יום שלישי, מרץ 15, 2011

שערי דמעות לא ננעלו א': את קולך שמעתי

אַן אָפענע בריוו צו 'פאַרוויינטע אויגן'

את קולך שמעתי בתוך הגן ואירא. איך האָב געלייענט דיין בריוו אין דער פאָרווערטס און איך וויל פאַרזיכן דיר צו ענטפערן. ראשית כּל וויל איך דיר זאָגן אַז ווען איך האָב מיך געטראָפן אָדער ווען איך טרעף מיך אין דיין מצב מיט אַזעלכע מחשבות האָב איך דער ווייניקסטער ליב אַזוינער ווי איך וואָס קומן און זאָגן מבינות כּאילו מיר זענען שוין דאָרט געווען, האָבן עס מיטגעמאַכט און האָבן אַ דעה צו זאָגן איבער יעדער וואָס האָט ספיקות און זוכט עפּעס אַנדערש אין לעבן. פונדעסטוועגן, ווי איך בין עלטער געוואָרן און איך האָב מיך אויסגעלערנט אַביסל אַנדערע צו געטרויען האָב איך געזען דער נוצן פון אויסהערן וויאַזוי אַנדערע געבן זיך אַן עצה מיט די זעלביקע פּראָבלעמן. ממילא נעם אָן וואָס איך זאָג ללבן הסוגיא ולברר הענינים און בבחינת דרוש וקבל שכר ולמעשה כל אחד יעשה שאלת חכם.

לאָמיך אָנהייבן מיט זאָגן אַז עס איז נישט דאָ אַ לעזונג. דאָס לעבן איז נישט אַ סדר מיט אַ היסב בעט וואָס אויב מען גייט דורך קדש ורחץ און כּרפּס קען מען דערנאָך זאָגן נרצה און זיין באַוויליקט. ממילא די וואָס קומען מיט חלומות אַז ביי אונז ליגט דער אמת און אַז דו וועסט דיר בלויז אויפמאַכן די אויגן וועסט דו שוין זען, אַזעלכע זאָלסטו פאַרמיידן לחלוטין. איך האָב מיר אָבער אויך איסגעלערנט אַז ווי שלעכט מען קען זיך ביי אונז שפּירן, אַז די טוירן זענען פאַרשלאָסן און אפילו די פענסטערס לאָזט מען נישט אויפמאַכן קען מען זיך אַלץ צוגרייטן אַ קאַמערל, אַ ד' על ד' וואָס אפילו אַז מען קען דאָרט אויך נישט פריי אָטעמען ווערט מען כאָטש דאָרט נישט פאַרשטיקט.

איז וועל איך אָפּזאָגן מיינע פּאָר ווערטער און ווי אַ ראש ישיבה פלעגט זאָגן אַז זיין דרשה האָט געפּועלט בלויז אויפן מעריב נאָכן דרשה האָט זיך עס אויך געלוינט.

איך האָב אַרויסגענומן פון דיין בריוו אַז דו פאָרסט שוין אויפן שטראָז וווּ דו זעסט אַ וועלט פון שיינקייט, וווּ אויף יעדן ווינקל שפּראָצט אַן עץ הדעת אָבער וואָס מען לאָזט דיר דערפון נישט טועם זיין. דו זוכסט זיכערקייט און וועגווייזערס אויף דיין נייער וועג וווּ די וואַקלסט דיך צי בכלל ווייטער צו גיין. דו זוכסט אויך תשובות צו שאלות. מעג מען קישן אַ צווייטן פרוי ווען מען האָט אַן אייגענס צי נישט? איז עס מענטשליך איבערלאָזן פיינע אומשולדיקע טעכטער אָדער וויי טון פיינע עלטערן צי איז עס געמיין?

