שלום בערגער האָט אָפּגעשריבן אַ שיינער איבערבליק פון פרויען שרייבער צווישן חרדים, פאַרוואָס זיי זענען מער מצליח ווי מענער און די פּראָבלעמען מיט וואָס זיי דאַרפן זיך פאַרמעסטן. אינטערסאַנט ער האָט נישט דערמאַנט מעלות, וווּ שלום פלעגט אַליין שרייבן, וואָס ווי איך פאַרשטיי איז געגרינדעט געוואָרן און איז געווען (נאָך אַלץ?) געפירט אינגאַנצן דורך פרויען. פאַר אַ היפשע פּאָר יאָר איז מעלות געווען דער מוצלחדיקסטע און דער וועגווייזער פאַר פיל פון די פּובליקאַציעס וואָס פילן היינט אָן דעם ערב שבתדיקן גראָסערי וועגל.
מיר איז אויסגעשטאַנען איין שטיקל פונעם אַרטיקל. די חרדישע שרייבערן ליבי אַסטייר זאָגט אין אַן אינטעריוו אַז זי פאַרמייד פון אירע דערציילונגן רציחות און ציל־לאָזע געוואַלד, כאַראַקטאַרן אָן אַ תיקון און סעקסואַלישע איממאָראַלישקייט. פרעגט אַסטייר, "קען דאָס זיין אַ גוטער ליטעראַטור? איך האַלט אַז יאָ. וויבאַלד איך קען מיך נישט פאַרלאָזן אויף געשלעכט און געוואַלד צו פאַרקויפן מיינע ביכער מיז איך מיך פאַרלאָזן אויף אַלט מאָדישע מיטלן ווי באַשאַפן שאַרפע כאַראַקטאַרן, אַריינברעגנן הומאָר, און ווידערשאַפן היסטאָרישע מצבים אויף אַן איבערצייגנדיקער וועג."
ראשית כּל לאָמיך זאָגן אַז איך האָב אַסטייר קיינמאָל נישט געלייענט און עס קען זיין אַז זי שרייבט וווּנדערליכע דערציילונגן און ראָמאַנען. איך מיז מיך אָבער דינגן איבער אירע ממילא, אַז דאָס אַז זי לאָזט אַרויס דער זאַלץ און פעפער פון חיי אדם עלי אדמות הא גופא געט אַריין אַ בעסערן טעם אינעם געקעכץ.
לאָמיר אָנהייבן מיט איר "אַלט מאָדיש" און באַלד פרעגן ווען האָט דער אַלט מאָדישקייט עקזיסטירט. די תורה און נביאים און להבדיל האָמער זענען פון די אור עלטסטע ביכער וואָס מענטשהייט פאַרמאָגט. אין מיין חומשל באַלד ביים אָנהייב פון בראשית און אדם און חוה טון ווי גאָט האָט געבאָטן אָן קיין בושה, קין הרגט הבל, דער אייבישטער מאַכט חרוב דעם גאַנצן באַשטאַנד, נח לייגט זיך שלאָפן מיטן אברל צום וועלט, קעניגן הרגנען זיך, סדום גייט אונטער און לוטס טעכטער מאַכן חתונה דעם טאַטן. און דאָס איז בלויז די ערשטע פיר סדרות. נביאים, ווי אויך האָמער, איז איין שטיק רציחה און אַ היפּש ביסל סעקס איז דער זייט.
מיר דאַרפן אָבער נישט גיין ביזן תורה און זיך פאַרנעמען מיט יידישע טעקסטן. לאָמיר גיין צו די אַלט מאָדישע גויישע טעקסטן פון די לעצטע פּאָר יאָרהונדערט און אפשר וויל זי געבן פון זיי ביישפּילן. וואָלט זי מסכּים געווען צו שאַפן אַ דאָן קישאָט און אים אָפּגעבן די מכּות ער האָט געכאַפּט, אים אָראָפּציען, זייט מוחל, די הויזן און אים העלפן געפונען זיין דולציניאַ? מען קען דאָך זאָגן כּמעט אויפן גאַנצן קאַנאָן אַז אי לאו אהבה ויראה כמה ספרא רבה איכא בשוקא?
