יום שלישי, דצמבר 31, 2013

אדמורים נקבצו עלי

עס טוט זיך אין דער גאַס און אויף דער וועב אַ גערודעריי. די שכינה האָט געזאָלט גיין אין גלות און עס האָט זיך גערעדט אַז די ל"ו צדיקים וואָס וווינען שוין היינט צוטאָג איטליך אין זיין פּאַלאַץ וועלן ווידער מוזן אָנכאַפּן דאָס וואַנדער שטעקל מיטן זילבערנעם הענטל. מיט אַ זאַק איבער דער געפּעלצטער פּלייצע וואָלטן זיי געשפּאַנט דער זיין קאַדילאַק און דער זיין לעקסוס און גיין מיט אַ געוואַלדיקער מסירת נפש אָפּרעכטן גלות אויף פּריוואַטע פליגער למען כּבוד שמו יתברך ולמען אחינו בני ישראל הנתונים בצרה.

מיינט נישט אַז מען האָט נישט אין באַטראַכט גענומען ר' קטלאן מיט זיינע 347 טוויטער חסידים און נאָך 279 פייסבוק חבירים. אפילו אַז איר וועט אַראָפּנעמען אלו מאלו וועט אַלץ בלייבן אַ קיימא לן פון לכל הפּחות א מנין וכידוע פון צדיקים אַז צען ייִדן גלייבן אפילו אין אַ קלאָץ קען עס אויך טיילן מכּות. האָט מען זיך מיט אונז טאַקע געראָטן און סיי דער גבאי און סיי דער יד ימין זענען געווען ביים אסיפה רבתי וואָס איז בלויז געווען דער הכנה צו דער אסיפה פון אַלע אסיפות וכדברי הכתוב והאספסוף אשר בקרבו התאוו תאוה. נישט חלילה אַ תאווה אויף מי יאכילנו בשר ווייל צו דעם האָבן מיר ב"ה אַזויפיל אַז מען דאַרף ניטאַמאָל דערצו גלוסטן. ביי אונז קומט עס אויך נישט אַרויס פון נאָז ווי ביי דער דור דעה פון די מתי מדבר. ביי אונז בלייבט עס גאָר אין בויך ווי קראַנטע מקורות זאָגן עדות בנאמנות פון די בילדער וואָס ערשיינען וואָך וואָכנטליך אין אָן אַ צאָל אויסגאַבעס. דאָס מאָל אָבער התאוו תאווה פון צאַמברענגן כּלל ישראל און איינרייסן וועלטן ווי מען האָט שוין נישט געטאָן זייט מען האָט דאָס לעצטער מאָל איינגעזאַמלט כּלל ישראל מיט אָנגעפער 18 חודשים צוריק. און מחמת די גרויסע הצלחה פון דער לעצטער אסיפה האָט מען געפּלאַנט אַז דאָס מאָל זאָל זיין אַזאַ אסיפה וואָס זייט אסיפות אסיפען זיך האָט מען נאָך אַזאַ אסיפה נישט געזען.

דאָס מאָל האָט עס נישט געדאַרפט זיין מיט אונזערע וואָכענדיקע חוץ לארצדיקע ליצים וואָס באָדן זיך אין טומאת ארץ העמים און זיצן על סיר הבשר באכלנו שיריים לשובע. דאָס מאָל וואָלט עס געווען דער ריל סטאָף, די ערענסטע סחורה. די אמתע קדושי עליון וואָס זענען אַזוי אָפּגעטיילט פון קרוצי מחומר און אַזוי אויסגעדאַרט פון תעניתים אַז אויפן פליגער נעמט יעדער פון זיי אויף צוויי זיצן איינס קעגן זכור און איינס כּדי לערבב השטן. מיר רעדן דאָ פון צדיקים וואָס אויף זייערס אַ וואָרט ציטערן הימל מיט ערד. צדיקים וואָס קענען אונטערברענגן אַ רעגירונג מיט אַ בני היכלא און אויסליידיקן שטאַטישע קאַסעס מיט אַ ה' מלך. אָט זיי האָט געהייסן גייט מען ברענגן צו שלעפּן אויף צו ווייזן די פאַרגרעבטע אַמעריקאַנער וואָס דאָס הייסט אַ צדיק. ווי חז"ל זאָגן מלכותא דרקיעא כעין מלכותא דארעא און אַז זיי קענען דאָס אין אונזערע עולם השפל איז כל שכן אַז עין לא ראתה וואָס זיי קענען ווערטשאַפטן דאָרט אויבן.

