יום שני, נובמבר 17, 2014

אם בהמה אם איש – ב’

שוין אַ גאַנצער וואָך האָבן מיר צו זינגן און צו זאָגן: איבער וואָס נאָך אַן אסיפה, ר' קטלא? דעות זאָגט איר שוין ווייס איך וויפל יאָר און אפשר שוין עפּעס אַן עצה? די וואָטסאַפּן רעגענען אַריין און פון עטלעכע זקינים האָבן מיר אפילו געהאַט טעקסטן, אין שיל לאָזט מען מיר נישט געמאַך און אויף דער גאַס שטעלט מען מיר כסדר אָפּ. יעדער וויל הערן, אַלע ווילן וויסן וואָס איז דאָס ווידער אַן אסיפה, וווּ, ווער, ווען און בעיקר, צו וואָס? "קטלא", פרעגט מיר איינער, "האָסט געסוויטשט זייטן? ווערסט אַביסל עלטער און עס שמעקט זיך דיר שוין אויך דער לעבער?"

איז שמעו נא רבותי: ראשית כל האָבן מיר געגרונדערט אַ וועד המכינה וואָס האָט שוין אַ לאָויגאָוי מיט פאַרבן ווי אַ בראַזיליאַנער קאַרניוואַל און איז באַעמטליך איינגעשריבן ווי אַ נישט־ריווח אָרגאַניזאַציע. מען האָט שוין אויך געמאַכט פאַר־אסיפות פאַר די נגידים וווּ מען האָט געטיילט סושי און לעמל פלייש און געשאַרט שווערע הונדערטע אלפים. מען האָט געדונגן אַ סטאַדיאָן מיט אַן אַרייננעם פון רבבות וגם לרבות אַ זאַל פאַר אַ הוקאָפּ פאַר די נשים. די פּאָליציי זענען שוין לאַנג באַשטעלט, די בילעטן לויפן שוין אויפן דרוק און חבי כמעט רגע וועט איר קענען קויפן בכסף מלא. פאָלגט מיר און כאַפּט אריין וואָס פריער ווייל כּל הקודם זכה און מען זאָל נישט שפּעטער קומען מיט טענות.

טראַנספּאָרט וועט מען פאַרשטייט זיך צושטעלן כיד המלך און ווי דער פסוק זאָגט אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו געטס נאָר אַהער דעם בשם ה' אלקינו נזכיר, די אין־גאָד־ווי־טראָסט שטרותלעך, און מען וועט פאָרן אַ מחיה. איר קענט אָנקומען מיט אַ שיף צי מיט אַ העליקאָפּטאָר צי מיט אַ ביציקל. מען לאָזט אַריין סיי אַן עני רוכב על החמור און סיי אַ רעבישע עס.יו.ווי און אפילו מיט אַ בלויע לאָמפּ אויפן דאַך. נישט קיין חילוק וויאַזוי, קומט נאָר אָן און מען וועט אייך געבן צו הערן פון אַ סאָונד סיסטעם מיט דעציבעלן אַז איר וועט פאַרשטיין אַ גאָר אַנדערן פשט אין קול ה' חוצב להבות אש.

אָט אָט און די מאָטאָרן פון די באַסעס וועלן אָנשטינקן אַ גאַנצער בלאָק, כלל ישראל וועט כאַפּן די סאַנדוויטשן און מאָפינס, אָבער דערווייל שפּעקולירט מען נאָך צי זאַלי יאָ אַרוני נישט אָדער גאָר פאַרקערט. דער סקווערער הייסט עס פּראַוועט יחידות, דער סקולענערס טאָכטער וועט לכאורה נאָכזאָגן וואָס זי האָט אַליין געהערט פונעם הייליקן טאַטן, און איצט קען מען שוין אַרויפקריכן די שטיגן פונעם באָס, און "בחורל, זיי מוחל הייב דיך אויף פאַר אַן עלטערן ייִד. יאָ, אַזוי, אַאַאַהההה, דערלאַנג מיר נאָר דאָרט מיין שטעקן," און מיט די אָנגעאָטעמטע פענצטערס קען מען שוין אין אַ מזלדיקע שעה פאָרן.