לאָמיר שוין זאָגן אַז ביי דזיין אָסטין, אויף וועם אַסטייר ווערט פאַררופן ווי אַ חרדישע ווערסיע, איז טאַקע נישט דאָ געוואַלד און אויך נישט בפירושע סעקס. איז לאָמיר זען אַ חרדישע דערציילונג וווּ די פּסיכאָלאָגיע פון דער מלחמה צווישן די געשלעכטן איז צונימען אַזוי אויף טעלערלעך. געזונטערהייט, מאַך אַ באַשוי, זעץ דעם בחור און דער מיידל איינעם קעגן צווייטן ביי אַ טיש אין דער שבתדיקער עס צימער און געב זיי חלילה נישט אפילו אַ גלאָז וואַסער. אָבער לאָמיר הערן די אמתע געפילן און טרייבונגן פון דאָס פּאָר נישט זאַוולאָנען פון חני'ס צווייפלונגן צי זי זאָל אַוועקקוקן פון זיין אָרעמקייט צוליב אַ 'תורהדיקע לײַף'. זי מיינט דאָך אוודאי נישט סטענדהאַלס מימרא אַז פּאָליטיק איז דער מילשטיין אַרום ליטעראַטור.
מאַדאַם אַסטייר באַגעניגט זיך אָבער נישט מיט אַלט מאָדישקייט און זי מיז אויך ווידער באַשאַפן היסטאָריע. דאַרפן מיר דאָך וויסן וווּ האָט זי געטראָפן די אָ היסטאָריע וווּ קיינער צינדט נישט אונטער יענעם דעם הויז און מענער און פרויען גיין אויף באַזונדערע זייטן פונעם טאַראַטור. האָט זי אפשר געלייענט צופיל אַרטסקראָל און זי זוכט צו מאַכן היסטאָריע וואָס האָט דער ערשטער מאָל אויך נישט פּאַסירט? אפשר וואָלט איר רבקה פון איוואַנהאָוי גראַדואירט פון בית רחל און מאַדאַם באָוואַרי וואָלט געגאַנגן צוגעדעקט. אינטערסאַנט נאָר אַז אין דער היסטאָריע וואָס שפּילט זיך אָפּ אין נודע ביהודה טון זיך מענער און פרויען מייחד זיין און מען הערט אפילו שווערע אָטעמען פון הינטער דער טיר.
אדרבה לאָמיר טאַקע זען שאַרפע כאַראַקטאַרן און ווי זיי זען אויס אַז מען נעמט פון זיי צו כעס, נקמה, קנאה און תאווה. עס איז דאָך ממש אַ שאָד שייקספּיר האָט נישט געוווּסט איר סוד און ער וואָלט איינגעשפּאָרט אָטעלאָוי זיין עגמת נפש און רביצן מאַקבעט וואָלט געזעצן אויבן אָן אין עזרת נשים. ווייטער הומאָר, אַז מען פאַרמייט די פשוטסטע טרייבונגן פון מענטשהייט איז עס מן הסתם אַזוי לאַכעדיק ווי אַ בדחן דרייע פאַרטאָגס.
זי איז אָבער נישט איינער אַליין אַזוי צו פאַנטאַזירן. אַ גרויס חלק חרדישקייט איז באַזירט אַז מיר האַלטן ברענענדיק אַ פלאַם פון דורי דורות ווען 'דער וועלט איז געווען וועלט'. און נישט בלויז דער יידישער וועלט. וויפיל יידן קוקן נישט אָן דער ענגלישער קעניגן אָדער באַרבראַ בוש און האַלטן זיי פאַר מאָראַנישע חרדים ווייל ווי מיר ווייסן 'בעסערע גויים' טראַכטן אויך ווי אונז. אמת זיי געבן עטוואָס אַ בעסער חינוך פאַר זייערע קינדער אָבער דאָס איז פּשוט ווייל מיר האָבן די תורה הקדושה וואָס איז כּולל אַלע ז' חכמות. אָבער אויסער דעם איז בלי ספק אַז זיי עסן אויף פלאַסטיקע טישטיכער, זיצן אויף פּלאַסטיק איינגעוויקלטע בענקלעך און דעקן אפילו צו די מצבות פון זייערע באַליבטע מיט פּלאַסטיקע מענטלען.