וויבאַלד מיר געהערן ליידער נישט צו די איי קלאַס רביס ווייל מיר האָבן זיך נאָך נישט אויסגעאַרבערט אָנצוקמען צום מדרגה פון ווייסע שטרימפּ אויף אַ וואָכנטאָג און אַ מקוה אין דער בייסמענט האָט מען אונז געשטעלט אויפן תפקיד פון אויפקלערן דעם אָנ־ליינער עולם בבחינת כה תאמר לבית פייסבוק ותגיד לבני טוויטער. מיר רעדן שוין היינטצוטאָג פון אַ יישוב פון עטלעכע רבבות וווּ ייִדן יראי השם און מדקדקים על קלה כבחמורה זענען זיך מתענג על ה'. אַמאָל האָט מען נאָך געמיינט אַז מען קען מיט אַן איסור און אַ חרם פון אונז מאַכן אַ גל של עצמות אָבער געלויבט דער פון אויבן מעשה שטן הצליח און מיר פאַרמאָגן שוין היינט מסלתה ומשמנה פון יהדות החרדית. אויף אַ פּראָסטן מיטוואָך אויף קאַווע שטיבל קענט איר איינזאַפּן מער חכמה און יראת שמים ווי אין פופצן חול־המועד דרשות צווישן מנחה און מעריב.

די הקדמות און התנצלותן וועט איר שוין אַליין פאַרשטיין און לאָמיר רעדן אַביסל צום ענין. לאָמיר נישט פאַרוויילן טייערע מינוטן און פרעגן ווי אַנדערע אַז ווער וואָלט פאַרדעם באַצאָלט און וואָס האָט געדאַרפט זיין דער צוועק. איבער דער געלט ווייסן מיר שוין מאז ומתמיד אַז צדיק גוזר און דער עולם צאָלט און יאָ אסיפה נישט אסיפה וואָלטן מיר נישט פאַרדינט. ווייטער איבערן צוועק, גיי פרעג ביי אַ צדיק דער צוועק. דער צוועק פון טישן יעדער מאָנטיק און דאָנערשטיק פאַרשטייט איר יאָ? און דער צוועק פון מחלוקהלעך איבער וועלכער זון צי איידעם צי שוועסטערקינד זאָל ממלא מקום זיין דעם טאַטן האָט יאָ אַ זינען? און דער ציל פון תקנות איבער אַלעס פון ווען זיך צו לייגן ביז ווען זיך צו פאַרקניפּן, ווען אַ חתן צו ווערן און וויאַזוי חתונה צו מאַכן, וועלכער טעלעפאָן צו קויפן און וועלכער טאַריף זיך צו פאַרשרייבן מאַכט יאָ סענס? נאָר אויף רביס פרעגט מען נישט קיין קושיות. מיר פאַרברענגן אין עולם העשיה און זיי זענען פאַרגלייצט אין עולם האצילות וואו זיי זענען נהנה מזיו השכינה ווי עס זעט זיך אָן אין דער גרייס פון זייערע בעקיטשעס. מיר האָבן איין כּלל אַז אין לנו דברי בן עמרם און אַז עמרם האָט געהאַט מער ווי איין זין איז ווי דער פּסוק זאָגט, הוא משה ואהרן, הוא אהרן ומשה, און אויף ביידע קען רוהען רוח הקודש.

