יום שישי, דצמבר 03, 2004

פּר' וישב ה'תשסה לפּרט גדול

ס'לעבן גײט װײַטער אָן צי ס'געפֿעלט צי נישט און אין מײַן לעבן טוט זיך לעצטענס נישט צופֿיל אױסער אַז די פּרנסה לאַסט װערט נישט לײַכטער און גאָטס לאַסט נישט שװערער. מיט מײַנע פּרנסה דאגות װעל איך אײַך נישט פֿאַרצרהן, ס'איז געניג אַ'סשטערט מיר. אָבער מיט גאָטס לאַסט זענען דאָך כּל ישראל עריבים זה לזה איז זענט איר דאָך אַ שותף אין מײַנע עבירות און איך אין אײַערע מצוות. שותפֿים דאַרפֿן זיך אָפּגעבן אײנעם דעם צװײטן דין וחשבון איז דאָ האָט איר אַ טײַלװײַסיקע חשבון און װי דער סחורה קומט אַרײַן װעל מיר זיך װידער דורכשמועסן. אַלעדיקט?

מנחה מעריבס איז לעצטענס שטאַרק צו באַדױערן. נישט צו גלײבן אָבער זײ עקזיסטירן נישט. אָן קײן בושות אָבער איך דאַװען נישט מנחה. נײן, אפֿילו נישט אַ צװאָנציק סקונדעדיקע שמונה עשרה. ס'איז נישט ריכטיק װאָס איך טו און איך האָב דערױף נישט קײן תירוץ אָבער אַזױ איז. און מעריב איז אַזױ. אַמאָל מיט האַלבע פֿאַרקלעבטע אױגן געב איך אַ שאָקל מיטן מױל און אין אַנדעראַהאַלב מינוט איז עס נישט דאָ אָבער לעצטענס דאָס אױך נישט. בײַ מנחה מעריב בזמנו בין איך בײַם אַרבעט, בײַ נאַכט האָב איך נישט ליב גײן אין שיל װײַל מײַן קלײנע שטיבל האָט נישט אַ שפּעטער מנין. דער חסידישער שטיבל לעבן מיר שעם איך מיך אַרײַנגײן מיט מײַן בלױע העמד מיט אַ ביבער היט און איך בין פֿױל מיך איבער צו טון. אױך זענען די חסידישע שטיבלעך אין דער װאָכן װי פּרעשער קוקערס װוּ ס'טוט זיך אַ געטומל פֿון שנאָרערס און סוחרים און רכילות טרעגערס און מחלוקת טרײַבערס און איך האָב צו דעם נישט קײן געדולד. שבת איז מיר מער װי געניג. בלײַב איך מיר אין דער הײם און איך דאַװען נישט. אַמאָל פֿלעג איך טראַכטן אַז באַלד װעל איך דאַװענען און דער באַלד איז פּשוט קײנמאָל נישט אָנגעקומן. הײַנט טראַכט איך שױן אפֿילו נישט באַלד און אַסאַך מאָל, איך שעם מיך, טראַכט איך׃ און אױף װאָס אַרױף זאָל איך יעצט אױפֿשטײן און זיך נעמן דאַװענען?

שחרית איז עטװאָס בעסער װײַל תפֿילין לײג איך טאָג טעגלעך. זאָלן זײ אַלע פּלאַצן אָבער איך לײג אַיעדן טאָג תפֿילין. איך פֿאַרזיך גײן אין שיל װען איך קען אָבער איך פֿאַרשלאָף, איך בין פֿױל, ס'איז שפּעט און למעשה קומט מיר אױס צו גײן נישט מער װי אײנס צװײ מאָל אין דער װאָך. מײַנע קינדער שפּעטן פֿון מיר װײַל בײַ נאַכט זאָג איך זײ 'מאָרגן גײט מען אױפֿשטײן' און זײ װײסן שױן זיך נישט צופֿיל צו זאָרגן. לערנען לערן איך אַ פֿײַג אױסער װאָס איך לערן דאָ דאָרט מיט מײַנע קינדער און שבת קום איך אױך שפּעט אין שיל אַרײַן.

אַזױ װעל איך אױסלעבן מײַן לעבן? איך האָף אַז נישט. פֿאַר צװײ װאָכן איז מײַן ייִנגל געגאַנגן שפּילן בײַ אַ חבר אױף זונטיק נאָכמיטאָג און ער האָט דערצײלט אַז ער האָט געדאַװענט מנחה. װוּ? דעם ייִנגלס מאַמע האָט זײ געזאָגט גײן דאַװענען. יענער ייִנגל װײס איך גײט יעדן טאָג דאַװענען מיט זײַן טאַטע. און איך טראַכט צי די מענטשן האָבן נישט קײן יצר־הרע. יעדער קען זײ. שטילער ייִדן װאָס װילן נישט אײַנעמן דער װעלט, מאַכן נישט געשעפֿט אין די לופֿטן, פּשוטע בעלי־בתים אָבער זײ זענען אין שיל יעדן טאָג, קומן אַרײַן זיבן אַזײגער, נעמן אַ סידור צו זײערע פּלאַץ, לײגן תפֿילין, דאַװענען און גײן זיך אַהײם. זײ האָבן אַ שיעור, זײ קומן דאַװענען מנחה מעריב און זײ זענען ייִדן. און איך קוק זײ אָן אַז בײַ זײ איז דער בעל דבר טױט, געפּײגערט, אָפּגעשחטן.