איין זאַך האָט דאָס אַלעס אַביסל אויפגעהאַלטן ומעשה שהיה כך היה. איין נאַכט אַרום האַלבע צוועלעווע קלינגט מיר דער טעלעפאָן. אַ משלנו פאַרשטייט זיך. נאָך זיך אַנטשולדיקן אַז ער רופט אַזוי שפּעט און זיכער מאַכן אַז ער האָט קיינעם נישט אויפגעוועקט און אַז עס איז מיר איינגענעמען צו רעדן, און נאָך איך האָב אים באַדאַנקט אַז ער האָט בלויז געקלינגן און נישט געקומען קלאַפּן אויפן טיר און דערנאָך אַביסל זעצן אויך ווייל אפשר הערט מען נישט, זאָגט ער אַז ער האָט אַ האַרבע קשיא אויפן גאַנצן אסיפה. זיין סברא איז אָנגעפער אַזוי. וויבאַלד די גאַנצע אסיפה איז פאַר די צאן קדשים און מען מיינט דאָך אין גאַנצן די ואת עמלינו אלו הבנים, איז, ר' קטלא, שרייט ער מיר, וואָס רופט מען נישט די שעפעלעך אַליין? אבות ואמהות למה לי?

איך האָב שוין געהאַלטן נאָך המפּיל אָבער אויף אַזאַ קשיא האָבן איך מיך מתיר געווען און איך האָב אים געענטפערט מנה אחת אפיים. נישט ממש אין זיבעטן ריפּ, אַזוי גרויס בין איך נישט, אָבער איך מיין איך בין אָנגעקומען לכה"פ צום צווייטן און אפשר אפילו צום דריטן.

זאָג איך אים אַזוי. ר' ייִד, הלנו אם לצרנו, איר זענט אַ היגער אָדער אַ גרינער? איר ווייסט דען נישט אַז ווען מען פירט ביי אונז איין תקנות איבער שייטלען און שטרימפּ רעדט מען צו די מענער? און ווען מען וויל די מענער זאָלן מבער זיין די סמאַרטפאָוינס און טאַבלעטס צו וועמען רעדט מען? צו די ווייבער. און ווען מען זאָגט אַ פילפול דרשנט מען צו עמי־הארצים, און ווען מען רעדט פון שלום פּרעדיגן די צדיקים צו די בעלי בתים, איז פאַרוואָס איז דאָס דען אַנדערש? אַז מען מאַכט אַ תקנה פאַר די עלטערן זאָגט מען אָן די קינדער אַז זיי זאָלן פאַרמסרן די טאַטעס און מאַמעס און אַז מען מאַכט אַ תקנה פאַר קינדער רופט מען צאַם די עלטערן. אַזוי איז ביי אונז דער מנהג, אין מוקדם ומאוחר בתורה, עירוב פרשיות כתוב כאן און מנהג ישראל תורה היא.

מיינט אָבער נישט אַז איך האָבן דאָס געזאָגט על דעת עצמי. חלילה! די וועד המכינה האָט אַ האָטליין צו דעת תורה איבער אַלעס. פון דער אַמפּליפיקיישן פון די מיקראָפאָנען ביז דער אָן־ליין סטרימינג רירט מען זיך נישט קיין אינטש אָן דעת תורה פון דער העכסטער ניוואָ. למעשה האָט די וועד המכינה אין דעם טאַקע דן געווען און צו דעם האָט מען געברעגנט אַ געוואַלדיקער מבין אין חינוך וואָס גדולי ישראל רירן זיך נישט אָן זיינס אַ וואָרט. אַ פּסיכאָלאָג און אַ פּאַדאַגאָג מיט מער אותיות נאָך זיין נאָמען ווי נבראו בהן שמים וארץ. אַז ער איז מעיד אויף זיך אַז ער האָט שוין נסיונות מיט קינדער צענדילקע יאָרן מעגט איר אַליין פאַרשטיין וואָס ער בעט אַ שעה און פאַרן ריכטיקן פּרייז האָט ער אונז געגעבן צו הערן ואלו תוכן דבריו.