ממילא לאָמיר בלויז קוקן אויף זייערע דעקלאַרירטער ציל, כּלומר דער ציל פון נישט נעמען ישיבה בחורים און כּולל יונגעלייט אין מיליטער. די חסידישע מנהיגים האָבן געדאַרפט קומען צו דערציילן פאַרן אַמעריקאַנער ייִדנטום ווי מען רודפט זיי נעבעך על עסקי נחל החרדי און אונז מעורר זיין אַז מיר זאָלן איינזען דער ביטערער מצב אין וואָס זיי געפונען זיך. מען וויל נעבעך אַוועקרייסן די צאן קדשים פון די ישיבה בענק און זיי פירן אויף שמד. מעם מזבחי, פונעם רבינס טיש, תקחנו למות. די מדינה וויל זיי אויסטון די שוואַרצע און ווייסע שמונה בגדים און זיי אָנטון גרינע מאָנדירן רחמנא לצלן. און אַז דאָס איז נישט גענוג וויל מען מיט זיי עובר זיין דער איסור דאורייתא פון זיין אַ מלמד ידות לקרב ואצבעות למלחמה. און אַז מיר וועלן נתפעל ווערן האָפן זיי אַז מיר וועלן זיך אָפּהאַלטן פון שיקן אונזערע חוץ־לארצדיקע דאָלאַרן קיין ארץ ישראל וואָס ווי באַוווּסט האַלטן אויס באָראָ פּאַרק און מאָנסי אַלעס פון דער איכילוב שפּיטאָל אין תל אביב ביז מכון ויצמאַן אין רחובות און ווער רעדט נאָך די סובמאַרינען און די טאַנקן. אַלעס איז אַ דאַנק די לב חפצה ורוח נדיבה פון דאָס ניו יאָרקער און ניו דזערזיער פאַרשטריימלטער יידנטום.

מיינט נישט אַז זייערע שכל שטעלט זיך ביי דעם. זיי האָפן אויך אַז מיר וועלן לייגן דריקונג אויף אוזערע לעגיסלאַטורן צו דרוקן אויף מדינת ישראל צו מהפך זיין דער מדת הדין און אָט דאָ שטעלט זיך אויס די אויסטערלישע חכמה בינה ודעת, דעה בינה והשכל פון די קאַרפּן קעפּ וואָס הייסן אונזערע מנהיגים. אַמעריקע קריכט איצט קוים אַרויס פון צוויי קריגן און פון אַ שווערע עקאָנאָמישע לאַגע, דער פאַראייניקטע שטאַטן איז באַזירט אויף אַ לחלוטינדיקע אָפּטיילונג פון שטאַט און רעליגיע, אַמעריקע לעבט און פיטערט זיך אויף בזיעת אפיך תאכל לחם און פּונקט צו אונז קומען זיי. זיי מיינען אַז דאָ וועלן זיי האָבן אַן איינהעריקן אויער פאַר אַ שנעל־וואַקסנדיקן שיכט פון דער ישראלישן געזעלשאַפט וואָס האַלט אַז נישט זיי מיינט דער פּסוק. זיי דאַרפן נישט אַרבעטן, נישט קעמפן, נישט פאַרדינען, נישט זיך מקריב זיין און אַלץ ווייל ר' שמען בן יוחאי האָט געזאָגט אַז זכה מלאכתן נעשית על ידי אחרים.

און ווען זיי זאָלן קומען ווי לינקע פּאַסיוויסטן וואָס האַלטן נישט פון קריג און געשלעג און זיך פּראָקלאַמירן קאָנשיענשוס אָבזעקטורס וואָלטן זיי נאָך אפשר געהאַט אַ מאָראַלישן טענה און זיך פאַרדינט די סימפּאַטיע פון די שיכטן וואָס נייגן זיך צום פּאַליסטינער קאַמפ. זענען זיי דאָך אָבער עפּ"י רוב פון די סאַמע רעכטסטע וואָס עס איז פאַראַן. רוב פון זיי וואָלטן קיין ד' אמות פון א"י נישט אויפגעגעבן און אפילו די פּאָר וואָס זענען ווייניקער עקסטרעם האָבן אויך נישט קיין רעטונג פאַר די מדינה אָן אַ מיליטער און אַן אַרמיי. נאָר וואָס דען, זיי זאָגן אַז זייערע תורה באַשיצט ארץ ישראל. איז וואָס קומען זיי נאָך אַמעריקע? אַ מאָדנע תורה פאַרמאָגן זיי וואָס פועלט נאָר קעגן פּאַלעסטינער ראַקעטן, סירישע טאַנקן און איראַנישע מיסלס אָבער עס קען זיך נישט אַן עצה געבן מיט דעמאָקראַטיש געוויילטע פירער.

