צוויי קורצע געדאַנקן אויפן וואָכעדיקער סדרה לכּבוד פּרשת העגל.
דער פּסוק זאָגט, אַז די יידן האָבן געזאָגט פאַר אהרנען 'קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים לא ידענו מה היה לו'. פרעגט זיך די קשיא אַז משה דער מענטש איז נעלם געוואָרן דאַרפן זיי אויפנעמען אַ נייער מענטש און אַ נייער פירער, אָבער וואָס האָט דאָס מיט אַ נייער גאָט? די צוויי קלעבן זיך נישט אָן, אָדער בלע"ז גערעדט, עס איז אַ נאָן סעקוויטאָר.
נאָר וואָס דען, זעט אויס אַז שוין דעמאָלט האָבן זיי פון אַ מענטש געמאַכט אַ גאָט, און דער סוף דערפון איז אַ מען דינט אַן עגל.
והשנית, משה רבינו האָט צעבראָכן די לוחות צו ווייזן אַז אַמאָל ווען מען פאַרשוועכט און מען האַלט נישט איין דער תורה דאַרף מען דער תורה צעברעכן און מאַכן אַ פרישע תורה. נישט בלויז די יידן זענען שולדיק, די תורה איז אויך אמאָל דערפון דער שולד.
15 תגובות:
Katle,
Nothing in our lives today is sweeter than a new katle post. But unfortunately this post is based on a lie... The Jews were never in the desert, so they never committed the sin of the egel. The only sin was committed by the writer of this story by making us and our ancestors feel guilty for a non-event.
Please see:
en.m.wikipedia.org/wiki/The_Bible_Unearthed?wasRedirected=true
קטלא,
תורה'לאך זאגסטו אונז דא? אלע פארפלאגטע פעלקער שטורעמען איצטער פאר זייער פרייהייט, פארכאפן זיך א גאולה, און מיר ארטאדאקסן וואס שמאכטען שוין דריי טויזענט יאר אונטער אן ארויפגעצווינגענע ליגענט, דארפן יעצט הערן פון אונזער העלד - קטלא - תורה'לאך? מיר ווילען דו זאלסט ארויסרופען א רעוואלוציע, דו האסט היינט דו גרעסטע אוידיענץ ביים חרדישען ציבור. זאלן שוין די זיסע גלעקלאך פון פרייהייט קלינגען ביי אינז, במהרה בימינו אמן.
הא הא, קטלא האט נישט געהאט גענוג פון דו ערשטע תורה, ער בעהט שוין פאר נאך איין...
אני כשלעצמי וואלט גאזאגט אז מיר דארפן גארנישט קיין תורה (נישט איינגעפאלען?...).
ספעציעל וואלט איך נישט גענומען קיין תורה פון אזאלעכע געבערס וואס זענען פעהיג צו שרייבען אזא ביטערע תוכחה, וואס געבן נישט קיין רעכט פאר א פרוי צו באקומען א גט אויב דער מאן וויל נישט, קענען שרייבען אז מיליאנען בהמות חיות ועופות זענען געווען אין נח'ס קליינע תיבה, באשטעטיגען א "הרגו איש את אחיו", באפעהלן אויסצו'רצח'נען פרויען און קינדער אין כנען, און זאגען אז דו וועלט האט ארבע כנפות.
ממילא קטלא, טענק יו ווערי מאטש, אבער איך דארף נישט נאך איין...
איך שטים איין מיט די פריעדיגע קאמענטארן.
מיר האבן שוין גענוג געהאט פון די תורה וואס מ'האט ארויפגעצווינגען אויף אונז.
לאמיר עס צוריקגעבן פאר גאט אויף הר סיני, ונאמר לתורתינו די!
שושנה,
עס איז קיין הר סיני קיינמאל נישט געווען.דאס איז אן אויסגעטראכטע לעגענדע.
ארכיאלאגן האבן אויפגעגראבן ריזיגע שטחים אין דו מדבר, ס'איז נישטא קיין זכר פון קיין וואנדערערס. איז דען מעגליך אז צוויי מיליאן מענטשען זאלן נישט איבערלאזן כאטש איין שטיקל כלי חרס. און ווי זענען דו קברים פון דו צוויי מיליאן מתי מדבר? צוויי מיליאן!
גאט, אויב ער עקזעסטירט, וועהלט נישט אויס איין פאלק איבער א צווייטע. ער האט ליב אלע זיינע קינדער.
וויפיל יידען זענען גע'הרג'ט געווארן צוליב דו לעגענדע? צענדליגע מיליאנען. אזוי דערוועהלט מען אויס א פאלק?
א גאט, אויב ער עקזעסטירט הייסט נישט אז מ'זאל אויס'הרג'נען פרויען און קינדער און כנען! וואס האבן זיי געטיהן? בסך הכל האבן זיי געהאט דו זעלבע "אמונה פשוטה" צו זייער עבודה זרה, ווי דאס וואס מ'פארלאנגט פון אונז פאר אונזער גאט יהוה וואס מיר האבן אויך קיינמאל נישט געזען.