כי לא מחשבותי מחשבותיכם, האָט ער אָנגעהויבן, ביי אונז יידן גייט נישט אַזוי, ביי אונז דערציילט מען נישט פאַר די קינדער אַלע סודות. ער האָט געזאָגט ער וועט געבן אַ דוגמא ווי עס גייט ביי די אומות העולם וואָס אויף דעם איז ער אויך אַ בקי, ומכלל הן אתה שומע לאו.

למשל אויף 11\9, זאָגט ער, איז דזאָרז בוש געזעצן אין אַ קלאַס און געליינט פאַר פּיצעלעך קינדער אַ מעשה בוך. למשל באַראַק אָבאַמאַ ווען ער האָט געוואָלט פאַרקויפן שלום פאַר ארץ־ישראל האָט ער גערעדט צו אַ גרופּע סטודענטן אין ירושלים. ווען מען האָט געוואָלט אַפירנעמען דעם פּרעזידענט פון איראַן, אַחמאַדינאַזאַד, האָט מען אים פאַרבעטן צו קאָלאָמביע יוניווערסיטי צו רעדן פאַר די קאַלעדז תלמידים. פּרעזידענטן און פּרעמיערן איבער דער גאָרער וועלט האָבן זיך ליב פאָטאָגראַפירן מיט קינדער און דאָס העלפט אפילו צו זייערע אימאַז.

ביי זיי, איז ער ממשיך, איז אויך איינגעפירט אַז סטודענטן טרעפן זיך מיט מייסטער אין דער צווייג פון וויסנשאַפט פון זייערע סטודיעס. למשל פאַר סטודענטן פון אַרכיטעקטור ברענגט מען באַרימטע אַרכיטעקטן אַז זיי זאָלן דערציילן וויאַזוי זיי זענען אָנגעקומען צו וווּ זיי האַלטן און סטודענטן קענען זיי פרעגן על דא ועל הא. און אַז מען שטודירט מעדיצין קען מען גיין זען דאָקטורים און זיי שמועסן זיך דורך מיט סטודענטן כאחד האדם, אָן קיינע עסקנים, אָן קיינע מבינים, נאָר פשוט פה אל פה אדבר בו. דער וואָס האָט צו פרעגן פרעגט און אַז דער מומחה האָט צו ענטפערן געט ער אַ תשובה.

אונזער מבין אין חכמת יוונית האָט נאָך צוגעלייגט. אַז אין קאַלעדזעס האַלט מען קאַריערע מאַרקן וווּ עס קומען מסלתה ומשמנה פון בענק און קאָרפּאָראַטיוון און שפּיטעלער און יוריסטישע פירמעס צו ראָטן אויף צו געפונען אַ פּאָסטן, אויף זומער שטעלעס און וויאַזוי צוצוגרייטן אַ רעזומיי. ווער רעדט נאָך די פיינע קעפּ און פעהיקע הענט זיי ראָט מען אויף סטיפּענדיעס און וויאַזוי זיך איינצושרייבן אויף די בעסטע מייסטער קורסן, אויף דאָקטאָריי, אָדער אין ביזנעס שולעס.

בקיצור חוץ פון די לימודים לערנט מען אויך אויס וויאַזוי צו שטייגן אין דער וועלט. דער וועלט זעט אין זיי דער צוקונפט און אינוועסטירט דערין מער ווי סתם מיט געלט. מען ברענגט אויך פון צייט צו צייט קאָנגרעסלייט, סענאַטאָרן, מייאָרן און אַנדערע הויכע פענצטער צו פאַרקויפן זייערע מיינונגן, צו דעבאַטירן, וווּ דער יוגנט קען זיי אויסהערן און זיי אויספרעגן אויף זייערע פּאָליטיק און זייערע אויסזוכט און סתם צו דערציילן וויאַזוי זיי זענען אַרויף אויפן לייטער און וויאַזוי זיי האָבן דערגרייכט אַזוי הויך.