איז לאָמיך אייך זאָגן, קול ענות אנכי שומע. סיי דער וועלן און סיי דער נישט וועלן איז אַ סימן פון אַ פירערשאַפט וואָס איז נבוכים הם בארץ סגר עליהם המדבר. אין דער היים בלאָנזען זיי און אין דער פרעמד קענען זיי שוין נישט פאָרן. זיי זענען אַ קאָפּ וואָס איז אָפּגעזונדערט פון די קערפּער. זיי גלייבן זייערע אייגענע קינדערישע פּראָפּאָגאַנדע וואָס ווערט אָפּגעדרוקט אין זייערע אויסגאַבעס, ווערן נתפּעל פון די פּאַיאַצישע בילדער פון זיך אַליין אין קאָרלירטע בעקיטשעס ביי תנאים, חתונות, בריתן און שבע ברכות, און זיי מיינען אַז עס איז שוין נישט דאָ קיין שיעור צו דער פערדישקייט פון זייערע נאָכפאָלגער. זיי מיינען אַז וויבאַלד זייערע משולחים קענען יאָר נאָך יאָר אַרויסציען פון אונז אַ מאַיאָנטעק און וויבאַלד די חסידים קומען צו פאָרן יאָר נאָך יאָר זיך ריינוואַשן די נשמות ביים צדיק און אויספועלן רפואות ישועות און נחמות ביי די קדושי עליון דערפאַר קענען די צדיקים אַליין אָנקומען בכבודם ובעצמם און איבערדרייען אַ פרעמדער וועלט און עס רופן זייערס.

איז לאָמיך זיי דערציילן אַ סוד. ווען איר בלייבט אין ארץ ישראל און איר חושט מיט 40 טעגיקע תפילות, באַזוכן צום כּותל און מירון, קבר רחל און מערת המכפלה, קאַבאַליסטישע מאָמבאָוי דזאָמבאָוי און ליל שישי ביים קבר פון דוד המלך קענט איר אפשר ביי אונז פועלן און עס קען אייך אפילו געלונגען עפּעס ביי אונז צו דערווישן. קומט אָבער אַהער מיט אייערע עבדים לרוץ לפניכם, אייערע שווענץ פון הינטן, איינצושטיין אין אכסניות ביי די וווּלגאַרע וווינערטער דעקאָרירט מיטן טעם פון רוסישע אָליגאַרכן, און אַרומצופאָרן אין אייערע וואַגאָנען ווי מאַפיאַ גאָטפאָטערס וואָלט איר שוין געזען סאַראַ רושם דאָס וואָלט געמאַכט.

ווען איר האָט עטוואָס שכל וואָלט איר אייך געלערנט פון דער אסיפה דעם פאַרגאַנגענעם זימער מיט אַ יאָר. דאָרט האָט דער עולם געוואָלט עפּעס הערן אַ חידוש און דברים של טעם ווייל מענטשן זענען באַזאָרגט פון אַ נייע דור וואָס איז פאַרכּישופט אין טעכנעלאָגיע. דער עולם האָט זיך טאַקע אָפּגערופן און איז געקומען הערן אָבער איז אַהיימגעגאַנגן אַנטוישט און פאַראומערט ווייל זיי האָבן געזען אַז די פירער קענען שוין צו זיי נישט רעדן. זיי קענען שרייען און מאַכן געוואַלדעס, זאָגן טייערע ווערטער און זיסע מעשיות אָבער קענען נישט רעדן על של עכשיו אויף אַ פּראַקטישן נוסח מיט ווערטער וואָס זענען יוצאים און נכנסים אל הלב.