איך האָב פאַר דיר נישט גוטע נייעס. עס זענען נישט פאַראַן קיינע תשובות, בלויז שאלות. דער לעבן קומט נישט מיט אַ קיצור און אַ חיי אדם, פאַר דיין וועג איז נישט דאָ אַ מאַפּע אין אַ מסלת ישרים אָדער ארחות צדיקים, און אין דער גאָרער וועלט זענען נישט דאָ קיינע פּוסקים פון איסור והיתר און חיוב און פטור. אוודאי זענען דאָ אַדוואָקאַטן איבער געזעצן, דאָקטוירים איבער מעדיצינישע ענינים, ארכיטעקטן איבער וויאַזוי צו בויען וכדומה. די זענען אָבער נאָר פאַר מצבים אינעם לעבן און נישט פאַרן לעבן אַליין. איבער את הדרך אשר ילכו בו ואת המעשה אשר יעשון איז נישט דאָ קיין מדריך, קיין משפיע, קיין רבי, קיינע ספרים. גאָרנישט.

איידער דו ווערסט מיואש אַז דו זעסט נישט אַן אויסוועג האָב איך אויך פאַר דיר אַביסל בעסערע נייעס. לא בשמים היא ולא מעבר לים היא כי קרוב אליך הדבר מאד בפיך ובלבבך לעשותו. די תשובות וואָס דו זוכסט ליגן ביי דיר און בלויז ביי דיר אַליין. דאָס הייסט דו קענסט שרייבן בריוו אָן אַ שיעור און אויסהערן אַזעלכער ווי איך און אַנדערע. דו קענסט קויפן גאַנצע פּאָליצעס זעלבסט-הילף ביכער און צאָלן פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָטעראַפּיסטן אָבער צום צום סוף וועסט דו שטענדיק אָנקומן צו דער זעלבער. דו מיסט אַליין ענטפערן די תשובות, באַשליסן וואָס דו ווילט טון מיט דיין לעבן און קיינער קען און וועט עס פאַר דיר נישט טון. וועסט שטענדיק אָנקומען צו דאָרט וווּ דו האָסט אָנגעהויבן, ובחרת בחיים: אין לעבן מיז מען זיך אַליין קלייבן.

נאָך אַזאַ הקדמה אויפן כּלל איז עטוואָס לייכטער צו פאַרזוכן צו אַדרעסירן דיינע פּרטיתדיקע שאלות. דו ביסט אין אַ קלעם וואָס נאָר דער וואָס גייט עס דורך קען עס פאַרשטיין. דו ביסט אין אַ געזעלשאַפט וואָס זעט אויס ווי מצרים וואָס לא ברח עבד מעולם, פון וווּ מען קען נישט אַרויס. האָסט אויך אַן אחריות צו דיין פרוי, צו דיינע טעכטער, צו דיינע עלטערן, משפּחה, חבירים און אפשר אפילו צום גראָסערי קאַסירער און צום מקווה ייד וואָס שמייכלן און גרוסן דיר. דיין פרוי און קינדער זענען אויף דיר אָנגעוויזן, דיינער עלטערן האָבן דיר נישט שלעכטס געטון, דו נאַשסט פון דער וואַרעמקייט פון דער ברייטערע געזעלשאַפט וואָס האָט דיר אַלץ יחיד נישט געשעדיקט און עס קומט זיך זיי נישט צו ליידן אָדער האָבן עגמת נפש איבער דיין רצון וואָס האָט פאַר זיי און ביי זיי נישט קיין פּלאַץ.

דו קלערסט אפשר אַז דיינע מחשבות זענען נישט ענינים וואָס עס ווענדט זיך אין זיי לעבן אָדער טויט מה שאין כּן דיינע קינדער וועלן ווערן האַלבע יתומים, דיין פרוי אַן עלענדע גרושה און אַלעס איבער דיינע מחשבות, און נייע השקפות. אפשר אין תוך תוך ביסט דו אויך באַאיינפלוסט פון דיין אויפציונג און דו קוקסט אַראָפ אויף דיר אַליין אַז דו ביסט אַזוי ווייט פאַרקראָכן אַז דו זאָלסט וועלן מקריב זיין דיינע אייגענע קינדער אויפן מזבח פון דיינע תאוות. אַז דו פעלטשסט נישט בלויז אין דיין איצטיקע משפחה נאָר אויך אין די צווייגן און בוים וואָס איז כּלל ישראל. אַז מיט דיינע קושיות און קריטיק ביסטו אַ נותן יד לפושעים און ביסט נישט בעסער פון משומדים און מלשינים פון אַמאָל.