ביי אונז ווייטער, האָט ער געגעבן צו פאַרשטיין, איז עטוואָס אַנדערש. ווען אַ רבי, דאָ האָט ער געמיינט אַן אדמו"ר, אַ ריכטיקער סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, מיט אַ ייחוס אַזוי לאַנג ווי זיין בעקיטשע און אַ בעקיטשע אַזוי גאָלד ווי זיין נשמה און אַ נשמה אַזוי ציכטיק ווי זיינע פאות און פאות אַזוי געדרייט ווי זיינע פינאַנצן, ווען אַזאַ רבי באַזוכט אין אַ חדר אָדער ישיבה ווייסט מען אַז עפּעס טויג נישט. צי מיטן ייחוס, צי מיטן בעקיטשע, צי מיט די פיאות צי מיט די פינאַנצן. אַן אמתע רבי באַווייזט זיך אַמאָל אין אַ כיתה ווען מען פירט זיין אייניקל אין חדר. אין ישיבה קומט ער אויף אָנהייב זמן מיט אַ פּתיחה אָדער אַמאָל מיט אַ פּשעטל אָבער אויסער דעם איז עס אינו לפי כבודו. פאַר מעשהלעך פאַר קינדער איז דאָ אַ דרדקי מלמד און מען צושטערט נישט דעם רבין אויף דעם פון זיין שטענדיקן שויתי.

לאָמיר מודה זיין אַז אַמאָל קומט דער צדיק יאָ אָן. ער קומט אַמאָל אין קעמפּ און בפרט ווען ער איז אין דער פרעמד איז דער מנהג אַז מען גייט פאַרהערן. נאָך אַפּאָר שאלות איבער דער מחלוקת פון תנא קמא און ר' יהודה פאָרט מען ווייטער צום נעקסטן כיתה און מען טיילט אַפּאָר עפּלעך אָדער אַ שטיקל טשאָקאָלאַט און מען ווינטשט ווי אַ רעביצן. עס איז אויך אמת אַז דער רבי פאַרברענגט מיט די בחורים שעות לאַנג ביים טיש ווען מען קוקט צו בדחילו ורחימו ווי ער עסט חלה און פיש און יויך מיט פלייש און צימעס און דער פאַרנומענער רבי וואָס אַלגעמיין איז ער נישט מסיח דעת קיין רגע פון השמים כסאי והארץ הדום רגלי זיצט בלויז מיטן עולם אויף לאַנגע שעות און מען זינגט זמירות און מען הערט דברי תורה.

דאָס אַלעס איז אמת ויציב, זאָגט אוזער רעדנער. נאָר וואָס איז נישט איינגעפירט איז צום ביישפּיל אַז ווען מען לערנט בבא קמא אָדער בבא מציעא זאָל אַ דיין קומען און מסביר זיין וויאַזוי מער פירט אַ דין תורה, אָדער דער פּראַקטישער זייט פון ענטפערן שאלות, אַז אַ רבי זאָל איבערגעבן זיינע מיינונגן אויף עניני הזמן צו זיין יוגנט, אָדער דער ראש הקהל זאָל געבן צו פאַרשטיין הלכות עסקנות און ווער רעדט נאָך אַז אַ סוחר זאָל דערציילן דער סוד פון חזקת הבתים און דער תירוץ צו כסף מנלן.

מיינט נישט מען האָט אים געלאָזט אַזוי לייכט מוציא לעז זיין אויף כלל ישראל. אַ מלמד האָט אַריינגעפרעגט אַז זיינע קינדער האָט מען גענומען זען ווי אַ שוחט פליקט די פעדערן און צו אַ סופר צוצוקוקן וויאַזוי ער מאַכט זיין טינט. אַ מגיד שיעור האָט אויך געזאָגט אַז אַ דיין האָט דערציילט פאַר זיינע בחורים די חכמה פון לעקטער לגבי הלכות שבת וואָס האָט די בחורים אַרויסגענומען פון די כלים.