וואָלטן געדאַרפט די אַזויגערופענע פירער מאַכן אַ קל וחומר אַז אַזאַ פּנים האָט עס געהאַט אויף אַ לאָקאַלן פּראָבלעם וואָס דער כּלל זוכט באמת אַ מיטל צו באַלאַנסן דער אַלט מיט דער ניי, מאָדערנע טעכנאָלאָגיע מיט אַ טראַדיציאָנעלן לעבנסשטייגער ולא עלתה בידם איז ווי וועט עס אויפטון ווען מען האַנלדט מיט אַ ישראלישן פּראָבלעם וואָס קער זיך בכלל מיט אונז נישט אָן? נאָך מער, אַ סאַך פרומע ייִדן פאַרשטיין בכלל נישט פאַרוואָס פרומע זאָלן נישט דינען אין אַן אַרמיי וואָס שוצט אויף אַלע בירגער אָן קיין אויסנאַם פון דער ברייט פון דער היט און דער לענג פון דער רעקל, אָרטאָדאָקסישע יידן זענען נישט גורס דער הלוך ילך פון נאַשן פון א מדינה אָן גאָרנישט צוריקצוגעבן, און וועלטעלכע יידן וואָס זענען סימפּאַטיש צו יידישקייט זען אין די אָ באַנדע אַ גורם וואָס קענען נאָך אינגאַנצן אונטערברענגן די מדינה. און ווי וועלן גויים, וועם די רביס האָבן אויך אין באַטראַכט גענומען, פאַרשטיין פאַרוואָס מען זאָל נישט גיין קעמפן פאַר די אייגענע מדינה ווען זי איז אין אַ געפאַר. האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו פה איז אפילו נישט אין דער נייער טעסטאַמענט. אַמעריקע לאָזט זיך קאָסטן ביליאָנען צוליב מדינת ישראל און די אָנגעפּאַשעטע אָקסן נישט נאָר זיי לייגן נישט אַריין נאָר זיי ווילן סיי אַנדערע זאָלן פאַר זיי אַרבעטן און סיי אַנדערע זאָלן פאַר זיי שטאַרבן.

איז לאָמיך אייך זאָגן, שמעו נא רבותי, אדמורי, אלופי ומורי, אויף דער זייט אַטלאַנטיק האָט אייערע שפּראַך פון בחינות און ענינים קיין ווירקונג און מען זעט אייך פאַר וואָס איר זענט. זויגערס און אויסנוצערס וואָס הרגענען אַוועק דורות מיט אייער פאַרדאָרבענע פירערשאַפט און דער נישטיקער ערציאונג פון אייערע נאָכפאָלגער.

האָבן מיר זיך אָבער געקלערט ווי סטאַלין האָט געזאָגט אויפן דייטש: מען טראָגט נישט דער זשאָלעב צום פערד נאָר מען ברענגט דער פערד צום זשאָלעב. אדרבה קומט יאָ צו גיין. שלום עליכם מורי ורבי. קומט. רופט אונז צאַם. לך כּנוס כּל היהודים. מיר וועלן קומען, באייפאָנינו ובאַנדרוידינו נלך. דאָ איז נישט ארץ ישראל וווּ איר קענט טעראָריזירן גאַנצער שטעט. דאָ איז רעלאַטיוו פריי קעגן אייערע טיראַניי. מען וועט אייך נעמען אויפן צימבל און מען וועט צונעמען אויף טעלערלעך אייערע נאַרישקייטן און פאַנטאַזיעס. איר וועט קרעכצן און ברומען און מיר וועלן לאַכן און שפּעטן. איר האָט שוין מיט אונז סייווי נישט קיין שפּראַך און אַז עס נעמט אַזאַ גראַנדיזער מעמד דאָס געווויער צו ווערן איז עס כּדאי יעדער פּעני.

קומט אונז נאָר נישט פאַרקויפן אחדות. קוים זענט איר אַ מנין פון רביס און איר האָט אייך געמוזט טרעפן באַזונדער פון צענדליקע ראשי ישיבה. זייערע תורה אויף טויזנטע ספסלי ביהמ"ד איז אוודאי נישט אַזוי חשוב ווי אייערע האָפּקן אויף פּאַרענטשעס. און ביידע האָט איר נישט גערופן ספרדישע תלמידי חכמים. בעל כרחך מוז זיין אַז זיי געהערן ערגעץ וווּ על פּתחה של גיהינום ווייל זייערע זיידעס האָבן נישט געהאַט די זכיה צו שטאַמען פון צווישן דער ווייסל און דער דוניי. און אָט אַזוי האָט איר געוואָלט פאַראייניקן כּלל ישראל.