בין איך אָבער אַ ייִד, און נאָך װי אַ ייִד. װײסט איר װען איך דאַװען? װען איך בין אין װעג. אין אַ לופֿט פֿעלד אין אַ װינקל, אױף אַ באַן צװישן די װאַגאָנען, אין דער קאַר בײַם רעדל דעמאָלסט ברענט מיר אַז ס'איז מנחה צײַט. און פֿרעגט מיר פֿאַרװאָס אָבער דעמאָלסט געדױערט עס אױך נישט אַן אױגן־בליק. אַלע אַכצן ברכות גענױ װי די אנשי כּנסת הגדולה האָבן מתקן געװען. גײ פֿאַרשטײ די אַלע משוגעתן װאָס מען פּרעגלט אין אונז אַרײַן און װאָס שטעקן אַרײַן זײערע נאָז דעמאָלסט װען מען טוט זײ דאָס װײניקסטע ערװאַרטן.
********************
יענער װאָך פֿרײַטיק צו נאַכטס פֿרעגט מיר מײַן זין פֿאַרװאָס זאָגט מען ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי, ס'איז נישט פֿרײַטיק ס'איז שבת. איך געדענק נישט װאָס איך האָב אים גענטפֿערט אָבער ס'האָט מיר געמאַכט טראַכטן. חז"ל לערנען אַרױס פֿון דעם, און װעלכע ייִד װײסט דען נישט דערפֿון, אַז בײַ ייִדן גײט דער טאָג נאָך דער נאַכט. אין פּסוק שטימט עס אָבער נישט. װײַל לױט זײערע חשבון װאָלט געדאַרפֿט דער תורה זיך אָנהײבן ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד און דערנאָך בראשית ברא אלקים. די תורה הײבט זיך דאָך אָבער אָן בראשית, און דאָס האָט פּאַסירט אױף זינטיק. דערנאָך װען מען האָט באַשאַפֿן אַלעס פֿון דעם טאָג זאָגט דער פּסוק אַז ס'איז געװאָרן אָװענט און עס איז געװאָרן פֿרי אײן טאָג און נאָך דעם קומט מאָנטיק. הײסט עס אַז אײן טאָג האָט זיך גענדיקט װען ס'האָט געטאָגט אױף מאָנטיק אינדערפֿרי. הײסט עס אַז לױט דעם קומט דער נאַכט נאָך דער טאָג.