מצד אחר איז לייכט זיך איינצורעדן אַז ערגעץ אַנדערש זענען נישט דאָ קיינע ראַמען. אונזער ערציאונג וואָס זאָגט אונז אַז 'אַ גוי פּאָפט און פרעסט' כּאילו ער איז בכלל נישט פאַרצוימט כדי אונז צו פאַרעקלען פון זיי, מאַכט זיי אויך אויסזען פאַר דער וואָס קוקט זיך אום ווי אַ גן עדן התחתון וווּ מען קען טון מה שלבו חפץ. אָבער ווי שלמה המלך זאָגט גם זה הבל ורעות רוח. אמת, זיי קענען גיין אין טיאַטער און מיזן נישט אַרויסלויפן איידער מען צינדט אָן די לעמפּ, זיי קענען עסן ווען זיי זענען הונגעריק אָן באַקוקן די קליינע אותיות, און זיי קענען זיך אָנטון ווייניק אין וואַרעמע וועטער און נאָך ווייניקער אין 'הייסע' וועטער. אָבער נאָך דאָס טועם זיין אַביסל וועסט דו זען אַז איבעראַל זענען דאָ צוימען כאָטש אַ היפּש ביסל ברייטער.

אַז דו וועסט גיין שטודירן, און דאָס לעניות דעתי דאַרף זיין דיין ראשית חכמה, וועסט דו מיזן קומען אין קלאַסן און אַריינגעבן דיינע אַסיינמענטס צום צייט אָן אַ פשעטל פון אַ רבינו תם'ס זמן. אַז דו וועסט גיין אַרבייטן וועסט דו נישט קענען פאַרפעלן מיט אַ תירוץ פון שה”י פה”י אָדער פאַרשפעטיקן ווייל עס איז ראש חודש צי אַ יומא דפגרא. און אַז דו וועסט ווערן פאַרליבט מיט אַ צווייטע פרוי וועסט דו קענען קושן אַ דריטע פרוי אויף די באַקן זיך צו גריסן אָדער באַדאַנקן אָבער איבער ישקני מנשיקות פיהו וועט דיר דיין נייע פרוי נישט אַזוי שנעל מוחל זיין. זי וועט דיר אפשר נישט באַשטיינערן איבער ייחוד אָבער נאָך אַ פּאָר מאָל וועט זי אויך קרומען מיט די אויגן.

דער חילוק איז נאָר אַז ביי אונז איז בין אדם למקום הייליק און בין אדם לחבירו געראָטן אָבער מען ווערט איבער דעם נישט אויס ייד. ביי זיי איז בין אדם לחבירו דער עיקר, און בין אדם למקום איז נכלל אין בין אדם לעצמו - אַ רשות היחיד וווּ דו אַליין ביסט בעל הבית. אַז דו ווילסט קענסטו זיצן אויבן אָן און זינגן מה ידידות און קיינער וועט דיר נישט שולדיק זיין די נשמה. און אַז עס שמעקט דיר נישט זעץ דיך פון אונטן און נאַש אַרבעס ווען אַנדערע זינגן נאָך שלום עליכם און קיינער וועט נישט שרייען, 'נו, קידוש'.

ווי שלמה המלך זאָגט, כל אשר תמצא ידך לעשות בכחך עשה און דו טו וויאַזוי דו פאַרשטייסט.

אויף ממשיך צו זיין…

15 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

קטלא,

גענוג געווען מיט דו אלע פאלקסישע מעשיות, מיר ווילען הערן אביסעל טיפע געדאנקען בעניני שורשי האמונה, מציאת הבורא, פיליזופיה, בריאת העולם, חז"ל והבליהם, שואה, ביקורת המקרא און סתם כפירה...

ס'איז שוין צייט אנצוכאפן דעם הונט ביים קארג, און אויפווייזען אז איוב לא היה ולא נברא.

איינער וועט אונז מוזען אויפעפענען דו שערי חכמה וואו מ'לאזט אונז נישט אפי' א בליק אהין ווארפן. כ'האב שוין נישט קיין כוח נאכאמאל צו הערן תורות וועגן ושתי'ס וויידעל.

