יום שני, אוקטובר 26, 2015

האיש מקדש ז’ (חלק א’)

לכאורה וועט דאָס זיין דער לעצטער פּאָסט אויפן שווערער סוגיא פון האיש מקדש. ווינטשט מיר נישט מזל טוב ווייל מען וועט נאָך אַרויסלאָזן אַ קול אַז איך האָב אַ שידוך געטון און דערנאָך ווען עס וועט זיך אויסשטעלן אַז לא לחיים ולא בתולה וועט מען מרנן זיין אַז מען האָט אָפּגעלאָזט דעם שידוך און פון דעם קען נאָך ווערן צרות צרורות. איז טוט אַ טובה און לאָט געמאַך. ווינשט מיר נישט מערשטעם בקרוב, שטופּט מיר נישט מיט אַ, "נו, ר' קטלא, איך מיין עס איז שוין צייט," און קומט מיר נישט ווי דער שוואָגער זאָל זיין געזונט מיט כּמו־פּסיכאָלאָגיע אַז למעשה חלש איך שוין אויף אַ לחיים און אַ מחותן, אַ רינגל מיט אַ טענצל נאָר פשוט איך האָב מורא. מורא פאַרן נעקסטן שריט אין לעבן, אַריבערגיין פונעם ברעג פון פאָטערשאַפט צום צווייטן זייט פון שווער־ און זיידעשאַפט און וווּ אין דערמיט רוישן די ווילדע כוואַליעס פון שידוכים, מחותנים, שנירן, קייטערערס און בדחנים.

איז לאָמיך מסביר זיין. ווען איך האָב אָנגעהויבן מיט די שטיקלעך פון 'האיש מקדש' בין איך געווען אין אַן אַנדערער צושטאַנד ווי היינט. מיין זון איז געווען יינגער און איך בין געווען גרינער אינעם גאַנצן נושא, די שדכנים האָבן געמיינט אַז מען האַנדלט מיט נאָך עפּעס אַ פלוני אַריין צו רוקן מיט א בת פּלוני ואני אמרתי בשלוי בל אמוט לעולם. נישט מיין זון און נישט זיינע עלטערן זענען געווען אינטערסירט אין דעם שידוך סיסטעם פון בליץ־דייטינג ביים טיש וווּ מען עסט אויף שבת מיט דער טיר אָפן אַ שפּאַרע צו פאַרמיידן חלילה אַ שאלה פון ייחוד נאָר אף על פי כן אַז דער וועלט זאָגט חתן בחור איז עס עושה רושם.דעמאָלסט האָבן מיר נישט געוואָלט אָבער אויך נישט געוויסט ווי דער סיסטעם גייט צו.

אַ שדכן האָט דעמאָלסט גערופן און אין זיין טאָן האָט מען געהערט אַ צינישקייט און לייכטשעצונג וואָס האָט געזאָגט אַז אויבער־חכמים ווי איך איז אַ באַזונדערער פאַך וויאַזוי צו באַהאַנדלען. מבין הדברים האָב איך געהערט אַזוי: דו ביסט פּונקט אַזאַ גאַטשעלאַבע ווי אונז אַלע צי עס געפעלט דיר צי נישט. כלל ישראל דאַרף פלייש ביי די אַכצן ולא תאמר בלבבך אַז דער עקסטערע האַלבער יאָר אין ישיבה וועט אויסמאַכן אין זיין תלמוד־חכמשאַפט און זיין ידענשאַפט. איך האָב פארשטאַנען פון זיינע רייד דאָס וואָס איך האָב געהערט פון אַנדערע, אַז אַזוי גייט עס ביים ערשטן. טאַקע ווי דער שוואָגער זאָגט אַז 'סיז שווער אַז דער קליינער וואָס קוים נעכטן האָט מען אים אַריינגעזינגן ביים בר־מצווה פּשעטל און מיט אַ טאָג פריער איז ער געווען געקייטלט מיט פּדיון־הבן בּלינג גייט שוין באַקומען זיין חתן זייגער. אָבער, פירן זיי נישט אַלעמאָל אויס, כך היא דרכה של תורה, אַזוי טוט דער וועלט און וועסט אַזוי אויך טון איז ממילא דאָוינט ווייסט יור טיים אַנד דזאָסט געט אָן וויד איט.

