערה תפלה.

    און ווען מען קריגט זיך אויף וואָס איז שוין דער געשלעגעריי? שאלות ותשובות איבער אַ קליווער גט? צי מורה נבוכים איז בכתובים אָדער יצא מן הכּלל? סך הכּל איבער וועלכער ברידער קען דינגן בעסערע אַדוואָקאַטן און בעסער שמירן מיוניציפּאַלע באַאַמטע. אַן אידיאָט רופט אויס אַן איסור אויף שייטלען און עולם גולם אָדער מאַכט זיך נישט צוטון אָדער פאָלגט ווי אַ בהמה. אפשר אַן אינטעלעגענטע דיבאַטע פון מתירים און אוסרים? לא מיניה ולא מקצתיה. ווער קען זיך טיפער אַראָפּבייגן אין די שמות קדושים שאינם נמחקים און רעדן ווייניקער שכל איז קדוש יאמר לו און פון זיינע שווענץ ווערט אַ שרעק.

    און אָט אַן אחדות פון דעם סאָרט וועט איר האָבן אין איירמאָנט און מען וועט זיך רימען אַז יעדער קען קומען. הערט איר אַ גדולה: מען לאָזט אַריין אַלע יידן. אין מייסיז לאָזט מען אויך יעדן אַריין, אין דער קאַרניגי זאַל פרעגט מען נישט ביי קיינעם צי אַן ארוני אָדער אַ זאַלי און אין דער פריק קוקט מען נישט צי איר גייט אַ וואָלענער טלית קטן. נאָר ביי יידן שליסט מען אויס יידן און וואָס פרומער זענען אַלץ מער אויסגעשלאָסן.

    און אַז דאָרט רעדט מען זיך איין וועלן מיר קומען אל המנוחה ואל הנחלה איז חלומט ווייטער. די ייִנגלעך וועלן ווייטער גיין אין תלמוד תורהס צו זיצן שורות אויף שורות און זיך אויסרייסן די לינגן צו טייטשן וידבר ה' אל משה לאמר און ביז די צוועלף לערנען סוף טאָג אַביסל 'ענגליש', די מיידלעך וועלן ווייטער לערנען עטוואָס מער לימודי חול צוזאַמען מיט נייען און הלכות שבת צו פירן אַ יידישע קאָך. און די נשים, פון וועם מען האָט גאָרנישט געזען ביים אבן הפּנה, וועלן זיך ווייטער פרה ורבה זיין ווי בלויז גאָט קען הייסן און בלייבן אין דער היים טוישן די ווינדלעך און אַז זיי וועלן זיך באַנעמען וועט מען זיי נישט פּסלען דער עירוב. און די מענער? זיי וועלן זיך פּאַטשן די בייכלעך אין זייערע נייע געביידע אַז זיי האָבן אחדות.

    מיי פרענדס, מיר זענען שוין צו ווייט פאַרקראָכן. אַ שטיבל אָן אַ רבי אָדער וואָס געהערט נישט צו אַ דינאַסטיע איז נישט מער ווי טוישן די בעל תפלות אויפן שיף וואָס פאָרט קיין תרשיש. עס איז צו שפּעט. אפילו אַרויסוואַרפן די יונהלעך וועט נישט אָפּשטילן דער שיף.

    בעלי מנגנים איך וווּנטש אייך הצלחה רבה אָבער איך וויל קיין פּשוטער ייד נישט זיין. ליפּא לא יושיענו, על סעלעבס לא נרכּב ולא נאמר עוד אלוקינו למעשה ידינו ווייל מאַכן מיט די הענט ברענגט נישט קיין ישועה. מיר דאַרפן רעאַליזם נישט סענטימענטאַלע טרערן קוועטשערס. דאָס איז נישט מער ווי די זעלבע יידענע מיט אַן אַנדערע פאַרבּ בעקיטשע. געט מיר אַ שיל וווּ מען לאָזט אַ יידן מנוחה, מען לאָזט אים פרעגן קשיות און מען צווינגט אים נישט מקבל זיין תירוצים, מען איז נישט אַ חסיד פון אַלע רביס נאָר מען קאָפּעט זיי יעדער באַזונדער אַרויס און דאָרט קום איך זאָגן מה טובו.

9 תגובות:

א לאנג-יעריגער לייענער אמר/ה...

דער אלטער קטלא איז צוריק!
ענדליך א פאוסט מיט נישט נאר ליטערארישער גאונות, נאר מיט א שפאר ביסל פילאזאפיע צו דער זייט אויך.

אנונימי אמר/ה...

מלך שמחל על כבודו, נישט, מלך שמחילה על כבודו...

אנונימי אמר/ה...