איר דאַרפֿט נישט אַרײַן שיקן תירוצים װײַל אַז איך קען לעבן מיטן בריאה פֿון בראשית קען איך מיך אַן עצה געבן מיט אַזאַ שװעריקײט.
**********************
ס'איז נישט כּאילו איך האָב נישט ליב גײן אין שיל. װען איך בין אין שיל האָב איך צײַט צו זען, צו הערן, צו טראַכט און צו שאַפֿן. װען איך שטײ אין שיל אין מײַן טלית און תפֿילין, אָדער בײַם געשושקעכטס פֿון שמונה־עשרה שפּיר איך מיך אַ חלק פֿון עפּעס גרעסער, פֿון עפּעס הײליקער, פֿון עפּעס װאָס איז געװען פֿאַר מיר און װעט מיך לאַנג איבערלעבן. ברענגט נישט אַרײַן גאָט אינעם געשעפֿט װײַל ס'איז נישט אַ דאַנק אים אַז מיר זענען דאָ נאָר אַ דאַנק אונז אַז ער איז דאָ. פֿונדעסטװעגן איז ער אױך אַ מחותן און זײַן אָנװעזענהײט איז אַזױ אַרײַן געפֿלאָכטן אַז צי ער עקזיסטירט צי נישט אין בלױז אַן אַקאַדעמישער שאלה. קומן אין שיל בינדט מיך צו צו װאָס איך בין. אונטערהערן געשמועסן פֿון אחינו בני ישראל, צוקוקן זײערע תנועות, אױסהערן זײערע תחינות און סתם אָבזערװירן זײערע הלוך ילך דאָס אַלײן איז פֿאַר מיר מער װערד װי שכר הליכה. דאָרט איז אונזערע טיאַטער, אונזערע טעלעװיזיע, אונזערע באַר, אונזערע קלוב, אונזערע פֿאַרװײַלונגס הױז, אונזערע ישות. דאָרט ליבן מיר זיך און דאָרט האַסן מיר זיך. דאָרט איז אונזערע גאַנצע לעבן ושם תקבר. דאָרט האָט מען אָנגעטראָגן אונזערע עלטערן אײנעם פֿאַרן צװײטן, דאָרט האָט מען אַנונסירט דעם תנאים, דאָרט האָבן זיך אונזערע טאַטעס אױפֿגערופֿן און אַהין האָט מען אונזערע מאַמעס שיל געפֿירט, דאָרט געבט מען די טאַטעס פּתיחה אינעם נײַנטן חודש און דאָרט נעמט מען אָפּ די מזל טובס װען דאָס קינד װערד געבױרן. דאָרט זענען אונזערע זכרים און קידושים און אַהין פֿאַרטרײַבט די מאַמע די קינדער װען זי קען שױן נישט. דאָרט קריגט מען זיך צום ערשט מיט די מײדלעך װען מען שרײַעט זײ נאָך שלא עשני אשה און דאָרט געפֿעלט אונז אַ מײדל צום ערשטן מאָל. דאָרט האָט מען בר־מצווה . װידער אַ שידוך מיט אַן אױפֿרוף און צום סוף װעט מען דאָרט דורך גײן בײַ אונזערע לויות, דאָרט זאָגן מיר קדיש נאָך אונזערע עלטערן און דאָרט װעט מען זאָגן קדיש נאָך אונז. איז עס אַ פּלא אַז ס'האָט דאָס פּנים װאָס ס'האָט? און איך האָב אַפֿילו נישט אױסגערעכענט די פּרנסות װאָס מען מאַכט דאָרט. יעצט אין דער װאָך פֿון חנוכּה װעל איך פֿאַרזיכן גײן װאָס מער און זיך אָנטשטרענגן איבערצוגעבן דאָס װאָס איך זע און הער.

אַ גוטן שבת און אַ פֿרײליכן חנוכּה!

4 תגובות:

שלום בערגער Zackary Berger אמר/ה...

עפר ואפר אַני תּחת רגליכם נאָר מיר דאַכט זיך אַז דער בראשית־בראָ/ויהי ערבֿ ויהי בוקר איז ניט קיין גרויסע קשיא. אין תּנך שטייט דאָך ניט אַז די נאַכט קומט פֿאַרן טאָג. דאָס איז אַ דרשה חז"לס. איז דען וואָס צו חידושן זיך? דרשות פֿאַראַן אָן אַ שיִער. דער וווּנדער איז, וואָס די דרשות בײַטן דאָס ייִדיש לעבן פֿיל מער ווי דער תּורה בכּתבֿ.

אנונימי אמר/ה...

צו שטייט דען אז גאט האט די וועלט באשאפען אין געווענטליכע ארבייטס שטונדען ניין צו פינף? איז ווער זאגט דאס אז ער ארבעט נישט נאכט שיפט
די דרש איז זייער קלאר, ויהי, עס איז געווארן נאכט, געווארן טאג, יום אחד, כלומר צוערשט נאכט נאכער טאג און דאן איז די ערשטע טאג ערגענצט געווארן

קטלא קניא אמר/ה...

ר' אַנאָנים, דער חורבן איז נאָר אַז ויהי ערב שטײט בײַם סוף טאָג נאָך אַלעס איז פֿאַרטיק נישט בײַם אָנהײב טאָג.

אנונימי אמר/ה...

דער אבן עזרא האט גשריבען א גאנצע בריוו,אגרת השבת, קעגען אזא אפיקורסישער פשט.
אבער וואס קען מען מאכען אז דער רשב"ם האט דעם אבן עזרא נישט געזעהן אין ער זאגט דוקא יא אזוי פשט.

נו מ'דארף לויפען צינדען די מנורה אלס זכר פאר'ן נס פינעם פך שמן, אין נאכמער פאר'ן נס אז קיינער פין די היסטאריקער בימים ההם האבן דאס נישט געשריבן. נישט ספר חשמונאים א' נישט ספר חשמונאים ב', נישט ספר יוסיפין, נישט די משנה, אין אז ס'פארכאפט זיך שוין א פסיקתא צו פרעגן פארוואס מען צינדט לעכטליך, ענטפערט ער דארט ווייל ווען די חשמונאים זענען אריין אין ביהמ"ק האבן זיי געמאכט א מנורה פין שפיזען עיי"ש, נישט דערמאנענדיג א ווארט פין די פך שמן. והוא פלא
עס לאזט זיך קלערן צי מ'קען מיט דעם פארענטפערן דעם בית יוספ'ס קשיא......