איר, די גרעסטע מחרחרי ריב צווישן חסידישער הויף און חסידישער הויף, צווישן חסידים און מתנגדים, אשכנזים און ספרדים, חרדים און אָרטאָדאָקסן און פרומע און וועלטלעכע, קומט אויף צו זען ווי מען ווערט שוין פון אייך נמאס. אייערע רעגירונג האָט שוין איינגעזען סאַראַ באַנדיטן איר זענט און וויל אייך שוין נישט אויסהאַלטן קומט איר אַהער מאַכן קולות מיר זאָלן אויף אייך רחמנות האָבן. קומט, מאַכט אַ חתונה, אַ קאַרניוואַל, בליטשעט אין אייערע זייד, הילט אייך איין אין פעל און מאַכט אַ מצב. מיר וואָלטן אפילו מיטגעטאַנצט אָבער זאָל זיך אייך נישט דאַכטן אַז מיר ערן אייך, אַז מיר וועלן אייך שטיצן און מיר וועלן אייך נעמען פאַר ערנסט. די טעג זענען פאַריבער און היינט זענען מיר שוין לא רעב לשיריים ולא צמא ללחיים. מיר הונגערן לשמוע דבר ה' און מיר ווייסן איר זענט די לעצטע דאָס צוצושטעלן.

דער פועל יוצא פון אייערע ליצנות אָן\אָף רייזע איז אַז דער מאָראַלישע אַרגומענט האָבן געווינען די סאַטמאַרע חסידים. זיי פּראָטעסטירן אַלע יאָרן, דווקא אין גויישע קאַפּיטאַלן און דייקא צו זאָגן פאַר די גויים אַז זיי נעמען נישט אַ טייל אין דער מדינה און ציוניזם מיינט נישט זיי. איך קען נישט גלייבן אַז איך זאָג די ווערטער אָבער אַז איך דאַרף מיך קלויבן צווישן אייך און זיי גיי איך ענדערש מיט זיי. סאַטמאַר נעמט נישט אַ טייל אין די וואַלן, זאָגן אָפן אַז זיי ווילן נישט אַ חלק אין דער מדינה, ווערן נישט אַ שותף אין קיין רעגירונג און שליסן זיך אויס פון נעמען געלט פון דער שטאַט. איז דאָ אַ צד צו זאָגן אַז זיי האָבן זיך פאַרדינט דער זכות צו פּראָטעסטירן אַז אין דער מדינה אין לנו יד וחלק. נישט אַ שטאַרקע רעכט אין מיינע אויגן ווייל זיי קענען זיך אוודאי נישט אַן עצה געבן אַליין אָבער פונדעסטוועגן עפּעס אַ רעכט איז דאָ.

איר זענט דאָך אָבער די גרעסטע פאַררעטער. אייערע עלטערן זענען געקומען אויסגעמאַטערט פון די איראָפּייאישע שחיטות און אונטער דער שיצונג פון דער מדינה האָבן זיי זיך באַזעצט, זיך ווידער איינגעפלאַנצט און געבליט, איר פרעסט און נאַשט אַלע יאָרן ביי די ישראלישע שטייער־צאָלער פאַר אייערע שמאַלציקע צוועקן וואָס אויסער איר אַליין און אייער פּאָר טויזנט נאָכפאָלגער האָט קיינער דערפון נישט קיין נוצן, צו דעם שווינדלט און גנבעט איר ווי מען קען נאָר און אַצינד אַז מען דרייט אַביסל אַראָפּ דעם שטראָם און די דעמאָקראַטישע באַלאַנס נייגט זיך אַוועק פון אייך קומט איר פאַרפירן. נישט צו זיי, נאָר אַהער.

נאָר וואָס דען, אַזויווי חסידישע רביס בכל דור ודור, וויבאַלד עס ווערט אַן עת צרה אַנטלויפן זיי און לאָזן די חסידים און כּלל ישראל צום קדחת. אין ארץ ישראל ביז היינט האָט זיך עס זיי געלוינט ווייל מען באַהאַנדלט זיי דאָרט מיט זיידענע הענטשקעס כּאילו זיי לייכטן אויף דאָס פאָלק. מען לאָזט זיי אָנקומען מיטן קאַר ביזן עראָפּלאַן ווייל דאָס איז היינט דער תורת הבעל שם אָבער אַזויווי מען נעמט זיך צו זייערע ביינער מאַכן זיי אַ ויברח. קיין מי שברך וועלן זיי נישט מאַכן פאַר אַ קראַנקן זעלנער, קיין קאַפּיטל תהילים נישט פאַר אַ געפאַנגענער סאָלדאַט, קיין קל מלא רחמים פאַר געפאַלענע קורבנות, שטייערן וועלן זיי נישט באַצאָלן און אויסער טענות און דעמאָנסטראַציעס האָבן זיי נישט וואָס צו געבן. אַצינד אַז עס גייט זיי נישט זוכן זיי נישט צו געווינען ביים וואַלן שאַכטל - דאָרט ווייסן זיי בלויז וויאַזוי צו שווינדלן - און אפילו צו פּראָטעסטירן גיין זיי נישט צו זייערע אייגענע רעגירונג וואָס שיצט זיי און קליידערט זיי און פיטערט זיי. באַלד איז עס והוא נסי ומנוס לי און וינס ויצא החוצה.