נאך ליינען זיי איך אז ר' קטלא איז נעבאך קליא גיווארען.

ער חזר'ט איבער די אלע נארעשקייטן פון די ליבעראלע שקוצים, אונד מיינט אז דערמיט איז ער קונה עולמו בשעה אחת.

ר' קטלא אדער שרייב ווי אמאל, אדער שווייג שטיל. סאיז דא גענוג וואס באקלאפען אידישקייט, אז איר פעלט אונז גארנישט אויס.

אנונימי אמר/ה...

איר האט זיך אהערגעצויגן -- און שוין קריטיק?...

ישבב הסופר אמר/ה...

מה נאוו הודעותיך, ורק אחת שאלתי: מפני מה נצרך לך בית כנסת שמוכן לקבל כל השואל ודורש ככל העולה על לבו? אם להביע דעותיך אתה חפץ, הלא יש לך מוקד פה, להתבטאות כאוות נפשך. לביהכ"נ הולכים להתפלל. אא"כ רצית להתכבד שם ברעיונותיך החדשניות ויוקירוך על כך. ובכן צר לי עליך אחי, אין לך מקום בעולם שיעריץ את המתנגד המוצהר לשיטתו.

ישבב הסופר

קטלא קניא אמר/ה...

ר' ישבב, איר מיינט נישט אַז איר טרייבט אַביסל איבער? אין טיאַטערס און קאָנצערט זאַלן לאָזט מען אַריין קריטיקער און אין אַלגעמיינע געזעלשאַפטן קענען זיך שטעלן קאַנדידאַטן וואָס קעגענען די מנהיגים.

איך זיך נישט כבוד נאָר בלויז מען זאָל מיר לאָזן אויסרעדן פאַר די וואָס ווילן מיר אויסהערן. אַ שיל וווּ מען מאַכט אַמאָל אַן אָווענט פאַר דעבאַטירן דברים העומדים על הפרק, מען ברענגט אַ בעל דרשן איבער חייב אדם ללמד את בנו אומנות און אפשר אַ דרשנית אויך, אפשר קען מען אַמאָל פאָרלייענען אַביסל שלום עליכם. און פרויען זאָלן אויך קענען אַנטייל נעמן. אַזוי שלעכט איז?

און וואָס איר זאָגט אַז אין אַ ביהכ"נ גייט מען דאַווענען, איך רעד פון אַ ביהמ"ד. דאָרט טרינקט מען קאַווע, מען טרוקנט זיך די אוירן נאָכן מקוה, מען שמועסט דורך די נייעס, מען עסט יאָרצייט און ר"ח סעודות, מען הערט בעלי דרשנים און אַמאָל דאַווענט מען דאָרט אויך.

ישבב הסופר אמר/ה...

יא יא דאס איז גאנץ פארשטענדליך.
אבער פארוואס ווילסטו דווקא אז ס'זאל זיין אין א ביהמ"ד און ס'זאל אזוי הייסן? איר זוכט אן אווענט קלאב וואו א איד קען זיך אויסרעדן פריי און דעבאטירן אמת'ע פראגעס. ווער וויל דאס נישט?
אבער זאג'זשע, פארוואס מוז עס האבן א רעליגיעזישן באנעמונג?

אנונימי אמר/ה...

צום אלעם ערשט א גוט יאר און א כתיבה וחתימה טובה צום ניים יאר לכבוד ידידנו וידיד כל [רוב] בית ישראל הרה"צ אב"ד קטלא קניא שליט"א,
אחדשה"ט כ'בין ממש מקיים דברי המשנה הוי שתה בצמא את דבריהם וכו' כ'האב הנאה פון דער מאמרים יקרים סלולים מפז וכו' וכו' אבער איין קריטיק, פארוואס ביזטו אזוי פארווייטוגט בנוגע תערובות, ס'קוקט עפעס אויס ווי ס'חלשט צו הערען קול באשה און דווקא פון א היימישען כך היה נראה לי מהמאמר ביצה שנולדה ביו"ט וכו' כידוע ליודעים, פון דארט האב איך נאך געמיינט אז ס'האנדלט זיך פון א שוואכע מינוט, און כ'האב זיך מחזק געווען אז ס'איז א ירידה לצורך עלי' אבער כ'זעה אזש ס'ברענט ווי א פייער

אנונימי אמר/ה...

טאקע א הארבע פראגע. וואס איז טאקע די גדולה יתירה מיט שלום עליכם צוזאמען מיט די פרויען. וועסט זיך עקש'ענען אפשר אויך אז דעם כשם שאני רוקד מוז מען אויך טאנצן בינעזאם? ווער גיבט א וויזויהייסטעס?