אַסטייר איז ווי עס זעט אויס אַ בעל תשובה און זיכט מחזק זיין דער פאַנטאַזיע אַז מיר חרדים קענען שאַפן אַ פּאַראַלעל וועלט פון ליטעראַטור, מוזיק און קונסט אָבער על טהרת הקודש ווי מיר פאַרטייטשן עס אין 2012. צו דעם זענען די בעלי תשובה אידיאַל. זיי זענען שוין 'דאָרט' געווען און סיי זיי דערציילן אונז אַז מיר האָבן זיך גאָרנישט צו שעמען פון דער גויישער גאַס און סיי קענען זיי אונז אויסלערנען וויאַזוי מעלה צו זיין די נצוצות. און אַז צו דעם מיזן זיי איבערלאָזן זייערע חכמה, בינה און דעת ביים מזוזה איז דאָך דער מתן שכרה בצדה אַז זיי קענען זיך שפּירן אינערווייניקסדיקע, כאָטש נישט אַזוי אינערווייניק צו הערן דער געוואַלד און אוממאָראַלישקייט וואָס מען קייט איבער אין מקווה און ביי זכרים און קדישים.
און אָט אַזוי שטייגן מיר זיי גאָר איבער. מיר קענען ווייזן דעם חפץ חיים אין קונסט אָן מסיח דעת זיין מיט דער שמוץ פון רעמבראַנדטס בת שבע אָדער באָטיטשעליס ווענוס, אונזער פּאָעזיע דאַרף נישט ליידן פון שיר השירימדיקע ברוסט און אונזער ליטעראַטור קען אויסזען טאַקע ווי אַסטיירס און איר שטאַל חבירים אין אַרטסקראָל, פעלדהיים, תרגום און אַנדערע מיט דיקע פּאַפּיר, גרויסע אותיות, ברייטע ראַמען, אַ יש מאין היסטאָריע און שפּאַנונגן אָן פרויען, אָן סעקס און אָן געוואַלד.
ממש ומלאה הארץ דעה את ה’.
3 תגובות:
קטלא קניא מיט רעפערענצן
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=23&t=1466
איישר חילכם!
יעדעס ווארט אויסצונאגן.
קטלא, אז דער געווענליכער קנה וואקסט אפאר אינטשעס א טאג, מיינסטו דארפסטו זיין ווי דער יפת תואר פון אשת איש, אדער גאר דעם כחל פון בשר וחלב, צו ווייזן אן אויסנאם?
ביסט שוין גארנישט עפעס א קניא׳לע, און אוודאי נישט קיין קטלא קניא, איין חילוק נאר דא, ער רוקט זיך יעדן טאג ארויף, משא״כ דא דארף מען נאך צוויי דריי מאל זאגן ״יקר בעיני ה׳ המותה לחסידיו״ ביז מ׳איז זוכה צו זעהן אז דער פריערדיקע מאמר האט זיך אראפגערוקט אפאר פיקסעלס צו מאכן פלאץ פאר דעם רך הנולד (ווי דו האסט עס אמאל פארגליכן).
כ׳מיין, ווי לאנג דארף מיר ווארטן???
באלד וועלן די כופרים שרייען אז חלילה לית בלאג ולית קטלא קיינער האקט נישט קיין קנים, צוליב דעם אליינס להוציא מלבן וואלסטו זיך שוין געדארפט זעצן שרייבן.
ס׳דאך ימי הרחמים והרצון, אפילו אז תפלה עושה מחצה האט זיך אויך געלוינט, (זאל פון איין קנה, ווערן צוויי דריי קניא׳לעך...).
הוסף רשומת תגובה