פרעג איך אייך ווידער: וואָס האָבן מיר מיט דעם פאַרלייגט? מדוע באתם אלי לא חודש ולא שבת היום. קומט פירן טיש, נעמען קוויטלעך, טיילן ברכות, פאַרוואָס נישט. אָבער וואָס שיט איר אונז אָן מיט אייערע עקלהאַפטיקער פאָליטיק. מיר וואָס אונזערע שולעס באַקומען קוים אַ פּרוטה פון אונזערע מדינות און וואָס מיר געבן אייך צו שטייער שוין אַלע יאָרן טראָץ וואָס איר האָט באַקומען, מיר זאָלן פאַר אייך פאַרגיסן טרערן?

זעט אויס איר זענט מקנא אונזערע סיום הש"ס וואָס האָט באַוויזן אַז מיר קענען זיך פאַראייניקן ביי איין מעמד איז ווילט איר דאָס אויך קאַליע מאַכן. ביי ענק מוז יעדער סעקטע האָבן אַן אייגענער צערעמאָניע ווייל קיין שום פּלאַטפאָרמע קען נישט פאַרטראָגן די צוויי מנינים שווענץ וואָס יעדער פון אייך מוז זיך אומעטום מיטשלעפּן מיט נאָך פינף גבאים הינטער יעדער שטיל. און אַנשטאָט אַהערקומען זיך עפּעס לערנען פון אונז קומט עטץ אַהערברענגן ענקערע קריגערייען. נאָר חסידים, אפשר ליטוואַקעס, אוודאי נישט ספרדים און בדיעבד די סאַטמאַרע אויך אַז זיי וועלן קומען. און פרעגט נישט אָן ביי די לאָקאַלע רבנים און אַקטיוויסטן ווייל אייערע אַראָגאַנץ ווייסט נישט קיין גרעניץ. איר האָט דאָך אַ וואָרט אין הימל און אייך קען מען נישט איינטיילן איז וואָס דאַרפט איר זיך רעכענן מיט וואָס מיר האַלטן? מיר זענען די קי צום מעלקן און איר זענעט די אָקס אויף אונז צו רייטן.

האָט מען אייך געלערנט בלק כמו שכתוב. איר וועט בלייבן וווּ איר זענט מיט די שווענץ צווישן די פיס. איר וועט מוזן געווויער ווערן פון דער ווייטנס אַז עס זענען פאַראַן ביי אונז קהלות קדושות פון ברעג ביז ברעג וואָס ווייסן נישט פון אייערע כוליגאַניזם, אייערע גניבות און גזלות. זיי גיין טאַקע נישט יעדן טאָג אין מקווה און האָבן נישט בערד ביז צווישן די קני אָבער זיי טראָגן אויך נישט בלוט אויף זייערע הענט און פאַרדינען זיך נעבעך ערלעך זייער ברויט. אייערע ח"כ אייכלער האָט געזאָגט אַז חוץ לארצדיקע זענען בכלל נישט חרדים און דערויף זאָגן אונזערע לאַנדסלייט, ברוך הוא אלקינו... והבדילנו מן התועים.

ברוך שפטרני מעונשו\מאינשי הלזו.

3 תגובות:

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

איינע פון דיינע בעסטע.

אנונימי אמר/ה...

love it, you hit the nail on its massive head, thank you

revistaoz אמר/ה...

Apenas entiendo, pero te sigo igual. A lot of ideas, full of scenes in each paragrah. Me encanta tu blog. A Gut Yor para tí desde Santiago de Chile