ועוד, דוק ותשכח יהוה איז געווען א כנענישע גאט, א קינד פון פון דו הויבט כנענישע גאט וואס האט געהייסען: אל. יא, אל איז נישט אונזער ערפינדונג. מיר האבן דאס גע'ירש'נט.
PHYLACTERIES ORGY: Let's proclaim our "Day Of Rage". On Tuesday March 22, nobody should put on tefillin. If the moon continues to shine that night, then on every Tuesday thereafter NO TEFILLIN. Spread the word.
א גוטער פלאן... אבער ביי תפילין שטייט: וראו כל עמי הארץ וגו' ויראו ממך, און ווי מיר זעהן אז דו גוים צוטערן פון אונז שוין טויזענטער יארען... אז מ'וועט נישט לייגען קיין תפילין יעדן דינסטאג וועלן זיי אויפהערן צו צוטערן...
אנאנים 6.
איר זענט 'כשר' גערעכט.
דאס איז א באלערנדע ווידעא לענינינו
http://www.youtube.com/watch?v=MlnnWbkMlbg
W123z456l
פאר א טיפערע פארשטאנד איבער דעם ענין, לוינט זיך צו לייענען דו פאלגענדע ארטיקל:
www.hydepark.co.il/topic.asp?cat_id=24&topic_id=2601223&forum_id=20048
W123z456l
חברים כל הקטלא'נאים. לאמיר זיך איבערבעטן, צוזאמען האלטן, ליבע ברידער און גוטע פריינט. מיר זענען צוזאמען אדורך שווערע יארן, יעצט איז שוין צייט צוזאמען צו באוואונדערן און הנאה האבן פון דו גרויסע וועלט. לאכן, טראכטען און שמועסן אינאיינעם, אוי ווי זיס דאס קען זיין. מיר קענען זיך איינער דעם צווייטען קיינמאל נישט פארראטען. אונזער ברודערשאפט איז טיעף, נאר מיר אליין קענען דאס פארשטיין. לאמיר שטיין שטאלץ צוזאמען, ומלכינו שאין בדומה לו - קטלא - בראשינו. אמן.
אביסעל ליצינותא דעבודה זרה לכבוד פורים:
http://www.youtube.com/watch?v=N8MG9YtaZXg
W123z456l
Must see:
m.youtube.com/watch?gl=US&client=mv-google&hl=en&rl=yes&v=jD4GHVcfBJ4
א דאנק פאר די לינקס.
ס'קומט מיר ארויף אויפן געדאנק די מימרא פון Dr. Gregory House:
if you could reason with religious people, there would be no religious people
שושנה טייערער,
שלמה אהיה כעטיה על עדרי חבירי, זיצענדיג בין החוחים איז זייער איינזאם, איך מוז וויסען מיט א קלארקייט אז ס'איז נאך טאקע כן רעיתי בין הבנות, נישט חלילה ברגע קטן עזבתיך. איך וויל נאך ווייטער "פערזענליך" קוועלן פונעם קול דודי, ווייל פריו מתוק לחכי. ווייז מיר א צייכען אז מים רבים לא יוכלו לכבות, כי חולת אהבה אנו, כ'קען נישט זיין רוהיג אויב כ'האב חלילה אן עולה געטיהן. איך האב מורא געהאט טאמער ס'וועט חלילה קומען צו א מצב פון מצאונו השומרים, טאקע דו אחוזי חרב מלומדי מלחמה, און מ'וועט נישט זיין גרייט. כ'וועל מסיים זיין מיט א ברכת הדיוט: ס'זאל יארן אנגיין דו ידים וואס זענען גלילי זהב ממלאים בתרשיש, ביז ס'וועט קומען דער טאג וואס יפוח היום ונסו הצללים.
נישט אין שבת גערעדט, ס'איז בכלל נישט זיכער אז די בריוו שרייבער מוז נעמען איין גאנג אדער א צווייטן. ס'איז טאקע דא דרכים ממוצעים.
ווי די ביסט מרמז קען די בריוו שרייבער בלייבן ווי ער איז אבער אויך גיין שטודירן און א יונווערסיטי.
אזוי וועט ער סיי זיך פארברייטערן אין אמת'ר חכמת אמת, בדברים העומדים ברומו של עולם במלוא מובן המלה, און אויך זיך לערנען עטיקעט, פלאטאנישע ליעבע, און פריינדשאפט פון ביידער סעקס'ן - און וואס דאס ברענגט צום טיש, א.א.וו.
ער מיז זיך אבער באקאנן מיט נאך אנדערע אין זיין צושטנד כדי לייכטער זיך מאכן אין די פארלעגנהייט ווי אין פסוק שטייט, דאגה בלב איש ישיחנה ודבר טוב ישמחנה.
הוסף רשומת תגובה