איז לאָמיר זיך שטעלן אויף דעם שטראָז פון תורה און כדי נישט אויפצוהאַלטן דער פאַרקער וועלן מיר אַראָפּגיין אויף אַ מינוט אין אַ זייט געסל און באַטראַכטן דער הערלעכער פּאַנאָראַמא אין וואָס מען שטויסט זיך אַלץ אָן אויף דער תורהדיקע רייזע. רעדנדיק מיט פריינד און נאָך מער איבערהערנדיק וואָס חברטעס דערציילן מיין פרוי זעט עס מיר אויס גאָר אַ מאָדנער שאָסיי. אַ וועלט פון רוצה ואינו רוצה. מען מאַכט חתנים פון די זונען אין טעכטער פון זיבעצן יאָר ולמעלה און קיינער וויל עס נישט. כּלומר אַזוי. זיבעצן איז קיינמאָל נישט זיבעצן נאָר באַלד אַכצן, אין צוויי טעג, צוויי וואָכן, כּמעט אַכצן, שיער נישט, סמוך ונראה אָבער אַבי זאָגט נישט אַרויס דאָס וואָרט זיבעצן, און כל־שכן נישט אויפן בחור. זיבעצן איז פאַר די פאַנאַטישע, פאַרפרומטע, רבישע אייניקלעך, כאַניאָקעס, נעבעכס וכל צרוע וכל זב וואָס חלשן אָפּצופּטרן די קינדער. מה שאין כן די כּמעט־ניקעס זענען מער מעסיק, געלאַסן, בראָד מיינדעד, האָבן געזען דער סאָוינד אָוו מיוזיק ווען זיי זענען געווען קינדער (כאָטש זייערע אייגענע קינדער האָבן דאָס אויך נישט געטאָרט). בקיצור זייערע קינד איז נישט ממש אַזוי אַלט ווי אויפן פּאַספּאָרט און איז סתם אַזוי אויסערגעווענלעך מאַטשיור.

איי איז דאָך אָבער שווער אַז סוף־סוף קען מען דאָך נישט איגנאָרירן דעם פאַקט אַז ווי אומוועלנדיק די עלטערן זענען האָבן זיי דאָך למעשה יאָ אויסגעפירט דעם שידוך. איז אויף דעם דאָ דעם אור־אַלטן תירוץ אַז ממש מען זעט בחוש אַז אַ שידוך איז מן־השמים. נאָך חודשים וואָס די שדכנים לויפן נאָך די עלטערן האָט מען קוים יענער וואָך דערציילט דעם בחור צום ערשטן מאָל אַז מען רעדט אים שידוכים, צו פרי צו דערציילן טויג נישט ווייל צו וואָס זאָל מען אים סתם צומישן, און דער בחור האָט געזאָגט בתום לבו אַז ער וויל נישט ווייל ער דאַרף נאָך צוענדיקן אַ פּאָר מסכתות.

און די עלטערן אַליין האָבן אויך נישט געוואָלט ווייל וואָס איילן זיי זיך דען. אמת, זיי האָבן אַ רייע קינדער בחורים וגם בתולות זקנים עם נערים הינטער אים און אים געפונען אַ בעט אפילו בלויז אויף בין הזמנים איז אויך אַ פּראָבלעם, אָבער דאָך. עפּעס אַזוי אויפן נוסח פון אַ בעל־תפילה ווען מען שיקט אים צו צום ערשטן מאָל און ער איז מסרב אַז עס זאָל נישט אויסזען אַז ער וויל צופיל, און ווייל אַזוי פּאַסט זיך, און ווייל דאָס ערוואַרט דער גבאי, און ווייל ער איז הייזעריק, און ווייל ער וויל נישט דער עולם זאָל פון אים מיד ווערן. געט אים אָבער נאָר אַ קליינער שטיפּ און פון דעם הייזעריקן ווערט נולד אַ הילכיקן לכו נרננה, און אַזוי אויך די עלטערן. מען שטיפט זיי אַביסל אונטער און באַלד ווערט עוד ישמע בערי יהודה. די מזל טובס פליסן אַריין, דער טעלעפאָן הערט נישט אויף קלינגן, יעדער זאָגט האָוי נייס און מען איז אַ מחותן צום טיש. ווייל אַז דער שדכן געט אַ שמייכל צולאָזט זיך דאָך אַ יידיש האַרץ און ווען ער הערט אויף שמייכלען ווערט ביטער ווי גאַל. סוף סוף מיינט מען דאָך נאָר דער גוטס פון די קינדער איז וועגן זייטיקע נגיעות פון די עלטערן אַז מען זאָל נישט זאָגן אַז זיי האָסט מער געוואָלט נאָך ווי דעם בחור איז פאַרדעם זאָל מען זאָגן ניין?

איז אויף דעם דאָ אַ פּסוק מה' יצא הדבר און דער וואָס לייקנט איז סתם ווילנדיק בלינד. מען לעבט עס מיט טאָג טעגליך, איין מינוט זעט מען יענעם ביי מנחה מעריב כאחד האדם, שמייכלט, זוכט אַ צינדער פאַר די עמוד ליכט, בינדט זיך דאָס גאַרטל, מאַכט אַ ברכו נאָך עלינו און צען מינט שפּעטער מזל טוב ער האָט אַ שידוך געטון. נישט אַנדערש ווי דעם מיט וועם מען איז נעכטן געגאַנגן אין מקווה און דערנאָך מיט אים זיך באַגעגנט אין גראָסערי ווי ער האָט זיך איינגעטענהט איבער זיין חשבון און היינט הערט מען אַז ער איז אַנידערגעפאַלן ללא רוח חיים. נאָר וואָס דען מיטן באַשעפער קען מען זיך נישט קריגן, על כרחך אתה חי, על כרחך את מת, על כרחך קלינגט דער טעלעפאָן און על כרחך ברעכט מען טעלער. פאַרפאַלן, כך היא דרכה של תורה.

אויף ממשיך צו זיין…

תגובה 1:

אנונימי אמר/ה...

מתוק מדבש