דער מבין האָט זיך נישט געלאָזט און געענטפערט אַז טאַקע פון דעם איז געדרינגן והא גופא ראיה. ווייל אין אַ קאַלעדז ברענגט מען געווענלעך די פירערס און די ראשי העם און די מומחים אין זייערע פעלדער און זיי רעדן דווקא פון זייערע פירערשאַפט און זייערע עקספּערטיז און איבער וואָס זיי האָבן עררייכט. מה שאין כן ביי אונז האָבן די פירערס נישט קיין צייט פאַר די תינוקות של בית רבן. מען געט זיי צוקערלעך אַז זיי זאָלן הויך ענטפערן אמן יהא שמיה רבא און זינגן שהשלום שלו און מען פאַרזיכט צו פאַררעכטן אַנדערע שרייפעלעך. דער שרויפנציער אַליין און דער מוטער־שליסל, די פעהיקייטן צו פירערשאַפט, דער פּראַקטישער זייט פון לעבן, דער מאָטיוואַציע צו עררייכן און שטייגן הויך דאָס אַלעס באַהאַלט מען פון די קינדער און בחורים און בעסער אַז מען דערציילט זיי נישט וויאַזוי אונזערע ראָד דרייט זיך ומהיכן ירק זה חי.

ולענינינו, האָט ער צוגעענדיקט ווי אַ באַהאַוונטער בעל דרשן נאָכן אַראָפּברענגן אַ דרשות חתם סופר און אַן ערוגת הבושם, אַז מיר מאַכן אַן אסיפה רבתי צוליב אַ תקנה גדולה פאַר קינדער איז בעסער אַז די קינדער אַליין זאָלן זיך פרי לייגן און די עלטערן און מלמדים וועלן זיי שוין זאָגן אינדערפרי במה דברים אמורים. מיר דאַרפן וויסן אַז קינדער זענען גוט פאַר משניות, בחורים אויף אביי ורבא און אַמאָל אויף אונטערצינדן דער קאַר פון אַ שונא, אָבער דער אמתער תכלית אין לעבן דאָס ליגט סייווי אין תורה. חוץ פון דעם, האָט ער געזאָגט, קוים אַ שידוך דערציילט מען זיי איידער עס ווערט ערנסט איז כּל שכן אויף תקנות און אַנדערע זאָכן וואָס זיי האָבן צייט ווען זיי ווערן עלטער. מיר שעצן שטאַרק דער הבל פי שאין בו חטא און דאָס איז אויף היינט און איצט.

דער בעל דרשן האָט געמוזט קענען אָפּליינען דעם 'היתכן' און 'הא גופא קשיא' אויף אונזער שטערנס ווייל ער האָט מוסיף געווען אַז ביי אונז איז בנין נערים סתירה, זקן מאַכט, זה שקנה חכמה און און חושך שבטו שונא בנו. והראיה אַז ביי הקהל שטייט טף למה באו כדי ליתן שכר למביאיהן, זעט מען ווידער אַז קינדער בעצם האָבן נישט וואָס צו זוכן ביי אסיפות און עס איז גענוג אַז מען וועט מיט זיי זאָגן תהילים און אפשר וועט מען מאַכן אַ הוקאָפּ און מען וועט ברענגן אַ טרופע פון זינגערס און ווען די זינגערס הערן אויף צו זינגן וועלן די רבנים אַריינקומען, די קינדער וועלן זינגן ימים על ימי און נעלם ווערן ווי ביי מזכּיר נשמות.

