יום רביעי, דצמבר 22, 2010

אַ וועלטס קשיא


"ואך למותר שאיסור חמור ואיום לקרות ולהסתכל בהוועב-סייט הנ"ל מלבד האיסור להשתמש באינטערנעט בכלל שאינו לצורך מסחר..."

והא אין איסור חל על איסור!

13 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

the answer is ,that the second issur is a issur moisiff,because even let's say you got a heter to use the internet because of parnassah reasons,even then it is assur to read VIN.
BY THE WAY THIS ISSUR .WILL BE JUST AS SUCCESFUL AS THE ISSUR ON GOING TO MIAMI IN THE WINTER.

פרייליך אמר/ה...

איז דאס אמת אז איינער פין זייערע קאמפעטישענס האבן אנגעארבעט דעם איסור?

אנונימי אמר/ה...

News coming in: Katle Kanye`s blog is next :-)

קטלא קניא אמר/ה...

צום טמיר ונעלם הראשון: אַז מען איז מדייק אין דער לשון איז בכלל נישט מוכרח אַז דער איסור איז חל אפילו לצורך פרנסה. דער עיקר איסור איז אויף צו רעקלאַמירן ביי זיי און לשתף עמם פעולה. סתם צו קוקן איז 'אך למותר להזהיר'. וואָס איז אָבער די הלכה אַז מען דאַרף קוקן לצורך פרנסה אָבער אָן רעקלאַמירן? למשל אַז איינער האָט אַ פרנסה צו אַראַנזשירן פעדעראַלע פּראָגראַמן פאַר שולן אויסצולערנען צו שרייבן און לייענען און וויל אַ ראיה ברענגן ווי נייטיק עס איז פון די הערות אויף ווין, מעג ער צי נישט?

איך מיין די קושיא איז לכאורה צריך עיון גדול. נאָר מען קען אפשר אַ ראיה ברענגן פון דער לשון 'אך למותר להזהיר' אַז אויב אַזוי איז דאָך פשיטא און מאי קא משמע לן. ולפי הנ"ל אתי שפיר ווייל דוקא נישט אויף פרנסה איז אך למותר אָבער ווען מען זאָל נישט טאָרן אפילו אויף פרנסה איז גאָרנישט איבעריק ודו"ק.

אנונימי אמר/ה...

לולא דמסתפינא וואלט אני הקטן געענטפערט אז דער קושיא הייבט זיך בכלל נישט אן, ווייל כידוע לכל בר בי רב דחד יומא, ביי אן איסור כולל איז איסור חל על איסור, און וועם האבן דען די רבנים געמיינט אויב נישט די "כולל" יונגעלייט וואס האבן נישט וואס צו טוען מיט די צייט אין זיי גייען "סערפן" דעם "וועב" רח"ל.
ולפי הנ"ל גם אתי שפיר השם של "קטלא קניא" דבאמת קטלא קניא הוא אז עס אים נישט אייגגעפאלן דעם פשוט'ן תירוץ ודפח"ח.

קטלא קניא אמר/ה...

לאנונימי האחרון: צדקת ממני ועל כן נתתיה לשאלה, בני.

אויף הלכה למעשה האָבן מיר דאָ אַ סתירה צווישן צוויי אנונימיס וואָס איז כּמעט אַזוי האַרב ווי אַ סתירה פון צוויי רמב"םס. לפי דער ערשטער אנונימי איז דער איסור חל אפילו אויף מסחר משא"כ לויטן צווייטן איז עס דוקא לאכלה ולא לסחורה כּלומר פאַר כּולל יונגעלייט אָבער פּרנסה מעג מען וצע"ג.

ויש ליישב בדוחק אַז דער נייער איסור איז כּולל אַן אַר עס עס פיד וואָס דאָס איז נישט געווען אינעם ערשטן איסור וויבאַלד עס איז נישט אַ וועב סייט און די מאָדערנערע פּוסקים האָבן אין דעם מיקל געווען.

ישבב הסופר אמר/ה...
תגובה זו הוסרה על ידי המחבר.
ישבב הסופר אמר/ה...

לכבור הרב קניא שליט"א
דע לך שרוב מנין ובנין ציבור הקוראים אינם מודעים כלל למליצותיך הגאוניות דנפקין בהדרתא. כמה לא חלו ולא מרגשן הני בבלאי טפשאי.

אנונימי אמר/ה...

Reb kanya

Mir varten far frishe chidushim.

Vow iz die kuntz upshlogen yenem.

אנונימי אמר/ה...

אז איהר ווילט קענען מיר ערליידיגען אן איסור אויף אייער וועב-סייט אויכעט. ס'קען נאר העלפען פאר ביזנעס.

אנונימי אמר/ה...

Katle I was sure that you were gonna post something to wish a gut youhr

אנונימי אמר/ה...

לחומר הנושא יש לומר דשאני הכא שה"איסור חמור ואיום" הוא אך ל"מותר"

אנונימי אמר/ה...

גם אנכי מצטרף לדברי ר' ישבב הסופר. אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו!

- בן בג בג