-w123z456l

נ. חסיד אמר/ה...

קטלא,
זייער שיין געשריבן פאר מר. אויגן. כ'האף אז די דברים היוצאים מן הלב וועלן זיין נכנסים אל הלב.
דערווייל ווארטן מיר בכליון עינים אויף דעם המשך.

איך קען נישט פארפעלן פון אויסדרוקן מיין הסכמה צו אנונימי'ס קאמענטאר אז דו זאלסט דיך מער אונטערגארטלען אין די אלע אויבנדערמאנטע ענינים.
איך האב דיר דאס נאך געבעטן אין א קאמענטאר א צירקע פינף יאר צוריק, און איך האף אז דער טאג וועט אנקומען דערפאר.

כשושנה אמר/ה...

גם אני מצטרף צו די קאמענטירער וואס ווילן טיפערע געדאנקן.


מעניני דיומא:

מגילת אסתר - מציאות היסטורית או אגדת סינדרלה תנ"כית
http://www.hofesh.org.il/freeclass/pirkei_tanach/esther/esther.html

אנונימי אמר/ה...

הערליך געשריבן! דאס איז פונקטליך די ענטפער פאר יענעם בריעף און פאר אלע וואס האבן די זעלבע שאלות אין ענדליכע מצבים.

אנונימי אמר/ה...

פאר די וואס זוכן מער אפענע אפיקורסות, געשריבן אין פראזע, איז דא א נייע וועבסייט וואס באהאנדעלט די זאכן אין אידיש:
wordofhashem.wordpress.com/

אנונימי אמר/ה...

אנונים 5

א דאנק פאר דו לינק. דאס שטילט אבער נישט אפ מיין נייגער פייער'ל. מיר ווילן הערן קטלא'ס געדאנקען און טיפע רעיונות איבער דו דברים העומדים ברומו של עולם. ווען מ'הערט פון אן אדם הגדול בענקים האט דאס אן אנדערן טעם.

איך בין זיכער אז קטלא האט אסאך צו זאגן איבער דו דערמאנטע נושאים. מיר האבן אלע יאר'ן - אין א געוויסע זין - נאר זוכה געווען צו אחורי דרבי מאיר, דו תוצאות פון זיינע ספיקות, מיר ווילען הערן אויף וואס זענען דו ספיקות געבויעט, און ווען און ווי אזוי האבן זיך דו ספיקות אנגעהויבן זיך פארמירן און זיין מח.

-wz

אנונימי אמר/ה...