דער וועד האָט אויף דעם געוועלט פה אחד און אַצינד מוזן מיר גיין געפונען אַ טרופע זינגערס מיט אַ קיבאָרד שפּילער און אַ ילד פלא און אַ משורר בחסד עליון און דאָס וועט אונז געדויערן לכל הפּחות אַ וואָך. איז אויף דערווייל שאַפט אייך א בילעט און הצעות פאַרן בעסטע טרופּע און זינגער קענט איר לאָזן אין פּאָסטקעסטל.

יום ראשון, נובמבר 09, 2014

אם בהמה אם איש – א’

וואָס איך גיי דאָ שרייבן איז למעשה ווערט אַן אסיפה, און נישט סתם אַן אסיפהלע אין אַ חתונה זאַל וווּ מען שלעפּט די נשים צדקניות אַרויס פון קאָך און זיי מוזן געפונען בייביסיטערס און אַ היטש און זיך גאָר אָנטון און אַ חלק פון זיי וועלן זיך אפילו פאַרבן ר"ל. אַז איך קלער אַריין עס איז ווערט פיל מער ווי אַ פּראָסטע אסיפה וואָס פון די מענער פאַרלאַנגט מען אַז זיי זאָלן בלייבן אין דער היים אויפפּאַסן אויף די קינדער און דער קרעכצט אַז ער מוז גיין צום שיעור, דער צו מעריב און דער האָט אַ רעסעפּשן צי אַ בר־מצוה און אַלץ צו הערן דער זעלבער שרייער און קרעכצער און וויינער.

ניין, פאַר דער ענין אשר ישנו פה מוז מען האָבן נישט ווייניקער ווי אַן אסיפה רבתי. אַזוינס וווּ מען שירהט אויס בענקלעך צו קלאָצן אויף אַ גלאָז הינטער וואָס זיצן די אריות שבחבורה, די אמתע מנהיגים פון כּלל ישראל, די נראים ואינם רואים. די צדיקי הדור וואָס היינטצוטאָג איז זייערע גאַנצע קאָפּ פאַרטון מיטן אינטערנעט, און טעלעפאָנען און מיט פרויען קליידונג און אַנדערע דברים שבקדושה אַז קוים האָבן זיי צייט אויף אַ לא תגנוב אָדער אַ לא תחמוד. די רשכבה"גן וואָס באַווייזן זיך יעדער וואָך אין די צייטונגן, איטליך ביי זיין וואָרט, תנאים אָדער פדיון פטר חמור. די קדושים מרחם וואָס אַזוי אָפּגהיטן זענען זייערע אויגן אַז זיי זען נישט ווייטער ווי דער צעטל וואָס דער עסקן הייסט זיי אונטערשרייבן און דער שוואַרצע גלאָז וואָס נאָר הינטער דעם קענען זיי זיך באַווייזן צו די בית יעקב, אלו הנשים. טאָמער וועט חלילה זיין אויף זייערע זייט אַ שפּיגל וועלן זיי זיך מוזן אַליין אָנקוקן אין די אויגן און דאָס קען זיין סכנת נפשות.

נו, קטלא, אַז נישט אויף דעם איז אויף וואָס יאָ? אויסער אינטערנעט איז דען דאָ וואָס צו רעדן, כּלל ישראל איז דאָך בתכלית השלימות? איז אַזוי. מיר האָבן אויך אַ תקנה פאַר כּלל ישראל אָבער אין גאַנצן מיט אַן אַנדערן דרך אין עבודת השם. מיר קומען נישט מיט תקנות פאַר פרויען, כל־שכן נישט פאַר מענער נאָר פאַר די ייִדישע קינדער אַליין, די בני ישראל ממש. די זיסע טייערע נשמהלעך, די משהלעך און רחלעס, די אברהמיס און חניס און די אַלע קליינע באַשעפענישן איבער וועם מען האַלט אין איין מאַכן תקנות, חדשים לבקרים. פאַר חדרים און ישיבות און סעמינאַרן און כוללים און ווער רעדט נאָך פאַר די עלטערן אַליין וואָס זיי זענען דאָך ממש דער אבי אבות. פרעגט נאָר אָן ביי יעדער עסקן וואָס טוט אין דער נושא און זיי וועלן אייך אַלע זאָגן פה אחד אַז עס איז נישט דאָ נאָך אַזאַ פּלאַץ וווּ ייִדישע קינדער ווערן אַזוי קאַליע ווי אין זייערע טמאנער היים.