באמת צו דער זאך גערעדט. אגב, קטלא, איז דיר אפשר דורכגעלאפן די מחשבה אז מעגליך האט יענער אנגעהויבן עפענען זיינע "פארוויינטע אויגן" דורך דיין בלאג?
איך האב שוין יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס די פייגלעך האבן אנגעהויבן ביים אים אריינשפאצירן דורך דיר און נאכ'ן לייענען דיינס א שטיקל האט ער שוין "געקענט פארפאסן א מנחה", כלשונו. אויב איז דיר דאס א כבוד צו הערן, דאן זעץ פאר ווייטער. אויב ווילסטו האבן אויף דיין קאנטשענס אז דו העלפסט צעשטערן דאס לעבן פון גליקליכע פארלעך און העלפסט צעברעכן א פארמאכטע קולטור (וואס רעלאטיוו צו זייער לעבן פעלט זיי דאך גארנישט בגשמיות; זיי האבן פשוט אנדערע סארט פראבלעמען ווי דעם גויאיש לעבן און דערקעגן מעלות פון א גייסטיש-רואיגע לעבן, וואס בסך הכל לעבן פונקט מיט אזויפיל צופרידנהייט ווי סיי וועלכע אנדערע קולטור), דעמאלט גיי אן ווייטער. איך פערזענליך האב זיכער הנאה צו ליינען די טאלאנטפולע געשרייבעכצער, וואס אויף דער אידישער שפראך איז עס באמת א חידוש און אוניקאל. אבער איך האלט נישט עס איז יושר, אפילו בגשמיות.
עס איז א תמימות צו קלערן אז א קאמענטאר זאל איינעם איבערמאכן (און פאר דעם האב איך ניטאמאל פרובירט שרייבן צו פארוויינטע אויגן אינעם פארווערטס, ווייל פאר אן אפענעם קאפ קען מען נישט איינרעדן פון קיין אידישע עולם-הזה'דיגע קענדיס אדער קומען מיט יענע-וועלט סטראשונגען), אבער וויבאלד עטליכע האבן דא געעפנט א כמו-קאמפיין צו פארלאנגען מער "אפענע דיבורים", וויל איך פשוט קומען פארלאנגען דאס פארקערטע. איך קען פארשטיין די נסיון פון אן איבערגעפילטן קאפ וואס וויל זיך אביסל ארויסגעבן אויפ'ן פאפיר (אפילו מיר וואלט עס פיל אינטערעסאנטער געווען צו טאן מיט לייק-מיינדעד מענטשן וואס קענען עפעס צוגעבן), אבער פליז גיי כאטש נישט ווייטער. די ליצנות איז גענוג, עס פעלט לחלוטין קיינעם נישט אויס די קשיות און תיקו'ס. עס טוט קיינעם קיין גוטס נישט; קיין תירוצים וועט ער דאך נישט טרעפן. איז וואס וועט ער האבן דערפון? איין זאך: א שווערער לעבן. ער וועט ארויף אויף דער ליסטע פון דעפרעסטע מוחות וואס קענען קיין מנוחה נישט געפינען. טא אלס פשוט יושר איז עס נישט קיין שיינע מידה צו טאן פאר אן אנדערן יומען ביאינג. און אויב עקזיסטירט נישט, מעג נישט יענער מורא האבן? נאך אלעם ברענגט עס אים דאך נאר א גוטן געפיל און אן אנגעבליכן ציל אין לעבן. עס איז א שטיקל רשעות צו פלאצן יענעמ'ס באלון.
איך ווייס אויך נישט פארוואס איך האב אזא געפיל צו די טייערע חסידים, אבער איך קען נישט דערליידן די האלב-אויפגעקלערטע וואס זייער איינציגע תאוה איז צו פרובירן יענעם מיטשלעפן. מען דארף נישט זיין קיין מיסיאנער, אבער אויך נישט קיין עמלקי, וואס פרובירט יענעם אפקילן און צעשאקלען. האסט עפעס אנטדעקט? גיי ליין און לערן ווייטער ביז ווערסט זאט. זעטיג דיין נייגעריגקייט און דעת וויפיל דו ווילסט, אבער דעה חכמה לנפשיך. נישט ווארף סתם יענעם אריין אומגעצייטיגע סטעיטמענטס, וואס האסט זיי נישט דורכגעארבעט אדער דורכגעזייעט, ביסט רוי אין די גאנצע סוגיא, אבער פונקט גענוג צו קענען דערמאנען די נעמען טערמינען און מראי מקומות, און משוגע מאכן מענטשן. ביסט נישט קיין בויער, נאר א צעווארפער. און דאס איז בעצם בלויז א מעשה ילדות.
אלזא, איך בעט דיך ברחמים, פשוט אלס טייל פון דעם מענטשליכן מין, און פון כמעט דעם זעלבן זיפ-קאוד, אויב ווערסט נישט בעסער, אויב די תאוה ברענט ווייטער צו שרייבן, ווער כאטש נישט ערגער. להוציא מלבן פון די אויבנדערמאנטע קאמענטארן וועלכע שיינען צו זיין פשוט'ע "קשיא-זוכער".

אנונימי אמר/ה...

קיבלתי...

גמרנו.

כל טוב.

כשושנה אמר/ה...

אנאנים 7

איך בין נישט איינשטימיג מיט דיר.

ר' קטלא דארף ווייטער אנגיין מיט זיינע אינטערעסאנטע מאמרים און יעדער קען ארויסנעמען פון דעם וואס אים געפעלט.

אמת שלמה המלך האט טאקע געזאגט יוסף דעת יוסף מכאוב, אבער נישט ביי יעדעם איז עס אזוי, זייט איך האב מיר אנגעהויבן אריינצוטאן אין די גאנצע ענין פון רעליגיע איז מיר גאר בעסער געווארן.

יעדער מענטש איז אנדערש, אזויווי חז''ל זאגן אונז ''כשם שאין פרצופיהם דומים, כך אין דעותיהם שוות'', ס'איז פארהאן מענטשן וואס האבן ליב מוסיף צו זיין וויסענשאפט און נישטערן אין טעלאגישע ענינים. אין די וואס ווילן נישט זענען נישט מחויב צו ליינען.

אנונימי אמר/ה...

פיין, איז דאך אבער דא גענוג און נאך וואו צו קוקן און נישטערן. אבער עס מוז דאך נישט זיין אויף דער אידישער שפראך.
קיינער האלט נישט אפ איינעם וואס וויל גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער, אבער פארוואס דארף איינער זיין וואס שטופט אריין דעם לעפל אין מויל פאר די וואס זענען נישט דוקא אויסן צו טועם זיין פונעם עץ הדעת און פארוואס פרובירן אויפרייסן יענעמ'ס פארמאכטע אויגן?

אנונימי אמר/ה...

צום אנאנימער מיט די פאלשע ציין,

קטלא האט געעפענט יענעמס פארוויינטע אויגן? יענעמס אויגן זענען לכאורה גאר ווייט פון אפען. קוקנדיג אין יענעם בריוו זעט מיר גאר אויס אז מרעדט נישט פונעם חכם מכל אדם נאר פון א היבש שטיקל עגל וואס האט זיך ערקלערט אלס דענקער און רעדט זיך איין אז ער איז עפעס אריינגעטראטן אין עפעס א שווארצע לאך וואס שלעפט אים צו א שרעקליכע ליבע צום ערד קוגל. אויף אזעלכע האט דאך שוין דער פריוואטער סעקטאר געגרינדעט פארשידענע פארמעסוטישע פאבריקן און פארשידענע טאבעלעך וואס דארפן בלויז דורכגיין דעם בית הבליעה און ותשקוט הארץ מיט די אויבער געשפיצטע. ער איז ווארשיינליך פון די זעלבע סטאדע ווי דער אנאנימער מיט די ציין וואס האט דא געשריבן אז "פאר די וואס זוכן מער אפענע אפיקורסות, געשריבן אין פראזע, איז דא א נייע וועבסייט וואס באהאנדעלט די זאכן אין אידיש:
wordofhashem.wordpress.com"
גיי אהין, וועסטו זען פון וועלכן קאליבער מרעדט, און דאס איז שוין די "אפענע דיבורים"....


צום ענין: וואס ביסטו אזוי מלא פחד פונעם קאמפיין פון די יעניגע וואס זוכן די שטארק "אפענע דיבורים"? ביסטו בדעה אז מיר זענען אין א באלון נאר עס איז בלויז נישט מענטשליך צו אריינשטעכן דערין א נאדעל, אדער זענען דיינע ווערטער געזאגט געווארן לשיטתיה'דיג?

נתן אמר/ה...