די מעשה איז אָבער אַז פאַר די קינדער אַליין, די תכלית פון אַלע תכליתן, מאַכט מען עפּעס די ווייניקסטער תקנות. אמת מען לערנט מיט זיי משניות, און זיי פאַרהערן זיך מסכתות, און מען מאַכט פון צייט צו צייט אינטערנאַציאָנאַלע תהילים געזאָגעכצער אָבער אויסער די תהילים הוק־אָפּס איז זייערע טאָג טעגלעך לעבן מער ווייניקער ווי פון די מאַרמאָרישע צייטן. דער וועלט רוקט זיך, מען שאַפט פרישע טעכנאָלאָגיעס, נייע ערפינדונגן, גאונישע פּאַטענעטן, שטריימלעך ווערן העכער, שייטלען לענגער, רבישע קאַרס ברייטער, און אונזערע יידישע קינדערלעך זיצן זיך ווייטער אין די זעלבע שטוקעדיקע צימערלעך, די טישן אויסגעלייגט ווי אַ 'ח' אַז קיינער זאָל זיך פון דער רבי חלילה נישט קענען פאַרשטעקן, שאָקלען זיך איבער די משניות, און טייטשן ווייטער מעשה שבאו בניו של רבן גמליאל מבית המשתה, עס איז געווען אַ מעשה אַז רבן גמליאלס זונען זענען שפּעט אַהיימגעקומען פון אַ חתונה.

איי ביי אַ חתונה דאַווענט מען נישט איין מאָל מעריב נאָר פריש צווישן יעדער געריכט און פאַרן טאַנצן און נאָכן טאַנצן און ווער רעדט נאָך איידער דער מצווה טאַנץ וואָס דאָס איז דאָך דער צייט ווען די נשמות קומען אַראָפּ פון גן־עדן מאַכט מען אַ מעריב הגדול אַז דער חתן אַליין זאָל קענען דערין אַ טייל נעמען בשעת ווען מען פאַרבט איבער דער כלה און מען פאַררעכט איר דער שייטל, און ממילא פאַרוואָס האָבן רבן גמליאלס חשובע צדיקימלעך נישט געקענט לייענען קריאת שמע אין דער לאָבי פון דעם זאַל ביי דער זייט פון דער נטילת ידים פאַס מיט דריי איבערפליסיקע מיסט קאַסטנס פול מיט אָפּגעווישטע טרוקן־פּאַפּיר?

אלא מאי בית המשתה מיינט גאָרנישט אַ חתונה נאָר זיי זענען געגאַנגן קלאָבן ווי עס איז נאָך דער מנהג עד היום הזה און דאָרט פירט מען זיך טאַקע נישט אָפּצושטעלן דער מוזיק אויף א ברכו און אַ קדיש בפרט ווען דער עולם הייבט אויף די הענטעלעך צום הימל און טאַנצט אַ מצווה טאַנץ אָן אַ גאַרטל און דער ניגון איז ניטאַמאָל, תהא השעה הזאת. ממילא איז שוין פאַרענטפערט פאַרוואָס זיי איז נישט אויסגעקומען צו לייענען קריאת שמע. און איי פאַרוואָס טייטשט מען מבית המשתה, פון א חתונה? זאָגט שוין אויף דעם דער משנה, כדי להרחיק את האדם מן העבירה און לשון נקיה דבר הכתוב.