(ויקרא שמו בישראל - נתן)
איך – אדער דו – זענען נישט דא צו פסק'ענען ווער עס איז באמת אויפגעקלערט און ווער עס שפילט נאר אויפגעקלערט. אויב יענער שפירט זיך אויפגעקלערט און צוליב דעם האלט ער שוין ביים טון הלכה למעשה איז עס גענוג צו אנצינדן אן אלארם. און אויב איז דא א צווייטער וואס דו דערמאנסט וואס עפענט א וועבסייט צו פרובירן "אויפקלערן" אנדערע, איז זיכער אז עס פעלט נישט אויס איינער וואס זוכט צו שרייבן "אפענע אפיקורסות", אפילו עס איז נישט פון העכסטן קאליבער.
ערשטנס דארפסטו פארשטיין אז אפילו דיך וועט עס אפשר קיין קיצל נישט געבן, זענען דא גענוג תמימי לב וואס אזעלכע שטיקלעך, איבערהויפט אויב זיי קומען נאכאנאנד, קענען שאטן. און דו ווייסט דאך אויך נישט וואס יענער וועט מארגן ארויסלייגן. און אויב ביסטו פון די וואס זענען איבער-קאנפידענט און קלערסט אז עס איז בכלל נישטא פון וואס מורא צו האבן און "די אלע שטותים זענען אזוי נאריש אז עס קען קיינעם נישט שאטן", דאן דאנק דעם אויבערשטן אז דו ביסט טאקע אזוי פעלזן פעסט. אבער זאלסט נישט מיינען אז גארנישט קען דיך נישט אפעקטירן און דו קענסט לייענען אלצדינג און וועסט זיי באטראכטן ווי איינער זאל דיר זאגן מיר שטאמען פון מאנקיס, ווייל אסאך האבן אזוי געהאלטן, אבער זיי האבן געקוקט און זענען נפגע געווארן. אויך געדענק אז יעדער מענטש האט אן אנדערע מהלך המחשבה און עפעס וואס דו קענסט אנקוקן ווי פוסטע נארישקייטן קען ביי א צווייטן נאטירליך-געבוירענער סקעפטיקער זיין גענוג אים צו אריינשיקן פייגלעך.
איך ווייס נישט צי כ'בין מלא פחד פון א קאמפיין, אבער אפשר דארף מען טאקע יא זיין? אויסער אויב ווילסט ענדערש ווארטן עטליכע יאר און זיך איבערצייגן וואס עס קען פאטענציעל געשען. אין דער מענטשליכער לאנגער געשיכטע האבן מענטשן קיינמאל נישט געגלייבט אין די איבערנאטירליכע מאכט פון א רעוואלוציע און ווי שטארק עס קענען זיין רעזולטאטן פון א קליינע שוועבעלע. דער אינטערנעט שטעלט זיכער פאר א פראבלעם און אפילו אויב דו ביסט זייער רואיג, בין איך נישט.

כשושנה אמר/ה...

''פיין, איז דאך אבער דא גענוג און נאך וואו צו קוקן און נישטערן. אבער עס מוז דאך נישט זיין אויף דער אידישער שפראך.''

יידיש איז די שפראך מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסען, ס'האט גאנץ אן אנדערע טעם צו ליינען אפיקורסות אויפן מאמע לשון ווי אין אן אנדערע שפראך.

די אינטערנעץ איז אן אפענע קוואל פון אינפארמאציע, און יעדער קען זיך זוכן וואס ער וויל, אז איינער וויל בלייבן רעליגיעז אן קיין ספיקות, וועט ער וויסן נישט אריינצוגיין אין אפיקורסישע בלוגס.

אנונימי אמר/ה...

"יידיש איז די שפראך מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסען, ס'האט גאנץ אן אנדערע טעם צו ליינען אפיקורסות אויפן מאמע לשון ווי אין אן אנדערע שפראך."

אבוויעסלי ווילסטו דאך נישט בלייבן שטעקן מיט די אלטמאדישע מענטשן און זייערע טעאריעס, ווילסט זיך דאך אפשיידן פון דיין פארגאנגענהייט, יעצט נאר פונקט צו דיין זיסע מאמע לשון ביסטו עפעס אזוי צוגעבינדן אזש ממש קענסט פון איר זיך נישט שיידן?(און אגב מעגסטו ווען וויסן אז ווען עס קומט צו די ענינים קענסטו פון אידיש קיין גרויסער געלערנטער נישט ווערן)

כשושנה אמר/ה...

''אבוויעסלי ווילסטו דאך נישט בלייבן שטעקן מיט די אלטמאדישע מענטשן און זייערע טעאריעס, ווילסט זיך דאך אפשיידן פון דיין פארגאנגענהייט,''

איך טייל אפ צווישן אידישקייט אלץ א רעליגיע און דאס אידישע קולטור, פון די רעליגיע האלט איך נישט, אבער ס'מיינט נישט אז איך גלייך נישט געוויסע אספעקטן פון די קולטור, ווי דאס יידישע שפראך צום ביישפיל.

ס'איז שווער זיך אינגאנצן אפצוהאקן פון דער פארגאנגענהייט, ס'ליגט איינגעקריצט אין די ביינער מיום הוולדי, דעריבער האב איך נאך געפילן צו דאס יידישע קולטור.