מיר פאַרפאָרן אָבער ווייל מיר האַלטן נאָך ביי די פּיצעלעך בני ישראל מיט דעם הערלעכן צלם־אלקים וואָס בלויז פאַרצוקערטע פאות און שוואַרצן סאַמעטע יאַרמולקעס קענען שאַפן. איז לאָמיר איבערלאָזן דעם רבינס וואָנזע איינגעזאַפּט מיט קאַווע, "מוישי הער דיך שוין אויף צו שפּילן דאָרט, חיים דוד זאָג שוין ווייטער. וווּ האַלטסטו נאָר?" און מיר וועלן זיך צוריק אומקערן צו אונזערע אסיפה.

איז אַזוי. אַז מען גייט מאַכן אַן אסיפה פאַר ייִדישע קינדער איז פאַרשטייט זיך אַז מיר האָבן דאָס דורכגערעדט מיט מחנכים, און מבינים, און פּסיכאָלאָגן למחצה לשליש ולרביע, און זיי זענען מסכּים כאיש אחד אַז דאָס קען זיין אַ גוואַלדיקער תועלת בפרט אַז די עלטערן זענען היינטצוטאָג מפקיר די קינדער און אויסער טענות האָבן זיי נישט וואָס צו זאָגן.

דער שרייט די קינדער זענען צופיל אין חדר און יענער זאָגט אַז מען דאַרף זיי קוים אַרויסלאָזן ערב שבת צו כאַפּן אַ מקווה. די חדרים מאַכן געוואַלדעס אַז ווען מען לאָזט זיי אַוועק מיט אַ שעה צו פרי קלינגן טאַטעס און מאַמעס אַז למה לי בנים, מיר געבן זיך מיט זיי נישט קיין עצה. אַנדערע מאַכן קולות אַז מען זאָל האָבן חדר אפילו אין שבת און אפשר קען מען האָבן קעמפּ אַ גאַנץ יאָר און מען קען די קליינע פגעים אין גאַנצן פטור ווערן אויסער פּסח ווען מען וועט זיי אַהיים לאָזן צו פרעגן די קשיות און באַלד צוריק אין חדר. און דער תירוץ פון עבדים היינו זאָל זיי שוין דער רבי זאָגן. אויף דעם צאָלט מען אים דאָך, ניין?

ווייטער די רביס שרייען אַז די קינדער ווילן נישט לערנען און עס איז שוין נישט ווי אַמאָל און אין דעם זענען די עלטערן גאָר שולדיק. אין דער היים פאַרברענגן זיי אויף קאָמפּיוטער גיימס און אויף זייערע מאַמעס סמאַרטפאָוינס. די עלטערן שרייען צוריק, חלילה! מיר קוקן דער איקס פאַקטאָר בלויז זי אין דער שלאָפצימער און ער אין דער אָפיס און די קינדער ברוך השם לא טעמו טעם חטא. אָבער דאָך רעדן זיך אָפּ די מאַמעס אַז די חברה זענען צוווילדעוועט און יעדער נאַכט רופן זיי די מענער, "ווען קומסטו שוין אַהיים" און ער דאַרף בלויז ענדיקן דער קליפּ און ער קומט שוין.

דאָס איז נאָך די בינונים און פון די פורקי עול רעדן מיר אינגאַנצן נישט. זיי שרייען אַז מען לערנט נישט גענוג ענגליש, און די מה יפיתניקעס רודערן אַז מען שלאָגט צופיל. קעגן זיי מאַכן די צדיקים געוואַלדעס אַז די מלמדים האָבן צו ווייניק יראת שמים, די תלמידי חכמים פאַרפירן אַז די קינדער זענען עם־הארצים, די מאַמעס רעדן זיך אָפּ אַז זיי רעדן ענגליש ווי אויסלענדער, די בעל־הביתישע טאַטעס אַז זיי זענען צו פרום און די קינדער אַליין האָט מען דערווייל פאַרגעסן צו פרעגן.

ממילא מורי ורבותי צו לייזן די אַלע פּראָבלעמען נישט אויף היינט און נישט אויף מאָרגן נאָר לדורי דורות האָבן מיר באַשלאָסן מאַכן אַן אסיפה ופרטים יבואו בעז"ה.